אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

סאטמערע שוואנץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 18, 2023 6:29 pm

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאטמערע שוואנץ »

קרעדיט קארד האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 11:36 am
די וואך האמיר געהאט אן ארטיקל פון מנחם גאלד נאך א גאר לאנגע צייט אפשניט וואס ער האט נישט ארטיקלט אין מאמענט. הויפטזעכליך וויבאלד ער האט גאר אסאך געשטיבלט. סלאזט זיך שפעקולירן אז ווען ער האט געשריבן געציילטע וואכן צוריק אז ער מוז זיך בייגן פארן רעדאקטער כדאי מזאל אים נישט זרקענען, האט ער זיך באצויגן צו דעם אז ער וועט מוזן אויך ארטיקלען פאר מאמענט און נישט נאר פארן שטיבל. און די פירות פונעם שלום אפמאך זעהט זיך אן אויפן האריזאנט מיטן ערשיינונג לעצטע וואך פון א מנחם גאלד ארטיקל אין מאמענט.
מנחם גאלד איז לעצטענס גאר שטארק אקטיוו אין די נייע סאטמארע "טועימה" אויסגאבע אונטערן פענע נאמען "לעפלער", געדענק איך נישט די ערשטע נאמען, ווי ער האט וועכענטליך די הויפט ארטיקעל און מאכט א גוטע ארבעט די לעצטע מינוט זעט זיך אויס ווייל רוב ארטיקלען זענען געמאכט פון יענע וואך, און אין שטיבעל ווי ער איז שוין אויך לאנג נישט אריינגעקומען מיטן הויפט ארטיקלע.
הבלים
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 03, 2024 11:32 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבלים »

די בוך פון ר אהרן פריעדמאן אין אידיש הייסט "א מענטש צווישן מענטשן"
לעניות דעתי איז נישטא קיין סאך חידושים אינעם בוך,
תבלין כנגדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 04, 2022 9:15 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תבלין כנגדו »

א פרישע וואך מיט א פרישע באשרייבונג פון קרעדיט, דעטס עמעזינג

וויפיל קרעדיט האבן מיר נאך?
קרעדיט קארד
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 18, 2024 10:59 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעדיט קארד »

סאטמערע שוואנץ האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 11:05 am

מאכט סענס וואס דו זאגסט.

סאיז נאר אינטרעסאנט אז זיינע ארטיקלען גייען מער צו טועמיה ווי צו מאמענט און שטיבל, זינט די טועמיה איז הודו טעגלאש און נישט טעגלאש כידוע ליודעי חן...

הבלים האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 12:07 pm
די בוך פון ר אהרן פריעדמאן אין אידיש הייסט "א מענטש צווישן מענטשן"
לעניות דעתי איז נישטא קיין סאך חידושים אינעם בוך,
גערעכט, דערמאנסט מיך.

וואס הייסט אז סאיז נישטא קיין סאך חידושים?
וואס האסטו ערווארטעט פון אזא בוך וואס דו האסט נישט באקומען?
קרעדיט קארד
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 18, 2024 10:59 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעדיט קארד »

תבלין כנגדו האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 5:51 pm
א פרישע וואך מיט א פרישע באשרייבונג פון קרעדיט, דעטס עמעזינג

וויפיל קרעדיט האבן מיר נאך?
טענקס טענקס @תבלין כנגדו !

יעצט איז גראדע דא אסאך קרעדיט'ס. בעיסיקלי, פונקט יעצט איז דא א ספעשל אפער פאר @קרעדיט קארד'ס ווי מקען מאכן שווערע געלטער...
טשעק איט אוט...
נודניק
שר האלף
תגובות: 1528
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודניק »

קרעדיט קארד האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 2:32 pm
סאטמערע שוואנץ האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 11:05 am
קרעדיט קארד האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 11:36 am
די וואך האמיר געהאט אן ארטיקל פון מנחם גאלד נאך א גאר לאנגע צייט אפשניט וואס ער האט נישט ארטיקלט אין מאמענט. הויפטזעכליך וויבאלד ער האט גאר אסאך געשטיבלט. סלאזט זיך שפעקולירן אז ווען ער האט געשריבן געציילטע וואכן צוריק אז ער מוז זיך בייגן פארן רעדאקטער כדאי מזאל אים נישט זרקענען, האט ער זיך באצויגן צו דעם אז ער וועט מוזן אויך ארטיקלען פאר מאמענט און נישט נאר פארן שטיבל. און די פירות פונעם שלום אפמאך זעהט זיך אן אויפן האריזאנט מיטן ערשיינונג לעצטע וואך פון א מנחם גאלד ארטיקל אין מאמענט.
מנחם גאלד איז לעצטענס גאר שטארק אקטיוו אין די נייע סאטמארע "טועימה" אויסגאבע אונטערן פענע נאמען "לעפלער", געדענק איך נישט די ערשטע נאמען, ווי ער האט וועכענטליך די הויפט ארטיקעל און מאכט א גוטע ארבעט די לעצטע מינוט זעט זיך אויס ווייל רוב ארטיקלען זענען געמאכט פון יענע וואך, און אין שטיבעל ווי ער איז שוין אויך לאנג נישט אריינגעקומען מיטן הויפט ארטיקלע.
מאכט סענס וואס דו זאגסט.

סאיז נאר אינטרעסאנט אז זיינע ארטיקלען גייען מער צו טועמיה ווי צו מאמענט און שטיבל, זינט די טועמיה איז הודו טעגלאש און נישט טעגלאש כידוע ליודעי חן...
אלע דריי געהערן צי הודו טעגלאש, טועמיה אפיציעל,
ענד אף קוואט
קרעדיט קארד
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 18, 2024 10:59 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעדיט קארד »

נודניק האט געשריבן: פרייטאג יולי 26, 2024 1:56 am

ביסט גערעכט.

די חילוק איז נאר אז סדינט נישט אפיציעל הודו'ס אינטערעסן. ו זה ו זה יוכיחו.

#ענד אף קוואט
קרעדיט קארד
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 18, 2024 10:59 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעדיט קארד »

א שיינע מאמענט געווען לעצטע וואך.

די וואך האט די רעדאקציע געמאכט דאפלט געלט פון נארמאל. סיי פון מיך און פון דיך, אונז אלע ליינערס, און סיי פון די געאינטערוויוטער.
דאס מיינט א גוטן דיעל.

מקען דן זיין איבער די תוכן פונעם אינטערוויו. הגם איך האלט דעפינעטלי אז דער האט גאר שטארקע ריכטיגע פוינטס, אבער פאר די עצם נושא וועט מען שוין לאזן פאר די מעין מאמענט אשכול זיך אויסצוטענהען. (אויב סאיז נאכנישט געמעקט).
נאכאלעם איז עס א ליבערמאן שרייב-ווערק, האב איך הנאה געהאט אבאכט געבן זיינע חידושים וואס ער האט דאסמאל מחדש געווען. איין זאץ האב איך ספעציעל הנאה געהאט, און דאס איז די 'ווען צוליב א רייע אינטערסן און אגענדעס קומען אין די טעג פאר געהיימע הבה-נתחכמה-לו-פן-ירבה'דיגע סארט זיצונגען אין די קארידארן פון דעם עדיוקאציע דעפארטמענט'. די הבה נתחכמה לו בליצל האט מיר געכאפט..

די צווייטע ארטיקל פון דוד וועבער איבער די גואנדזשאו'ס אורות, די אינטערוויו מיט הרב בן טובים, איז געווען גאר ציענד און באלערנד. כהאב מיר נאר געוואקלט צו סאיז א באצאלטע ארטיקל אדער ריין זשורנאליזים. צום סוף ארטיקל האט מיר עפעס אויסגעזעהן אז די כולל חצות האט עס געספאנסערט.. אבער מוז נישט זיין. און וויאזוי סזאל נאר זיין איז עס געווען א שיינע ארטיקל.

