מיר זענען געוואוינט אז מאסקיטאוס זענען בייסיגע חיות און האבן די מערסטע מענטשליכע בלוט אויף זייער הענט. הא מענטשליכע בלוט אויף זייער הענט? נאכדערצו די מערסטע? נישט לייבן אדער בערן? די תירוץ איז יא! זיי האבן די מערסטע בלוט אויף זייער הענט, ארום א מיליאן מענטשן שטארבן א יעדעס יאר נאכן ווערן באזיכט דורך א מאסקיטאו. זיי טראגן ארום פארשידענע טויטליכע מחלות א שטייגער ווי מאלאריע, זיקא, געלע פיבער, וועסט נייל וויירעס ועוד........ האטס נישט מורא, ווייל רוב טויטליכע וויירעסעס זענען אויסגעראטן געווארן. און מ'טרעפט זיי נאר אין דריטע וועלט לענדער. ווי אויך איז גוט צו וויסן אז נאר נקיבות צאפן בלוט און נאר 80 מינע נקיבות.
אויב זיי טראגן ארום מחלות צווישן מענטשן, פארוואס זענען זיי בכלל דא? די תירוץ איז, אז זיי זענען זייער וויכטיג פארן איקאו סיסטעם. אין רוסלאנד און אין קאנאדא זענען דא ריזיגע שוואמען פון מאסקיטאוס, און זיי זענען א עסן פאר די טויזנטער פייגלעך וואס וואנדערן דעמאלטס ארום. אזוי אויך ווערן זיי געגעסן דורך פיש, פרעש, סאלאמענדערס, און אויך דורך א קלאפ מיטן הענט...
סייענטיסטן האבן אנגעהויבן צו אויפזיכן די שעדליכע מאסקיטאוס, און הרגענען אפ די וויירעס נאך פאר זיי קענען אנשטעקן מענטשן אדער אנדערע בעלי חיים. ס'ווערט געטוהן דורך צוויי מהלכים. 1. דורך אריינלייגן אייגן געמאכטע זשינס אין מאסקיטאוס וואס דרייען זיך אריין צוזאמען מיט די אנדערע דשינס, און דעי זשין הרגעט אפ די וויירעס. 2. דורכן אנשטעקן די מאסקיטאוס מיט א געוויסע באקטעריע וואס הרגעט אפ די וויירעסעס.
וויאזוי זיי צאפן בלוט
די נקבה האט אויף איר קאפ ריסעפטערס וואס כאפן אויף ווי ס'איז דא קארבאן דייאקסייד, זיי קענען עס אויפכאפן פון 75 פיס ווייט. א מענטש וועט ארויסבלאזן קארבאן דייאקסייד דורך זיין נאז בשעתן אטעמען, און אזוי ווערן אויפגעכאפט ביי מאסקיטאוס. (נישט דורכן עסן צוקער...) גלייך וועט די מאסקיטאו קומען און זיך ארויפזעצן אויפן פלאץ ווי זי פילט אז סאיז דא דארטן א אדער, און וועט געבן א שפיי ארויף א געוויסע קעמיקעל וואס שלעפט איין די פלאץ אז מ'זאל נישט שפירן ווי זי שטעכט. איינמאל ס'שלאפט וועט זי אריינשטעכן מיט איר שטעכער (וואס הייסט פראבאסעס), וואס באשטייט פון 6 קלענערע שטעכערס (מ'רופט עס אן סטיילעטס), און וועט אויפזיכן ווי די אדער איז. זי קען אזוי שטעכן עטליכע מאל און בשעת מעשה וועט זי ארויסלאזן א קעמיקעל וואס הייסט "סלייווע" וואס האלט אפ די בלוט פון ווערן פארגליווערט, איינמאל זי האט די אדער וועט זי ניצן איינע פון די זעקס שטעכערס וואס איז עכט א פאמפ און ארויסנעמען בלוט. אסאך מאל וועט די אדער צוזאמפאלן פון האבן אזוי ווייניג בלוט. זי וועט צאפן בלוט ביז זי ווערט פיל אדער ביז זי באקומט א טויטליכן פאטש, ס'נעמט געווענליך דריי מינוט.
די סיבה פונעם באמפ וואס מ'באקומט איז נישט פון די שטעך, נאר איז א עלערדזשי ריעיקשן וואס די קערפער באקומט פונעם סלייווע קעמיקל. די אימיון סיסטעם וועט גלייך אהינשיקן וואסער און צעלס צו עס הרגענען, אבער בשעת מעשה וועט עס שטארק קראצן. מענטשן וואס די מאסקיטאו האט געדארפט זיכן און שטעכן מערערע מאל צו טרעפן די אדער, וועלן טאקע האבן גרעסערע באמפס ווייל די אימיון סיסטעם דארף זיך אן עצה געבן מיט מער סלייווע.
וויאזוי היט מען זיך אפ פון זייער שטעכער
אין דיזנילענד וואס געפינט זיך אינעם נאסן פלארידא, האט מען גענומען דריי מהלכים וויאזוי צו פארמינערן זייער אנוועזנהייט.