די פולמוס איבער דעם וי"ו קטיעא

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

י. זעירא
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 24, 2018 11:30 am

די פולמוס איבער דעם וי"ו קטיעא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך י. זעירא »

דינסטאג פינחס ה'תשע"ט

מיטן אויבערשטענ'ס הילף וועל איך זיך משתדל זיין צו באשרייבן א מחלוקת וואס האט בשעתו געשטורעמט אין מדינת איטאליע, גדולי הדור פון איבער דער וועלט זענען פאררופן געווארן צו זאגן זייער דעה, מיט די צייט איז עס אבער כמעט פארגעסן געווארן. און כאטש אז עס איז גראדע באקאנט אז דער ענין האט פילע שיטות, ווייסט מען כמעט נישט אז רוב פוסקים וואס רעדן וועגן דעם האבן געענטפערט אויף דעם בשעת א מחלוקת האט געפלאקערט דערוועגן.
אויך וועט איר דא אויסגעפונען וועגן נאך גדולי ישראל פון יענעם דור וואס מען האט ביז לעצטענס נישט געוויסט אז זיי זענען געווען פארמישט דערין.

ליינט, האט הנאה און לאזט אייך הערן.

[align=center] אריינפיר:[/align]
די נושא דא איז וויאזוי צו שרייבן אין ספר תורה אנהייב די וואכעדיגע סדרה די וי"ו פון הנני נותן לו את בריתי שלום. וואס די גמרא זאגט אין קידושין דף ס"ו עמוד ב' אמר רב נחמן וי"ו דשלום קטיעא, און פון דעם לערנט מען ארויס אז א בעל מום שעבד איז די עבודה פסול.

אויף דעם זענען געווען מערערע שאלות -
וואס מיינט דאס 'קטיעא'?
צו פסק'נט מען אזוי?
אויב טרעפט מען א ספר תורה נישט אזוי, דארף מען דאס פאררעכטן?
אויב יא, איז דער ספר דערווייל כשר?
די לעצטע צוויי שאלות, איז נוגע אויך אויב איז די וי"ו געמאכט לויט א אנדערע שיטה אין די באדייט פון 'קטיעא' ווי דאס וואס מיר וועלן אננעמען.
אויב מען קומט פאררעכטן און קוטע זיין, קען מען עס מאכן מיט אויסמעקן דארט וואו מען דארף (נאכן מכריע זיין וואס מיינט 'קטיעא'), אדער איז עס א שאלה פון חק תוכות, און מען דארף אינגאנצן מבטל זיין דעם אות און איבערשרייבן?
מעג מען בכלל מעקן, שלום איז דאך אחד משמותיו של הקב"ה?


די אלע שאלות האבן געשטורעמט אין לאנד איטאליע, עס זענען אויף דעם געשריבן געווארן גאנצעטע קונטרסים פון די רבנים אין איטאליע, און אסאך תשובות פון חכמי הדור איבער די וועלט.


איידער מיר גייען צו צום גופא דעובדא צו באשרייבן דברים כהווייתן, וועלן מיר לערנען א שטיקעלע פונעם פירוש בית דוד אויף משניות.
דער פירוש בית דוד האט מחבר הג"ר דוד חיים קורינאלדי, פון שטאט רוויגו (Rovigo), איטאליע. דער ספר האט ער ארויסגעגעבן אין יאר תצ"ח לפ"ק.

זה לשונו אין תרומות פרק ח' משנה א' , נאכדעם וואס ער דערמאנט די גמרא אין קידושין אז די וי"ו איז קטיעא:
ופירוש קטיעא היינו חתוכה ולא קטנה דההיא קטינא מיקריא ולא קטיעא ומהר"ם לונזאנו בעל שתי ידות האריך באור תורה על ענין זאת הוי"ו ואופן חתוכה ואני ראיתי בספר ישן נושן שהוא"ו לא היתה חתוכה באמצעה כמו שמסיק הוא וכמו שנוהגים סופרים החדשים לכתוב על פיו אלא חתוכה תחתיה בענין שהיא ארוכה יותר מהיו"ד הרבה וקצרה מן הוי"ו מעט ולזה דעתי נוטה וזו היא צורתה
=======

און אין אידיש
קטיעא מיינט נישט קליין, אזוי ווי אותיות זעירות, ווייל דאס רופט זיך קטינא נישט קטיעא.
דער אור תורה איז מאריך וויאזוי עס צו מאכן, דער אור תורה האלט אז עס איז נישט קלענער און נישט קורצער נאר אינמיטן איז עס אפגעהאקט.
דער בית דוד איז אבער מעיד אז ער האט געזעהן אין אן אור-אלטער ספר תורה אנדערש ווי די מסקנא פונעם אור תורה, וואס די לעצטיגע סופרים פירן זיך לויט איהם, נאר עס איז געווען אביסל קורצער פון אונטן, אבער ממש אביסעלע כדי עס זאל נישט אויסעזהן ווי א יו"ד. (דאס איז נישט קטינא, ווייל א קליינע אות ווערט געשריבן מיט א שמאלערע קולמוס אזוי אז די קעפל איז אויך קלענער און שמאלער משא"כ דא). און ער ענדיגט צו ולזה דעתי נוטה, מיט א בילד.