די פענטעגאנישע סודות ארטיקל איז געווען גאר באלערנד און אינפארמאטיוו. כהאב שוין דאכט זיך מיר אמאל געהערט פון די געשיכטע, אבער די שרייבער יואל הלוי מאנדל האט עס אראפ געלייגט אזוי פאכמאנישט אז סהאט געגעבן א נייע טעיסט און טעם צום דראמאטישן געשיכטע.

די אטענטאטישע קענעדי ארטיקל פון צום סוף ביי די מאנומענטאלע מאמענטן רובריק איז געווען גאר שיין און הערליך. דראמאטיש צאם גענומען אין איין ארטיקל די גאנצע געשיכטע און עס דערציילט מיטן כראנאלאגישן סדר, און אריין געגעבן א קלארקייט אין די גאנצע ערציילונג און איבער די אלע שפעקולירנדע קאנספיראציעס אנבאלאנגט די מאטיוון און די אידענטיטעט פונעם ריכטיגן מערדער.

שיין געווען צו זעהן אז הרב בנימין קליין קען אויך די שלום בית פעלד, און גאר שיין צאמגעברענגעט די חינוך מיט שלום בית ביינאזאם.

מונה האט מָאנַא'טירט מיט אן ארטיקל איבער א שיינע ניגון מיט די ווערטער יאסעלע וואס ווערט געזינגען אין זיין מונה5 קאסעטע\דיסק\סידי\יו-עס-בי\דאונלאודעט-פייל\זינג\24-6\ספאטיפיי\כווייס-נישט-וואס. אבער די פראבלעם איז אז סאיז די דריי וואכן. כהאב עס געוואלט גיין הערן נאכן עס ליינען און כהאב זיך דערמאנט אז מטאר נישט. בום. איז פארוואס האט עס די רעדאקציע רעדאקטירט און אריין געשטעלט די וואך? איין באשעפער ווייסט.

איינער ווייסט וואס די ווארט פאסמאקעוועט באדייט? וועם דארף מען מענשענען פאר אזא שאלה? (קנאפער?)

פנחס גלויבער איז ווי אלעמאל א יוד וואס איז מחדש חידושים וואו אימער און ווען אימער. און אפילו ווען ער איז נישט מחדש נאר סתם מלקט איז עס אויך בדרך חידוש. דער יוד איז איין שטיק חידוש.
די וואך ביי זיין צען ברעקלעך קאלום האט ער גאר שיין אראפ געשריבן און מסביר געווען פארוואס אין נ"ך ווערט נישט דערמאנט איבער די קומענדיגע וועלט. און ער האט געזאגט אז אמאל האט עס פשוט נישט אויסגעפעלט וויבאלד די יחיד איז געווען א חלק פון די רבים, און מהאט אלע צוזאמען געדינט די באשעפער און געלעבט אין העכערס. און אויב איז געווען נסיונות איז עס געווען איבער עבודה זרה און נעמען די ספירטואלע הנאה פון אנדערע פלעצער, אבער אלעס איז געווען ארום ספירטואליטי און רוחניות.
מה שאין כן נאכן חורבן ביהמ"ק, ווען די כלל איז ליידער געווארן אויס כלל און מהאט שוין נישט געדינט די באשעפער צוזאמען אין ביהמ"ק, האט זיך פלוצלינג די יחיד געטראפן אין א סיטואציע ווי ער איז א יחיד אליינס און ער הייבט אן זיך צו דערגרינטעווען וואס פונקטליך זיך איך דא און וואס וויל איך איך דערגרייכן, און אזוי איז די אינדערווידואל אריין געפארן אין זיין אינדערווידואליטי און זיך געטראפן באפארענען מיט גשמיות'דיגע אנגעלעגנהייטן, זיינע נסיונות זענען שוין געווארן גשמיות'דיגע, און קיין עבודה זרה מיט אנדערע ספירטואלע ספירטואליטעטן האבן צו אים שוין נישט גערעדט, און במילא צוליב דעם האט מען געדארפט אנהייבן צו רעדן פון קומענדיגע וועלט צו אויפוועקן די ספירוטאליטעט און די רוחניות וואס ליגט אין יעדע יוד.
רעב פנחס פארמאגט א וועכנטליכע פאדקאסט, ווי ער פאדקאסירט אויף א שריפטליכן פארנעם אנשטאט א ווידיאואישער פארנעם אזוי ווי די אנדערע פאדקאסטן. זיין פאדקאסט איז אוועלעביל אויפן עלעקטראנישע בליץ פאסט יעדע דארנעשטיג, און דארט ווערט מיטגעשיקט יעדע וואך אינהאלטסרייכע תוכנדיגע תוכן. הגיגים און מחשבות פון רעב פנחס אליינס.
אזוי אויך איז דא אן אפציע צו זיין א ספאנסער און באצאלן פאר די פאדקאסט וואס ער דעליווערט וועכנטליך. ממש אזוי ווי אויף יוטיוב קען מען געבן א סופער לייק. (איך האב גראדע נישט קיין עקסעס צו יוטיוב זינט מיין פילטער ערלויבט עס נישט, אבער אזוי האבן די פאדקאסירער געזאגט, אז מקען געבן א סופער לייק.)
און דערצו קען מען אויך באקומען א ספעציעלע צוטריט צו נאך אסאך פאדקאסטן פון רעב פנחס ווי ער דיסקוסירט כל מיני נושאים. ער האט א סעריע פון נ"ך שמועסן, דערנאך א סעריע פון טאגטעגליכע אינטרעסאנטע אויפפאסונגען און נאך. און דאס אלעס איז נאר צוטריטליך פאר סופער-לייק לייקירנדע.
איך פערזענליך האלט אז ווען די נ"ך שמועסן מיט די אנדערע שמועסן וואלטן געווען אפגעשריבן וואלט ער געהאט מער קונים דערצו, עכ"פ איין קונה זיכער מער און דאס בין איך, אבער היות ער האט מיך ניטאמאל געפרעגט, איז וועט מען עס מוזן לאזן ביי דעם.
אגב, דערמאן איך זיך יעצט, אז ער האט אמאל געזאגט אז ער טראכט ארויס צוגעבן א בוך און ער האט געפרעגט די עולם אויב מוואלט עס געקויפט. כבין נייגעריג וואס איז געווארן צום סוף מיט יענע ביכל און צו ער פלאנירט עס נאך בכלל ארויס צו געבן. הלוואי יא.
דאס אלעס ביז אהער איז א באצאלטע אדווערטייזמענט, באצאלט געווען דורך די צען ברעקלעך הויפטקווארטירן.
כמיין צו זאגן אז אויב וויל ער מיך צאלן פאר די אדווערטייזמענט זאל ער זיך פארבינדן מיט מיך.

ברוין איז געזיצן אין ווארט זאל נעבן א נגיד וואס שאקלט וועלטן, און האט געפילט די געפיל פון אומאנגענעמליכקייט אויף די העכסטע שטאפל.

לייביש לאכער אנאנסירט א נייע פיטשער אין די קאלום. משטיינס געזאגט, אן אימעיל אדרעס.
(משטיינס געזאגט איז יעצט אריין געקומען? כמיין אז נישט. אוקעי נעווער מיינד)
לייביש לאכער האט זיך געשטעלט פאר א (האלב) ניכטערע אינטערוויו און געענטפערט הארבע שאלות וואס זענען דירעקטירט געווארן צו אים.
כגיי זאגן אן השערה בעלמא, כהאב נישט קיין דעקונג דערויף אבער אזא געפיל האב איך. די נייע לייביש לאכער זייט אלי יואל האט עס אויפגעהערט צו שרייבן, איז נישט קיין צווייטער ווי אונזערע אלטע @מאניש'ל .
כוויל אבער יא זאגן אז ער זאל ממשיך זיין צו שרייבן די הויכער קאליבארישער ווערטער ווייל איך פערזענליך גלייך עס גאר שטארק.
און אז ער זאגט שוין יא אז ער וויל די פידבעק פון די ליינערס וויל איך אים זאגן אז איך גלייך זיין קאלום גאר גאר שטארק, און סגעבט מיך וועכנטליך צו א שטיק געזונט נאכן זיך אויסלאכן ליינענדיג דיינע געשרייבעראציעס. סאיז לאכעדיג. סאיז פאני. און סאיז גוט.
כהאב אים עס געוואלט שיקן אויף אימעיל אזוי ווי ער האט געבעטן, אבער היות איך האב נאכנישט אויפגעסעט אן אימעיל פאר די קרעדיט קארד ניק, און זיך באניצן מיט די אימעיל פון איינע פון די אנדערע ניקס איז דאך גילוי אויף נעקסט לעוועל, און עס שיקן נאר אויף אימעיל און עס נישט שרייבן דא איז דאך עיקר חסר מן הספר, האמיר באשלאסן צו עס שרייבן דא, און כגיי ברענגען דא זיין נייע אימעיל אדרעס, און אויב האסטו הנאה פון זיין וועכנטליכע קאלום, איז שיק אים אן אימעיל און פארצייל אים ווי שטארק דו האסט הנאה דערפון, און איינוועגס שיק אים א לינק אהער אז ער זאל אויך ליינען מיינע הערות וואס איך האב אים צו זאגן דערויף. טענק יו. ביסט א צדיק פארן עס שיקן.
זיין אימעיל אדרעס איז [email protected] .
דאס איז אויך א באצאלטע אנאנס. (בעסער געזאגט: ספאסט זיך צו ווערן באצאלט.)

כהאב נישט געחלומט פאריגע וואך ווען כהאב געשריבן אז פארטאגס שפאציר זאל זיך נעמען באשרייבן וויאזוי צו פראקטיצירן די מעדיטאציע אז ער גייט עס טאקע די וואך אנהייבן צו באשרייבן.
סקען נישט זיין אז ער האט עס נאר געשריבן וויבאלד איך האב עס געשריבן פאריגע וואך, וועגן כהאב עס נאר ארויף געלייגט מיטוואך און דאס איז שוין זיכער געווען געשריבן פארדעם. אלא מאי? מוז מען זאגן אז ער האט אליינס פארשטאנען וואס ספאדערט זיך פון אים. איז זייער גוט. און חיים ליכטמאן, איך קוק ארויס אויף די המשך פון דיין קאלום.

טעלערלעך איז שוין געווען אביסל צו קאנפיוזינג. סהייבט זיך אן אז אין לינדען נעמט מען אן אין די מוסדות ביידע סאטמערעס. סגייט ווייטער אז סווערט אבער געפירט נאר דורך סאטמער מהר"א. אבער גלייך נאכדעם פארט עס צוריק צו צפון און ער שרייבט אז ער האט דאס דורך געשמיסט מיט סאטמער מהרי"י.
סא נאכאמאל. ביידע סאטמערעס,} נאר מהר"א,} עס דורך געשמועסט מיט מהרי"י.
נו גוט.

זונדל שאלאמאן א ראביי. א זיסע מעשה. נו וואס וועט ער טאקע טון מיט די איבעריגע צוואנציג מינוט וואס איז אים צוקומען יעדע ר"ח. כהאב א געדאנק: שרייבט אונז אין יענע 20 מינוט נאך אזעלכע זיסע געשיכטעס פאר די מאמענטעלעך רובריק.

ישעיהלע האט שפאצירט אליינס אינעם עקספאו. סא קודם כל איז ער נישט קיין סאטמערע. א סאטמערע מהרי"י זיכער נישט, אבער לכאורה אויך נישט קיין מהר"א. בסדר. נאטירט.
כהאב הנאה געהאט פון זיינע אבזערוואציעס ביים עקספאו. און דער האט א שטארקע פוינט מיט די וועסטלעך. ווער גייט היינט מיט א וועסטל? אבער איך מיין אז ביז 10-15 יאר צוריק איז נאך א וועסטל געווען א גאנגבארע ארטיקל. כמיין אז אפילו שפעטער נאך אויך. לעצטנס מיט די אביסל סטאטוס ערשיינונג איז די ווייסע וואלענע ציצית געווארן א נייע סטייל און די וועסטל אן אלטע אומניצבארע פראדוקט.
סא, אונז קוקן ארויס אויף די נאטיץ ביכל איבער די וועסטל ערשיינונג. און אז דו גייסט שוין יא רעדן איבער דעם, וואלט איך געוואלט אויב דו קענסט אויך רעדן איבער די אלטע רעקלעך סיטואציע. א רעקל ווערט אלט און געניצט און מגייט קויפן א נייע, וואס טוט מען מיט די אלטע? אוועק ווארפן? פון איין זייט יא, סאיז שוין אלט און אומנוצבאר, אבער פון די אנדערע זייט אויב האסטו נאר איין רעקל איז וואס טוסטו מארגן ווען די רעקל ווערט משום איזה סיבה שהוא צייטווייליג אומנוצבאר און מדארף עס קלינען, דעמאלט מוזטו דאך האבן אן אנדערע וויצע רעקל דשאסט אין קעיס אזעלכע סיטואציעס דערגרייכן די מענטשהייט. און יעצט הייבט זיך אן די ריכטיגע דילעמע. נעמליך, וויפיל רעקלעך האלט מען אינדערהיים פאר די כל צרה שלא תבוא סיטואציע אז סזאל זיין א רעזערוו צום האנט, און פון ווען זאגט מען שוין אז די רעקל איז שוין ממש איבעריג און אומנוצבאר און מווארפט עס אוועק?
הא? גוטע קשיא.. ישעי טעסלער כווארט דו זאלסט עס אדרעסירן...

ברוך וויינשטאק איז גוט, דאס דארף מען דאך נישט זאגן. אבער סאיז דא אמאל וואס ער כוואליעס אזא גוטע כוואליע אז די האר פון קאפ הייבן זיך אויף... איך ציטיר די כוואליע וואס האט מיך באזונדער שטארק געכאפט די וואך, און כהאב עס געדארפט עטליכע מאל איבערליינען:
דער פאקט אז עקסידענטן פאסירן, פארמיידט אויך עקסידענטן.
מענטשן זעען און ווייסן אז עס זענען דא עקסידענטן, און זיי פארן בעסער און מער פארזיכטיג.
יעצט, נאך א מזל אז עס איז פארהאן עקסידענטן, וויבאלד ווער ווייסט וויפיל עקסידענטן וואלטן פאסירט ווען נישט דעם.
איך קען מענטשן וואס האבן אזא סארט לאגיק.