לכאורה האבן מיר שוין געטראפן א חולק אויפן אור תורה, דער בית דוד אויף משניות.

לאמיר לערנען יעצט א פאר שורות פונעם פירוש שושנים לדוד, אויף די זעלבע משנה.
דער שושנים לדוד האט מחבר געווען הגאון ר' דוד פארדו, מחכמי הדור, מחבר שו"ת מכתם לדוד, משכיל לדוד על פירש"י עה"ת, חסדי דוד אויף תוספתא, ועוד.
דער שושנים לדוד האט דער מחבר ארויסגעגעבן בשנת תקי"ב, 14 יאר נאכן בית דוד, און ער איז אסאך משיג אויפן בית דוד.

ז"ל שם נאכדעם וואס ער איז מעתיק דעם בית דוד:
ודבר זה תחלתו מתוק וסופו מר כי החכם הזה נר"ו שארי ליה מאריה שהיה מתוקן מתחלתו ונתעוות אח"כ דהדר ביה משמעתיה והפריז על המדה שרצה לפסול כל ב"ת שלא נמצאת בו הוי"ו קטיעא כדעת הא"ת עד שנתגלגל הדבר והגיע אל סלע המחלוקת בוער כאש להבה שרבים נמשכו אחריו ונמנעו מלעלות לקרוא בתורה כשהיו קורין אותן כל שלא היה בו הוא"ו קטיעא עד שלבשו קנאת ה' רבותי היושבים על מדין בישיבה הכללית נר"ו שבויניציאה ונמנו וגמרו שבכל ענין כשירה וגזרו בתוקף האלה והסכימו עמהם כמה גאוני הדור שלא תגע יד בווי"ן השלימות ולא יעלה הכורת עליהן ופסק דינם עם ספיר גזרתם נדפסה בעט ברזל למשמרת לאותוכו'.


דא לאזט ער אונז וויסן מיט שארפע לשונות אז אינצווישן, ערגעץ ווען אין לעצטע 14 יאר, האט דער בית דוד צוריק געצויגן און יא געפסק'נט ווי דעם אור תורה, אזוי ווייט אז ער האט גאר גע'פסל'ט אלע ספרי תורה וואס זענען געווען געשריבן נישט ווי דער אור תורה, ביז עס האט זיך פון דעם צעפלאקערט א מחלוקת, ווען אסאך אידן האבן זיך פארלאזט אויף איהם און נישט עולה געווען לתורה אויב איז נישט געווען די וי"ו קטיעא ווי די שיטה פונעם אור תורה, ביז זיינע [דער שושנים לדוד'ס] רבי'ס די רבנים אין ווענעציע האבן געמוזט נעמען די זאך אין די הענט אריין, זיי האבן גוזר געווען בתוקף האלה - דאס מיינט אויסגערופן א חרם, אז קיינער זאל נישט מגיה זיין די ספרים וואס די וי"ו איז געשריבן ווי א געווענליכע וי"ו, און זייער פסק דין און גזירת נח"ש איז געדרוקט געווארן למשמרת לאות.


[align=center]א.[/align]
פאר אן אנהייב, לאמיר זיך ארויסלאזן זוכן דעם געדרוקטן תשובה און גזירת נח"ש, וואס דער שושנים לדוד דערמאנט, פון זיינע רבי'ס די רבנים פון וויניציאה.
אין אמת'ן איז עס שוין איבעגעדרוקט געווארן עטליכע מאל ווי מיר וועלן שפעטער זעהן, עס איז אבער אויך פארבליבן איין קונטרס פון די אריגינאלע וואס איז געדרוקט געווארן בשעת די מחלוקת האט געפלאקערט, דאס איז אין די כתב יד פונעם ספר פחד יצחק, להג"ר יצחק לאמפרונטי, ערך ספר תורה.
דער מחבר האט געוואלט אריינלייגן די תשובה פון רבני וויניציאה אין זיין ספר, און עס איז טאקע איבערגעדרוקט אין ספר פחד יצחק, אבער אנשטאט אז דער מחבר זאל אוועקגעבן פון זיין טייערע צייט צו ציטירן דעם גאנצן תשובה האט ער פשוט אריינגעלייגט דעם געדרוקטן קונטרס אינעם כתב יד פון זיין ספר, וואס געפונט זיך היינט אין ביביליאטעק אין פאריז. דא קענט איר זעהן דעם קונטרס תשובת רבני וויניציאה.