אין א פאזיטיווע שריט איז געליינט געווארן די וואך די לעניית דעתי קאלום מיט א זעלטענע צופרידנקייט און הנאה.
נאך א לענגערע צייט אפשניט וואס די קאלום האט זיך אנגעליטן פון קאפאוס, רשעים, אכזריים און אזוי ווייטער, איז די וואך געקומען א לעכטיגע געשמאקע דערפירשנדע קאלום וואס האט דערווארעמט די הארץ.
רבי חיים שלמה האט געשריבן א גאר שיינע געדאנק וואס יעדער קען זיך דאס מיטנעמען. ער שרייבט אז אונז זעמיר אלע אויפגעוואקסן אז די גדולי הדור און די ארויף געקוקטע צדיקים און גדולים זענען אלס געווען פארמישט מיט דראמא. יודן וואס זענען אריבער די קריג און אלעס פארלוירן און מיט דעם אלעס האבן זיין אויפגעבויעט וואס זיי האבן אויפגעבויעט. אדער איז עס געווען יודן וואס האבן גארנישט געהאט אינדערהיים, קוים א גאנצע טיש און מיט דעם אלעם זענען זיי געזיצן און געלערנט 18 שעה א מעת לעת. אדער איבער יודן וואס האבן זיך אוועק געגעבן פארן באשעפער דורכן זיך מוסר נפש זיין און טון דראמאטישע אקציעס.
און דאס אלעס האט געגעבן אזא איינדרוק אז סאיז עפעס גאר ווייט פון אונז פשוטע עמך אידן וואס אנטהאלטן נישט די אויסערגעווענליכע דראמא.
אבער דאס האט זיך געטוישט ווען סאיז געקומען צום קאסובער רבי זצוק"ל, וואס ווי אלע האבן מיטטגעהאלטן האט זיך עס גערעדט פון אן איד וואס האט אנטהאלט אין זיך א געוואלדיגע פשטות אן קיין שום עקסטרע דראמא. נישט עפעס א בעל תשובה צו א האלב פרייע. א פשוטע יוד וואס האט געלערנט אין די מוסדות, געווארן א מגיד שיעור, שפעטער א דיין און עווענטועל א רבי פון חסידים, וואס אפילו דעמאלט איז ער נאך געקומען דאווענען אין בית מדרש איינער אליינס כאחד האדם.
און דאס איז א מוראדיגע לימוד מיט צו נעמען, אז מקען ווערן גרויס אויך אן די דראמא. און די אלע זאכן מיינען אונז.
אהה.. רבי חיים שלמה, דאס איז א דערקוויקענדיגע שטיקל לעניית דעתי. נאך אזא קאלום ווערט מען אויפגעלעבט. דאס איז א שיין שטיקל.
עלה והצלח!

@יצחק עקשטיין האט נישט דערמאנט מיין נאמען וואס כהאב פאריגע וואך געשריבן 'פאטעניצאלע איידעמער ליסטע' און 'פאטענציאלע שנורן ליסטע'.
דער וואס האט געשיקט אן אימעיל צו לייביש לאכער, וועל איך מיך פרייען אויב ער וועט אויך שיקן א לינק אהער צו [email protected] .

מענדל אונגאר האט הערליך אראפ געלייגט די נשמה קאנפרעץ. אבער דאסמאל אנדערש ווי אייביג, האט ער נישט געדארפט זוכן קיין פארקינג און נישט געהאט קיין פראבלעמען ביים אריין גיין צום זאל. אדער יא נאר ער האט עס נישט געשריבן. יא, סאיז מער מסתבר אז ער האט יא געהאט פראבלעמען.. דאס איז דאך מענדי.. ווי ער גייט איז אינטרעסאנט און קיינמאל לאנגווייליג.
#מענדל אונגאר האט טאלאנט.

און? שוין.
#מאמענט 499
אוועטאר
פראפעסאר
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:01 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראפעסאר »

@קרעדיט קארד ווי זעסטו אז ישעי'לע איז נישט קיין סאטמארער? פארקערט ער האט גאר אפגעמאכט צו גיין צום עקספאו מיט א פריינד..
Letshelpothers האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 8:26 pm
שלות הנפש איז נישט קיין דעיסטינעישן - עס איז דא יעצט.
קרעדיט קארד
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 18, 2024 10:59 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעדיט קארד »

פראפעסאר האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 2:25 pm
@קרעדיט קארד ווי זעסטו אז ישעי'לע איז נישט קיין סאטמארער? פארקערט ער האט גאר אפגעמאכט צו גיין צום עקספאו מיט א פריינד..
@פראפעסאר סקען זיין אז ער איז יא.
סהאט זיך מיר נאר געדאכט אז א מהרי"י איז ער זיכער נישט, וויבאלד ער האט געשריבן אז ווען זיין חבר איז נישט אנגעקומען צום סוף האט ער נישט געוואלט אריין גיין דארט וויבאלד ער האט קיינעם נישט געקענט. אבער קען טאקע זיין אז ער איז א מהר"א.

נו שוין, די עיקר אז מאיז זיך מפלפל און א רעב ישעיעלע...

#מאמענט 499
קרעדיט קארד
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 18, 2024 10:59 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעדיט קארד »

א שיינע מאמענט געווען לעצטע וואך, אנגעהויבן פון די ארטיקלען און נאכגעפאלגט מיט די קאלום'ס.

די אינהאלט איז געווען געשריבן דאסמאל עפעס סופער לענגער פון נארמאל, אפצייכענדיג דערמיט אז סאיז נאר געווען 3 ארטיקלען אין פלאץ פון די וועכנטליכע 4 ארטיקלען וואס ערשיינען געווענדליך.

הרב א.ב.ד. דקעסטקליס איז אריין געקומען קלאר איבער דעם אז נישט אלעס דארף מען זאגן פארן מענטש וואס ער מעג טון. סאיז שוין העכסט צייט צו אנהייבן נוצן דעם אייגענעם שכל.

ש.ז. פון ברוקלין האט א פשט פארוואס אויפן מארקעט איז פארהאן מער טשיקן אייער ווי אנדערע.

די הייליגער ספינקער מיט פייערדיגע דיבורים איבער דאנקן דעם באשעפער.

הרב ווייס מיט א שיינע בילד פון א שומר עיניים.

הרב קליין איז די ערשטע מאל אריין געקומען קלאר מיטן ענטפערן א שאלה וואס א ליינער האט אריין געשיקט. דאס ווייזט אז די קאלום גייט צו אן העכערונג דערגרייכענדיג דערצו אז סווערט צוביסלעך טראנספארמירט צו א שאלות ותשובות סעסיע. דערמאנענדיג עטוואס די אלע שו"ת סעריע וואס סאיז געווען אינעם מאמענט געשריבן דורכן באגאבטן שרייבער אלי' יואל'ען יזכר לטובה.

מונה מיט גראמען אויף לשון הקודש – די הייליגע שפראך. אדער בלע"ז ווי סווערט אנגערופן ביי די שפראך רעדענדע: עברית. באט נעווער מיינד.. א שיינער קאלום.

זיי נישט קיין אקס, באפעלט יונתן. א זיסע מעשה מיט די בער וואס האט געשפילט ווי א מאלפע און די מאלפע וואס האט געשפילט ווי א בער, וואס האבן צוזאמען געשמועסט מיט די אקס וואס האט געשפילט ווי די מענעדשער...

מעלות מיט א טענה נישט צו מאכן קיין איבעריגע דיינים און מורי הוראות אין קלאס ווען די געברויך דערפאר איז נישטא.

נקדישך בריוו שרייבער מיט אן אויפוואכונג זיך צו גיין העלפן ביים ספעציאליסט אויב ספעלט אויס, און זיך נישט אינטערנעמען צו זיין שטיל ביים דאווענען און דורך דעם זיך איינרעדן אז זיין ענקזייעטי גייט פארשווינדן ווערן דערמיט.

ר' חיים טויבער מיט א ריכטיגע פונקט אז די מענער פארשווענדן נאך אזוי פיל געלט ווי די ווייבער אויב נישט מער.

ר' אליעזר אראפ ברענגענדיג ר' משה אליעזר אראפ ברענגענדיג רבי אלימלך בידערמאן מיט די זיסע קאנטרי געשיכטע וואס סהאט זיך ארום געדרייט א רעקארדירונג דערפון. (פאר דער וואס האט נישט צו זיין באזיץ כרגע די היימישע צענזוריסטישע ווערטער-בוך, וועל איך עקלערן אז א רעקארדירונג באדייט א קליפ.)

הרב טעללער מיט א קנאות'ישע ווארט אנטקעגן די א.ג. קנאים וואס דרייען זיך ארום מיטן שווערד און זוכן וועם צו שטעכן דערמיט.

אן הערליך וויליאמסבורגער שווארץ-ווייסע בילד.

הרב שובאקס מיט אן הערליכע אינטערוויו. אגב, לכאורה דארף זיין נאמען אויסגעלייגט ווערן אינעם יודישן שפראך: שאוואקס. ניין? עניוועי, ממש א ביוטעפיל אינטערוויו און גאר אינהאלטסרייך. און פארן שרייבער פערזענליך איז עס געווען א רונדע פארמאכונג (סגירת מעגל, ניין?) ווען ער האט ערפאלגרייך געאינטערוויוט זיין ערשטע באס וואס האט אים געגעבן א שרייבערישען אמט.

אוזבעקיסטאנער געשיכטע איז געווען ממש וואונדבאר מיטגייענדיג די השגחה פרטית וואס די יודן האבן געהאט אויף טריט און שריט זייענדיג אויף די וועגן און שטעגן זוכעדיג פאר קברים פון די זיידעס. מיר פערזענליך איז נאר אינטרעסאנט פון וואו דער שרייבער שמעון שטויבער האט דערגרייכט צו אזא געשיכטע, וואס ווי ווייט איך האט גענישטערט האט עס נאך קיין איינער קיינמאל באשריבן.

חכם גלויבער מיט א געזאנג וואס האט זיך פאכמאניש און הערליך צוזאמגעגאסן מיטן טאקט פון יענעם קייטל. דער גלויבער מאלעוועט ארט מיט ווערטער.

אברהם חיים'ען מיט עטליכע שטריכן איבער די פונאנדערשייד און אין די זעלבע צייט די צוגלייך צווישן דעם יונגערמאן וואס זיצט ביים גרויסן סקרין און די צדיק וואס פראוועט קבלה פארמאכט אין צימער.

די צפון'ישע רעטונג דערגרייכט דראמא ווען די פראקוראר האט זיך אויפגעשטעלט פארליינענדיג די קלאגעס קעגן מנחם מענדל'ען.

לאכער גייט פאר הכנסות כלה – כנאסעסכלה – ס'נסות כלה – סאסעסכלה – ס'כלה – סנסותכלה – סנאס'כלה. עפעס אויסגעלאזט?...

מיסטעריעזער מוח פון פ. גאלד שפאנט העכער און העכער דערגרייכענדיג נייע שטפאלען פון מיסטעריע א גאנצע צייט. ווער איז דאס אלבערט? לענארד? און ווער איז דאס טיאדער?

נישטא ווי א קאלטער מילכיגער שעיק אויפצופרישן די געמיטער אין די הייסע זומערדיגע טעג.

חיים ליכטמאן איז אריין געקומען די וואך גאר קלאר מיט פראקטישע שטאפל צו שטאפל אנווייזונגען וויאזוי צו פראקטיצירן די מעדיטאציע מעטאד.

מנחם גאלד אין אן אינטערוויו מיט א בחור וואס האלט פארן חתונה און אדערווייל פארמאגט עס נאכנישט קיין באשטימטע דאטום ווען די הייראט גייט פאסירן וויבאלד די געלט וואס ספעלט זיך אויס צום חתונה ליגט נאך ביי די נדבנים. פאר אפצוגעבן די געלט צום חתן, קלינגט: 718-838-2095 און פויעלט אלעס גוט.

טעלערלעך מיט ווערטער וואס זענען אקוראט אפגעלאפן פון זייערע דאטום. דערמיט אפשפיגלענדיג די פאריגע וואכעדיגע סיטואציע ווען די אנאליז+ האט אנאליזירט א פארמעסט צווישן ביידן און טראמפ אין די צייט ווען סאיז שוין געווען צווישן העריס און טראמפ. און דאסמאל אינעם טעלערלעך איז עס געווען מיט די ווערטער: נתניהו האט אפשר גוט גערעדט, אבער נאר דאס. אין די צייט וואס מדנ"י ליידט דורכפאל נאך דורכפאל אן קיין עכטע דערגרייכונג. ע"כ. סלאזט זיך שפעקולירן אז מנחם וואלט עס נישט געשריבן נאך די סוקסעספולע עלימינירונגען וואס איז געווען אין די לעצטע פאר טעג.

דערנאך קומט מנחם אריין מיט עטליכע קלאג ווערטער אויפן חורבן בית המקדש קלאגענדיג אויפן גלות און בעטנדיג פארן גאולה.

ר' דוד וועבער מיט א הערליכע געשיכטע איבער א בחור'ל וואס האט געקענט די קריאה פון פרשת משפטים אויסערווייניג, און דערביי געראטעוועט דאס לעבן פון זיין מאמע.

יונה אדלער מיט א מוראדיגע מעשה איבער די כוח פון א קליינע קבלה וואס קען ראטעווען לעבנס ממוות לחיים.

שמחה מיללער רעדט פון א משניות. הא, וואס זאגסטו, א משניות? איך מיין אז נישט...

אברהם גרינוואלד מיט א טיפ זיך איין צו שפארן עקסטערע 213.15 דאלער א חודש.

משה בנימין זעליגמאן מיט דברי הערכה און שעצונג אויף זיין זיידע וואס זאל לעבן ביזן 120.

שרגא סופר מיט א דראמאטישע געשריבענע דאקומענטאציע איבער די מערדעריי (אטענטאט?) אויף ראבערט קענעדי. סעענדיגט זיך אבער אינמיטן. העמיר דארפן ווארטן פארן קומענדיגן צו ליינען די המשך.

מאיר הורוביץ מיט א זיסן בילד פון א מאלפע, א הערליך בילד פון אן אפריקאנער זון אינטערגאנג, א פאנאראמישע בילד פון א פאררויעכדיגע און נעפלדיגע טשילע און א גלות בילד פון מאנראכישע פלאטערסטישע גלות וואנדערונגען.

ישעי טעסלער מיט א שאלעשידעס תורה אנווארעמענדיג די ציבור צו בעטן פארן גאולה, און אזוי אויך פאר פרנסה צוגלייך.

ברוך וויינשטאק מיט טיפזיניגע שורה'לעך וואס פארכאפן דאס מוח אין אן ענדלאזע קוואל פון קליגשאפט און חכמה.

הרב בערגער מיט שארפע דיבורים קעגן אזוי געריפענע גואישע אדווערטייזמענטס.

אריה לעווין מיט א הערליכע צאמגענומענע טעלער נייעס און לעפל אנאליז. המממ... סטעיסט גוט..

אנאליז + מיט א גאנצע הספד אויפן אמטירנדן פרעזידענט דזשו ביידן ירום הודו.

מענדל אונגאר מיטן גאנצן אטעם פארכאפענדן געשיכטע וויאזוי מהאט דעם דראג-דילער פארכאפט.

דער זעלבער מענדל אונגאר גלייך דערנאך מיט נאסטאלגישן שורות איבער די לאנגיעריגע ווארענונגס-פייפערס וואס זענען לעצטע וואך אראפ גענומען געווארן.

שמואל קעניגזאהן מיט שיינע אינטרעסאנטע יודישע נייעסלעך פון ארום די וועלט.

שמואל וואלדמאן איבער די עקאנאמיע וואס די וויצע פרעזידענט קאמעלע העריס ירום הודו (הודה?) גייט מעגליך איבער נעמען.

יצחק עקשטיין איבער די צייט און געלט וואס מעג אוועק געלייגט ווערן פאר די זוכן א נאמען, און פון ווען מדארף וויסן אז סאיז גענוג און מדארף זיך רוקן ווייטער.