דער קונטרס אנטהאלט א שאלה פון די פרנסים פון שטאט רוויגו, וואס זיי פרעגן אן ביי די רבני הישיבה אין וויניציאה, די תשובה פון רבני וויניציאה.
און צום סוף איין עמוד אין איטאליעניש, וואו - לויט ווי עס האט מיר ערקלערט איינער וואס רעדט איטאליעניש - עס ווערט אויסגערעדט די חרם וואס די רבנים האבן גוזר געווען אז קיינער זאל נישט צורירן די שוין-געשריבענע ספרי תורה, און אויב איינער וועט עובר זיין וועט ער נישט קענען נוצן קיין 'סערוויסעס' פון די קהילה. און וויפיהל רבנים האבן זיך צו דעם צוגעשטעלט (מיר וועלן נאך אי"ה צוריקקומען דערצו), געחתמ'ט דורכ'ן דער סופר הקהל, ר' שמואל לוי מוייא.
דער עמוד אין איטאליעניש איז נישט געווארן קיינמאל איבערגעדרוקט, די מו"ל פונעם פחד יצחק פארענטפערן זיך דערויף דא, בשולי העמוד , זיי שרייבן אז זיי וועלן עס דרוקן סוף באנד אבער למעשה האבן זיי דאס נישט מקיים געווען.
אויך וואס זיי שרייבן דארט וועגן 3 דפים געשריבן אין איטאליעניש איז נישט ריכטיג, עס איז סך הכל איין עמוד.

די תשובה פון רבני וויניציאה איז איבערגעדרוקט געווארן אין שו"ת בתי כהונה ח"ג סי' כ', ווען נאכדעם אין סימן כ"א קומט א לאנגע תשובה פון הגאון המחבר וואס איז נישט אזוי מסכים צו זיי.
ווי שוין דערמאנט איז עס אויך איבערגעדרוקט אין פחד יצחק ערך ספר תורה, דארט קומט גלייך דערנאך א הסכמה פון רבני פירארא, הרב הזקן ר' מרדכי צהלון ועמו דער מחבר הספר פחד יצחק.
אויך איז עס לעצטענס איבערגעדרוקט געווארן אין קובץ מוריה, תמוז תשס"ח, צוזאמען מיט די הסכמה פון רבני פירארא, דארט איז עס נאכגעברענגט פון פחד יצחק. און דארט איז צוגעלייגט געווארן גאר א חשובע מציאה, א בריוו פון רבני וויניציאה צו הג"ר אריה ליב מאמשטרדאם, ווי זיי בעטן ער זאל זיך צושטעלן צו זיי, דארט דערמאנען זיי אז זיי שיקן איהם די געדרוקטע תשובה. און הג"ר אריה ליה מאמ"ד'ס תשובה צו זיי ווי ער איז מסכים צו זיי.
הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 709
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

צורת הוי"ו קטיעא בס"ת של מרן הצמח צדיק מויזניצא זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצעיר באלפי »

20190723_151827.jpg
20190723_151827.jpg (547.6 KiB) געזען 1955 מאל


דהיינו כהשיטה שצריך שיעור וי"ו עכ"פ.
באדראג-קערעסטיר
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדראג-קערעסטיר »

איך האב שוין געזען 3 ערליי וי"ו קטיעא'ס
אויב קענט איר מסבר זיין די מחלוקת
Untitled.png
Untitled.png (11.68 KiB) געזען 1913 מאל
י. זעירא
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 24, 2018 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך י. זעירא »

אזוי ווי מען האט איבערגעהאקט מיט די צורות, וועל איך אין קורצן ברענגען די שיטות, און אי"ה וועל מיר נאך צוריק קומען ממשיך זיין באשרייבן דעם פולמוס.

א.מען מאכט עס בכלל נישט קטיעא, נאר ווי אלע ווי"ן.
דאס איז די שיטה פון כמה פוסקים, על סמך הספרים המצויים בידיהם. ווייל די מנהג איז געווען אין אסאך מדינות אזוי. (וכן מנהג בני תימן עד היום הזה).
איי די גמרא אין קידושין סו:, איז דא אסאך תירוצים, י"א אז דאס איז פון די זאכן וואס אונזער מסרה איז נישט ווי עס שטייט לכאורה אין דברי חז"ל, א שטייגער ווי כלות-כלת, הפילגשים-הפילגשם, ועוד. און וואס די תירוץ איז דארט וועט מען דא אויך זאגן.