פינגערטשעק מעג שוין אפדעיטן זייערע קאלום.

היימישע קווארטעליסטן מיט אינטרעסאנטע טשיקאווע געשיכטעס און נייעסלעך וואס האבן פאסירט אין זייער קווארטל.

דער געערטער הער ריכטער מר מענדל אונגאר שיחי' איבער זיין משפט וואס ער האט פארגעהאלטן אין קאלישער קעמפ, ביינאזאם מיטן ריכטער מר לייבי פאסטן שיחי'.

אין-א-בילד מיט טשיקאווע בילדערישע בילדער.

און יואליש'ל פון יואליש.קאם מיט א נייע טיטל 'טאלאנטפולער ווארטזאגער' באקומען די וואך פון משה אליעזר ליבערמאן לרגל זיין ערשיינונג אויפן פלאטפארם פון זלמן שפירא. און איינוועגס אריין געקומען קלאר איבער היפש אינטרעסאנטע נושאים, און קלאר געמאכט וואס סדארף קלאר ווערן.

און שוין.

וועסטו וועלן פרעגן מה יום מיומיים אז מקומט אריין מיט אזא מין אבזערוואציע איבערלויפענדיג די אלע געשריבענע בוכשטאבן וואס די מאמענט האט די וואך פארמאגט, וועל איך דיך ענטפערן אזוי:

פאר א קורצע וויילע צוריק האט זיך געעפענט דא אינעם היגן אייוועלט אן אשכול. די אשכול האט געהאט א לעבנס-שפאן פון געציילטע שטונדן, און אין אט די געציילטע שטונדן האט די אשכול אריין געהויבן נאנט צו א מאה תגובות פון כל ערללי פערזאנען. נישט צו לאנג האט גענומען און די אשכול איז געגאנגען די וועג וואו אונז אלע וועלן איין טאג גיין. השם נתן והשם לקח, ובלע המוות לנצח ומחה השם דמעה מעל כל פנים.

סאיז שווער צו רעדן דערפון נאכדערצו ווען סאיז מתו מוטל לפניו, אבער פטור בלא כלום אי אפשר און עטליכע, ממש קורצע, דברי הערכה נאכן נפטר וועל איך זיך פארט ערלויבן און אראפ ברענגען כדאי זיך צו לערנען פונעם נפטר.

דער נפטר האט פארמאגט א ידיעה וואס האט בשעתו ווען ער איז געבוירן געווארן, אויפגעשאקלט גאנץ יהדות החרדית בכלל און יהדות אייוועלט בפרט. די נפטר האט פארציילט נביאות'ער וואס גייען געשען אין די גאר נאנטע צוקונפט. די נפטר ע"ה האט מבשר געווען פארן עולם אז דער עולם הליטעראטור גייט זיך ענדערן. סגייט באקומען נייע געזיכטער. ער האט געטנהעט אז די רֶגַ"ע גייט ווערן איינס מיטן בַּיִ"ת, אפצייכענענדיג דערמיט אן היסטארישע צאם טרעף פון צוויי דריטל אינטערוויו וואס איז געווען חוה"מ פסח אויף קול מבשר. און ווי די נפטר פלעגט צו זאגן, אז קומענדיגע מאל וועלוול שמעלצער וועט וועלן אינטערוויוען די דריי געאינטעוויוטער בבחינת כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה, וועט ער זיך אנשטאלפערן אין שוועריקייטן ווען נאר 2 פון די 3 וועלן נאך עקזעסטירן, געבנדיג א רמז צום 2 אידן 3 דעות וואס ער פלעגט פארמאגן צוזאמען מיט שמעון יואל און שפעטער מיט יואלי.

ליידער אבער, משמים האט מען אזוי געוואלט, אונז ווייסן נישט די גענויע סיבה דערצו, אבער אזוי איז געווארן באשלאסן אינטער פארמאכטע טירן און מנהלי'שע פארוםס, אז די נפטר וועט מוזן אויסהויעכן זיין נשמה און צוריק געבן די לעבהאפט צו ווער סהאט אים עס געגעבן. אונז ווייס מיר נישט די אורזאך דערצו, און אן אפיציעלע דעקלעראציע מיטן גענויעם סיבה פון זיין פטירה איז נישט אנגעגעבן געווארן דורך די וואס האבן עס גורם געווען, און במילא בלייבט פאר אונז נאר צו מקבל זיין די גזירה באהבה און האפן פאר בעסערע טעג.

למעשה אבער האט די נפטר איבער געלאזט א רושם עזה, און די עולם איז נאך אונטערן שטארקן איינדרוק וואס די נפטר האט געמאכט אויפן ציבור. און במילא האט דאס צוגעברענגט אז איך זאל אראפ שרייבן אן אבזערוואציע איבער אלע קאלוםס און ארטיקלען וואס האבן ערשיינט אינעם לעצטן רג"ע, זינט סווייסט זיך נישט וועלכע קאלום גייט איבער לעבן די נייע איבערגאנג און וועלכע גייט ליידער נישט. און ווי אלץ ווייסער געבן אן מיט א זיכערקייט אז עטליכע גייען עס נישט מאכן. במילא וויל איך אויסניצן די געלגענהייט און איבער געבן א דאנק פאר אלע שרייבערס סיי פון רג"ע און סיי פון בי"ת, אן הערצליכן דאנק און אסאך הצלחה אויף ווייטער.

אן עקסטערע הערכה פאדערט די רג"עסטישע מייסד וואס ווי סשיינט גייט ער יעצט מייסד זיין אנדערע דברים. אבער דאס וועט מען שוין לאזן ווען זאכן וועלן קלארער ווערן און פאלן אין פלאץ.

און יעצט קומט מען צו צום טשערי אן די טאפ.

די לעצטע וואך איז געווען די רג"ע, סארי, מאמענט #499, וואס דאס באדייט: איין איינציגע בעפאר פינעף-הונדערט. וואס אין אנדערע ווערטער מיינט דאס אז די וואך קומט די פינף-הונדערסטע-מאמענט-אויסגאבע!!
וואו! דאס איז שוין אן ערנסטע וואו! פשש! קעניינעהארע! דאס איז אן ערנסטע מיילשטיין! וואו!

איז ביז יעצט האב איך געמיינט אז סאיז דא צו ערווארטן עפעס באמבאסטיש, פון יעצט שמעק איך אז סגייט ממש גארנישט זיין. כהאב אפילו מורא אז סגייט זיין מיינוס צוויי, און קומענדיגע וואך מיינוס איינס און א וואך שפעטער מאמענטיבל 1#...

אבער קוק אהער, לאמיר זעהן, ווייסט דאך, זיי האבן אונז קיינמאל אנטוישט. איז לאמיר זעהן וואס די מאמענט גייט אהער שטעלן לרגל די פינעף הונדערסטע מאמענט מאגאזין אויסגאבע!!

שששש... מבעט די עולם זאל זיין שטיל.. מגייט יעצט עפענען די פיהראנג און פארשטעלן פארן ברייטן ציבור וואס איז זיך דא צאמגעקומען, די שפאגל נייע פינעף הונדערסטע מאמענט מאגאזין אויסגאבע.. ששש...
@שלשה אחים @מאמענט , אונז געבן אייך איבער די ווארט ארויף צו קומען און פארשטעלן פארן עולם די צען-יעריגע לאנג-ערווארטעטע פינעף-הונדערסטע מאמענט-אויסגאבע... ששש...

[[[[[ מבעט די עולם זיי אפלאדירן און קלאטשן אין די צייט וואס זיי מאכן די וועג צום סטעיטש (פאדיום) ]]]]]
אוועטאר
איך נוץ מיין JELLY
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 06, 2021 2:17 pm

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך נוץ מיין JELLY »

די צווייטע חלק איז זייער זייער זיס...
#מאמענטיבל
אוועטאר
fiena nieas
שר ששת אלפים
תגובות: 6021
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

למעשה ביסטו ציקער זיס

איך פארשטיי נישט די ניגון פון וואס מונה רעדט איז געהעריג אין יודיש פארוואס זאגט ער אז סאיז לשון קודש?
משה'לי'ס בבא מציעא
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 11, 2023 3:31 pm

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'לי'ס בבא מציעא »

קרעדיט קארד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 9:40 am

פינגערטשעק מעג שוין אפדעיטן זייערע קאלום.

דעי שורה איז מיר נאך די מערסטע געפאלן....

אבער ס'איז כל הכלל כולו יצא, דו ביסט פשוט און פראסט פיינע נייעס, דעטס נאט אפ פור דעבעיט. כ'האף באקומסט א דזאב ביי די מאמענטיבל...
טאמער זענט איר אינטערסירט צו קויפן פראפערטיעס, אדער האט איר סיי וועלכע שטיקל לאנד צו פארקויפן אין אפסטעיט ניו יארק, ביטע שיקט אן אי-מעיל צו: [email protected]
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6946
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

משה'לי'ס בבא מציעא האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 1:10 pm
חינוך ארטיקל נאו דאוט אז ס'איז פנחס גלויבער. הונדערט און איין פראצענט זיכער, מען קען עס זעהן אין יעדע איינציגסטע ווארט. מען קען בכלל נישט זיך מתחלף זיין מיט פנחס זאכן.
יא, פילע ארטיקלען ווערט געשריבן דורך פנחס, כ'מיין אז מונה'ס אויכעט, ווי אויך עקיבא פערלמאנ'ס אין די נפשי.
עס זענען דא פילע ווערטער וואס אנטפלעקן דעם סוד אז פנחס שרייבט עס, נוצנדיג געוויסע ווערטער וואס אנדערע נוצן כמעט נישט. למשל "יענע/יענעם". כמעט נישט דא קיין פאראגראף ווי פנחס נוצט נישט דעם ווארט. פנחס וועט אויך רוב מאל פינטלען זיינע לשה"ק ווערטער.

אז מען רעדט שוין פון פנחס, זינט לבלר ע"ה איז פארשוואונדן, בענק איך זיך נאך געוויסע שטיקלעך דערינען וואס וואלט געמעגט ווערן אימפלעמענטירט אינעם געהעריגן מאמענט. ווי צב"ש פנחס פלעגט יעדע חודש באשרייבן איין געוויסע מליצה, און ברענגען דעם מקור, די אריגינעלע פשט פון דעם אויסדרוק וכו'. אדער פלעגט איינער (אויך א לאבין?) ברענגען אזעלכע ליקוטים (א שטייגער ווי יש אומרים פון אליעזר ראזען נאר) אין לשה"ק מלוקט מפי ספרים וסופרים. איך האב דאס זייער געגליכן, אסאך חידושים געוואויר געווארן. חבל על דאבדין ולא משתכחין.

און מר @קרעדיט קארד, איך בין ווערטערלאז דיר צו באדאנקען פאר דיינע הערליכע אנאליזן, נישט נאר באשרייבסטו דעם מאמענט מיט זאפט נאר דו ווארפסט אריין אייגענע חידושים און מחשבות, ווי צב"ש די מאנגל פון סעלף-העלפ בוכער אין אידיש אא"וו, איך ווייס נישט צו דו אליינס ווייסט ווי גוט דו ביסט. קיפ אפ יור גוד ווארק!!
תבלין כנגדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 04, 2022 9:15 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תבלין כנגדו »

@קרעדיט קארד אויש ביסטע גוט, אומזיסטע אונטערטעימענט.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10925
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע:דאנקט השי"ת

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

@קרעדיט קארד וואס מיינט דאס רֶגַ"ע???
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
קרעדיט קארד
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 18, 2024 10:59 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעדיט קארד »

איך נוץ מיין JELLY האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 12:03 pm
די צווייטע חלק איז זייער זייער זיס...
#מאמענטיבל
טענקס @איך נוץ מיין JELLY ..
🙏🙏🙏🙏
קרעדיט קארד
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 18, 2024 10:59 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעדיט קארד »

fiena nieas האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 12:12 pm
למעשה ביסטו ציקער זיס
🤩🤩
קרעדיט קארד
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 18, 2024 10:59 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעדיט קארד »

fiena nieas האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 12:14 pm
איך פארשטיי נישט די ניגון פון וואס מונה רעדט איז געהעריג אין יודיש פארוואס זאגט ער אז סאיז לשון קודש?
סאיז דא אן העברעאישער ווערסיע מיט גראמען אויף מאמע רחל, געשריבן דורך ר' משה וויינטרויב.

ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט מען געבעטן @קנאפער ידען צו ברענגען די ווערטער דערפון.. אבער במקום שאין איש זעמיר געגאנגען גוגלען אביסל און געטראפן די ווערטער פון די ניגון.

כלייג עס דא אין ספוילער:
◄ ווייז ספוילער
"ואני בבואי מפדן, על אם הדרך
בואכה בית לחם שוכן מקום קדוש, יקר ערך
אהל קטן ששופכים בו דמעות, בשעת צער ובעת מחול
סמוך ונראה לירושלים עיר הקודש
בי"א מר חשוון, בערב חג וראש חודש
באים היהודים להתרפק אצל מאמע רחל.

לפני רבות בשנים ביום בהיר
נכנס שם הגאון ר' חיים שמואלביץ ראש ישיבת מיר
ומסביבו תלמידים וקולו גובר והולך.
ר' חיים פורץ בבכי מר ואומר גיטרייע טייערע מאמע
בוודאי שמעת כבר את הבקשה מרבונא דעלמא
שאומר לך: רחל, רחל, מנעי מבכי קולך…
אבל אני חיים, דיין ליב קינד, אומר לך:

וויין, מאמע, וויין
בעד עמך רחמים שאלי
לפני מלך בורא נפש כל חי.
אוי ויין, מאמע, ויין
שערי דמעות לא ננעלו
שיאמר לצרותינו די.

טייערע מאמע, רבות בנות עשו חיל ואת עלית
עד מתי אידישע קינדער עוד יתגלגלו מגלות לגלות
ממצרים, בבל, ספרד, ועד וורשה הבירה
שאי עינייך וראי שה פזורה
שלא ידעו עוד צער ונגע, פצע וחבורה.
יהודים מבקשים לבוא ולהתפלל אצל האמא בתחנונים
וגם אצל יוסף הצדיק אצל הבן זקונים
אבל להתקרב אל האוהל לאו כל אדם זוכה
ובין יושבי תבל אין פוצה פה ומוחה
והעילוי ר' חיים מצעק ובוכה…

אוי, וויין, מאמע, וויין
בעד עמך רחמים שאלי
לפני מלך בורא נפש כל חי
אוי וויין, מאמע, וויין
שערי דמעות לא ננעלו
שיאמר לצרותינו די

ובוודאי ליכא פלוגתא
מה שכתוב מפורש בפסיקתא
שרחל אמנו נקברה בבית לחם על פי הדיבור
יעקב אבינו טען, בניי עתידים לחזור מן הגולה
הם יבקשו להתפלל בזמן של שמחה, וכשיש חלילה חולה
ורחל תעמוד לפני ה' כשליח ציבור.

לאמא מספרים בשורות טובות בזמירות ושירים
לאמא מגלים בשקט כל צער ויסורין
והאמא מבקשת בתפילה, בדמע, בחום
בפרט רחל אמנו כשבקשה רחמים לפני מלך נשגב
מיד נתגללו רחמיו
ואמר, בשביל רחל אני מחזיר את ישראל למקומם.