אויך זענען דא פוסקים וואס זענען מיישב אז די גמרא זאגט עס לויט א שיטה יחידאה, מיט גאנצע לשיטתו'ס וואס זיי בויען.
און נאך מער, ר' אברהם סגרי, מרבני קסאלי דמינפראטו, שרייבט אין זיין תשובה, א גאנצע פשעטל, אז מען דארף גאר לערנען די גמרא בדרך תמיהה, איז עס דען קטיעא? (אויף דעם איז ר' חיים וולטירה מרבני איטליה ארויס זייער שארף טענהנדיג אז אויף דעם וועג קען מען אויסדרייען די גאנצע תורה, אבער ר' אברהם סגרי האט איהם צוריקגעשריבן אז יעדע פשט וואס עס איז מעגליך צו לערנען אין די גמרא אויף א אופן אז עס זאל נישט מכחיש זיין די אלטע קבלה, וואס זיי האבן געהאט - נישט צו מאכן קיין וי"ו קטיעא בכלל, דאפן מיר לערנען)

ב. מען האקט אפ די וי"ו אינמיטן, אז עס בלייבט ווי א יו"ד.
ג. אסאך שרייען אז דאס פסלט דעם ספר, ווייל דאס איז א יו"ד און בכלל נישט קיין וי"ו. זאגן זיי אז מען זאל עס אפהאקן גאנץ אונטן, אין די עוקץ (דאס הייסט די קלינע שיעפע שטיקל אונטן, לויט ווי מען פלעגט אמאל שרייבן אז די גאנצע זייטל פונעם וי"ו האט זיך געצויגן גראד אראפ ביז נאנט צום סוף וואו עס האט זיך געענדיגט מיט א שיעפן עוקץ).

ד. מען האקט עס איבער און אונטער דעם שרייבט מען ווייטער. (דאס איז די שיטה פונעם אור תורה, ע"פ הריטב"א, וכ"כ הריב"ש והרשב"ץ בספרי תורה שלהם).
ה. כנ"ל אות ד', אבער דא איז דא די זעלבע פראבלעם ווי אויבן, עס ווערט א יו"ד, און מען קען נישט מצרף זיין די אונטערשטע שטיקל (אזוי ווי מיר ווייסן נישט קלאר אז טאקע דאס מיינט די גמרא מיט קטיעא). דערפאר זאל מען עס איבערהאקן נאנט צום סוף, אויף א אופן אז די אויבערשטע טייל אליין איז שוין ניכר אלס א וי"ו. (כן כתבו כמה פוסקים אז, וכן היתה דעת הגאון בעל פני יהושע כמבואר במכתבים שנכתבו אז משמו, וכן הכריע הגרע"א בתשובתו הנודעת). דוכט זיך אז דאס איז די מערסטע גאנגבארע שיטה בימינו.

ו. מען האקט עס איבער אינדערמיט, כנ"ל, און כדי עס זאל נישט זיין א שאלה פון א יו"ד, האקט מען עס נישט אינגאנצן איבער, נאר מען באהעפט די צוויי חלקים מיט א דינע קו (אין דעם אליין איז דא עטליכע מהלכים אין פוסקים, וויאזוי עס צו באהעפטן). דאס איז שיטת הרדב"ז, ובעל שושנים לדוד (ווי אויבן געברענגט).

ז. מען מאכט עס פשוט א וי"ו זעירא.

ח. די פיסל פונען וי"ו גייט אראפ מיט א זיג-זאג אינדערמיט, וואס די פוסקים רופן א אות שבורה. (דאס איז למעשה גאנץ ענליך צו שיטה ו.)

ט. די וי"ו ווערט געשריבן נארמאל, אנשטאט דעם איז די מ"ם סתומה דערנאך נישט קיין גאנצע אות, מען נוצט די וי"ו עס משלים צו זיין. דהיינו כאילו מען וואלט דא בכלל נישט געשריבן קיין וי"ו, נאר א ענדע מ"ם וואס איז איבערגעהאקט פון אויבן, גאנץ רעכט'ס, און פון אונטן ממש רעכטס, צווישן די זייטל און די ירך.
באדראג-קערעסטיר
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

Re: די פולמוס איבער דעם וי"ו קטיעא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדראג-קערעסטיר »

זייער אינטערסאנט די 9 שיטות פון וי"ו קטיעא
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: די פולמוס איבער דעם וי"ו קטיעא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

הערליך, און אינטרעסאנט.
נאר אשאד אז @י. זעירא איז נישט צוריק געקומען משלים זיין.

וואס טוט מען היינט צו'טאג'ס?
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”