הייליגער מאמע, זה הרי בוודאי גוטע סברא
מי כמוך מרגישה מה נקראת אשה עקרה
בוודאי תבקשי על היושבים בצער
אבינו מלכנו פתח לנו שער
מתי נזכה לשמוע בכי של תינוק "והנה בוכה הנער".
טיירע מאמע, זה כבר מזמן לא גרוייסע חידוש
שהאמא לבד עומדת בהבדלה וקידוש
והילדים שואלים "העוד אבינו חי"
יתגדל ויתקדש שמיה
טאטע אין הימל הבט משמים וראה.

אמא יקרה כל עין לך מצפה
הפילי תחינתך לפני מלך מרפא
ויהיו רחמיך על עמך מתגוללים
סומך נופלים ורופא חולים
ובפרט המחלה הנוראה שלא חסה על הקטנים עם הגדולים
ולא נוותר לבקש חלילה וחס
על צער השכינה גלות הדעת
צניעות הייתה ברחל, למדנו במסכת מגילה
נשאר בד' אמות של תורה, בתוך אמוני עם סגולה
לא נכרע למודרניזציע רק בדרך הסלולה

מאמע על פרשת דרכים
כשארובות השמים נפתחים
לאידישע קינדער פרנסה נאר מיט רווחים
פרנסה וכלכלה
בלי מכשלה ותקלה
ישועות ונחמות על כוס יין מלא
ובקרוב בימינו
עם משיח צדקנו
לא עוד צער ויגון, ניין! ניין! ניין!
מיט דער בעסטע פארגענוגען
ששון ושמחה ישיגון
ואמר כל העם אמן ואמן!"
קרעדיט קארד
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 18, 2024 10:59 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעדיט קארד »

משה'לי'ס בבא מציעא האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 3:12 pm
קרעדיט קארד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 9:40 am

פינגערטשעק מעג שוין אפדעיטן זייערע קאלום.

דעי שורה איז מיר נאך די מערסטע געפאלן....

אבער ס'איז כל הכלל כולו יצא, דו ביסט פשוט און פראסט פיינע נייעס, דעטס נאט אפ פור דעבעיט. כ'האף באקומסט א דזאב ביי די מאמענטיבל...
כהאב הנאה אז איך בין נישט די איינציגסטע וואס קוקט יעדע וואך אויף די פינגערטשעק קאלום זעהן צו זיי האבן שוין אפשר געשריבן עפעס א נייע קאלום, אדער סאיז נאך אלס איבער וויאזוי מנעמט אויף נייע איינגעשטעלטע וואס רעדן נישט ענגליש...

@משה'לי'ס בבא מציעא טענקס טענקס!!...😆
קרעדיט קארד
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 18, 2024 10:59 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעדיט קארד »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 4:16 pm
משה'לי'ס בבא מציעא האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 1:10 pm
חינוך ארטיקל נאו דאוט אז ס'איז פנחס גלויבער. הונדערט און איין פראצענט זיכער, מען קען עס זעהן אין יעדע איינציגסטע ווארט. מען קען בכלל נישט זיך מתחלף זיין מיט פנחס זאכן.
יא, פילע ארטיקלען ווערט געשריבן דורך פנחס, כ'מיין אז מונה'ס אויכעט, ווי אויך עקיבא פערלמאנ'ס אין די נפשי.
עס זענען דא פילע ווערטער וואס אנטפלעקן דעם סוד אז פנחס שרייבט עס, נוצנדיג געוויסע ווערטער וואס אנדערע נוצן כמעט נישט. למשל "יענע/יענעם". כמעט נישט דא קיין פאראגראף ווי פנחס נוצט נישט דעם ווארט. פנחס וועט אויך רוב מאל פינטלען זיינע לשה"ק ווערטער.

אז מען רעדט שוין פון פנחס, זינט לבלר ע"ה איז פארשוואונדן, בענק איך זיך נאך געוויסע שטיקלעך דערינען וואס וואלט געמעגט ווערן אימפלעמענטירט אינעם געהעריגן מאמענט. ווי צב"ש פנחס פלעגט יעדע חודש באשרייבן איין געוויסע מליצה, און ברענגען דעם מקור, די אריגינעלע פשט פון דעם אויסדרוק וכו'. אדער פלעגט איינער (אויך א לאבין?) ברענגען אזעלכע ליקוטים (א שטייגער ווי יש אומרים פון אליעזר ראזען נאר) אין לשה"ק מלוקט מפי ספרים וסופרים. איך האב דאס זייער געגליכן, אסאך חידושים געוואויר געווארן. חבל על דאבדין ולא משתכחין.

און מר @קרעדיט קארד, איך בין ווערטערלאז דיר צו באדאנקען פאר דיינע הערליכע אנאליזן, נישט נאר באשרייבסטו דעם מאמענט מיט זאפט נאר דו ווארפסט אריין אייגענע חידושים און מחשבות, ווי צב"ש די מאנגל פון סעלף-העלפ בוכער אין אידיש אא"וו, איך ווייס נישט צו דו אליינס ווייסט ווי גוט דו ביסט. קיפ אפ יור גוד ווארק!!
@דניאל אויערבאך א דאנק פאר דיין לענגערע ריוויו. דו קומסט אלס אריין קלאר...

גראדע האב איך געמיינט אז מונה'ס קאלום ווערט געשריבן דורך משה אליעזר, אזוי ווי טוביה מאיר'ס קאלום בשעתו, אבער קען טאקע זיין אז נישט. אבער מיט עקיבא פערלמאן'ס קאלום בין איך אינגאנצן מיט דיך אז סאיז חכם גלויבער. גראדע מיין איך אז די 2 נייערע קאלום'ס פון יחזקאל לונגער און בעריש חיים וויינבערגער זענען אויך פון חכם גלויבער.

סתם אזוי, וואס זאגסטו אויף חכם גלויבער? האלסט סקומט אריין, אדער ענדערשער פנחס גלויבער?.. איך גלייך די ווארט חכם גלויבער.. כטראכט נאר צו ספאסט...

גראדע די פינטלען די לשה"ק ווערטער איז א נייע אינטרעסאנטע ערשיינונג. די לייגן נקודות אויף פסוקים איז איין שטאפל און לייגן אויף אלע לשה"ק ווערטער איז שוין א נעקסט שטאפל...

פונקט היינט האט ער געשיקט אין זיינע ברעקעלעך אימעיל אזא סארט זאך ווען ער האט געפינטעלט: בְּלֵית בְּרֵרָה. דאס איז שוין ממש נעקסט לעוועל.. און גראדע גלייך איך עס, וויבאלד איך קוק עס אן אביסל אזוי ווי די ענגלישע מאגאזינען טוען ווען זיי שרייבן א יודיש ווארט אין די ענגלישע בוכשטאבן, וואס זיי לייגן עס שיף , כאפסט וואס איך מיין?
סא איך קוק עס אן אז פנחס וויל מאכן די זעלבע איידיע אינעם יודישן ליטעראטורישע וועלט..
Screenshot.png
Screenshot.png (20.07 KiB) געזען 109 מאל

און הרב @דניאל אויערבאך , טענקס אגעין פאר דיינע ווארימע קאמפלימענטן!!
😊😊
קרעדיט קארד
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 18, 2024 10:59 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעדיט קארד »

תבלין כנגדו האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 5:14 pm
@קרעדיט קארד אויש ביסטע גוט, אומזיסטע אונטערטעימענט.
@תבלין כנגדו טענקס טענקס!!

כאפ אריין ווילאנג סאיז נאך אומזיסט...
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”