פנחס - מען גייט דיך אראפרייסן!

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

שלום ואחדות
שר חמש מאות
תגובות: 505
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

פנחס - מען גייט דיך אראפרייסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

בס"ד

די תורה הקדושה הייבט אָן אונזער פרשה מיט די גרויסע שכר און ברכה וואס פנחס האט באקומען פון הימל אויף די געוואלדיגע מעשה וואס ער האט געטוהן. ווי די תורה שילדערט סוף פונעם פריערדיגן פרשה אז די בנות מואב האבן מכשיל געווען כלל ישראל מיט זנות, און צווישן זיי אויך דער נשיא פון שבט שמעון זִמְרִי בֶּן סָלוּא האט חתונה געהאט מיט א מִדְיָנִ'ישע פרוי כָּזְבִּי בַת צוּר, און פנחס ווען ער האט דאס צוגעזעהן האט ער זיך אויפגעשטעלט און גענומען א שפיז אין זיינע הענט און ער האט זיי ביידע געהארגעט, אזויווי דער דין איז "הבועל ארמית קנאין פוגעין בו" ווען מ'זעהט ווי איינער האט חתונה מיט א גוי'אישע פרוי מעג מען איהם הארגענען אויפן פלאץ, דאס הייסט אפילו אָן קיין בית דין אדער עדות, נאר איינער וואס איז א 'קנאי' און ער קומט זיך אָננעמען פאר כבוד שמים, מעג ער הארגענען דעם בועל ארמית.

און ווי רש"י ברענגט דארט, אז אין אנהייב איז פארגעסן געווארן די הלכה פון משה רבינו און כלל ישראל, זיי האבן נישט געוואוסט וואס זיי האבן צו טוהן דא, אבער פנחס ווען ער האט צוגעזעהן וואס זמרי טוט האט ער זיך יא דערמאנט, "ראה מעשה ונזכר הלכה, אמר לו למשה מקובלני ממך הבועל ארמית קנאין פוגעין בו, אמר לו קְרַיינָא דְאִגְרְתָא אִיהוּ לִיהַוִי פַּרְוַונְקָא, מיד ויקח רומח בידו" וגו', ער איז געגאנגען צו משה רבינו און ער האט איהם געזאגט איך האב אליינס מקבל געווען אזוי פון דיר אז מ'מעג איהם הארגענען, האט משה רבינו געענטפערט מיט א באקאנטע משל און אויסדרוק, "קריינא דאגרתא איהו ליהוי פרוונקא - דער וואס האט פאָרגעליינט דעם בריוו ער איז מכבוד אויסצופירן די שליחות וואס שטייט דערין", וואס דאס מיינט אז פנחס זאל טאקע טוהן למעשה דאס וואס ער האט געדענקט, און דעמאלטס איז פנחס געגאנגען הארגענען זמרי מיט כזבי.

די חטא פון זנות האט געברענגט א שרעקליכע מגיפה אויף כלל ישראל אין וועלכע ס'זענען אומגעקומען פיר און צוואנציג טויזנט אידן רח"ל, אבער דורך די קנאות פון פנחס האט זיך אפגעשטעלט די חרון-אף פון כלל ישראל, און די מגיפה האט זיך געענדיגט.

אויף דעם זאגט השי"ת אין אונזער פרשה, "פִּינְחָס בֶּן אֶלְעָזָר בֶּן אַהֲרֹן הַכֹּהֵן הֵשִׁיב אֶת חֲמָתִי מֵעַל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל בְּקַנְאוֹ אֶת קִנְאָתִי בְּתוֹכָם" פנחס האט אפגעקערט מיין צארן פון אויף די אידישע קינדער מיט זיין מעשה קנאות לשם לשמים, און דאס האט גורם געווען אז איך זאל נישט פארלענדן כלל ישראל. דער רבוש"ע האט איהם כביכול מכיר-טובה געווען און געשיקט זאגן "הִנְנִי נֹתֵן לוֹ אֶת בְּרִיתִי שָׁלוֹם" א בונד פון פרידן, און ער האט זוכה געווען צו כהונה פאר זיך און פאר זיינע קומענדיגע דורות (על פי הלכה איז פנחס נישט געזאלבט געווארן פאר כהונה ביז יענע מעשה, ווייל נאר אהרן הכהן מיט אלעזר ואיתמר זענען געזאלבט געווארן, און זייערע שפעטערדיגע קינדער וואס זענען געבוירן געווארן נאכן זאלבן זיי וואלטן געווען די כהנים, אבער פנחס וואס איז קיינמאל נישט געזאלבט געווארן וואלט נישט געדארפט ווערן א כהן. נאר נאך די מעשה האט ער זוכה געווען צו ווערן א כהן, און כמעט אלע כהנים גדולים אין בית המקדש זענען געווען זיינע אייניקלעך).

רש"י זאגט אז דעריבער האט די תורה מאריך געווען און אויסגערעכנט די גאנצע יחוס פון פנחס, "פִּינְחָס בֶּן אֶלְעָזָר בֶּן אַהֲרֹן הַכֹּהֵן", לפי שהיו השבטים מבזים אותו, הראיתם בן פּוּטִי זה שפיטם אבי אמו עגלים לעבודה זרה והרג נשיא שבט מישראל, לפיכך בא הכתוב ויחסו אחר אהרן. די שבטים האבן באַרעדט פנחס און איהם פארשעמט זאגענדיג אז ער איז א 'בֶּן פּוּטִי - א זוהן פון א שטאָפּער', זיין זיידע יתרו האט אנגעשטאפט קעלבלעך פאר עבודה זרה ווען ער איז געווען א גלח אין מדין (די ווייב פון אלעזר הכהן איז געווען א טאכטער פון יתרו) און יעצט קומט ער דא הארגענען א נשיא פון א שבט, ווער מיינט ער אז ער איז... דעריבער זאגט די תורה הקדושה עדות אז ער איז "פִּינְחָס בֶּן אֶלְעָזָר בֶּן אַהֲרֹן הַכֹּהֵן" נישט דער בן פּוּטִי פון יתרו, נאר דער אייניקל פון אהרן הכהן דער אוהב שלום ורודף שלום און צדיק פון כלל ישראל.

וואס איז פשט פון די טענות אויף פנחס?
פארשטייט זיך אז די טשעפערייען וואס מ'האט געזאגט אויף פנחס האבן געמיינט מרמז צו זיין אז די מעשה וואס פנחס האט געטוהן האט געשטאמט פון זיין שוואכע יחוס וואס ער האט געהאט פון זיין מאמע'ס זייט, דאס הייסט אז ער האט אין זיך די מידת הרציחה ח"ו וואס ער האט גע'ירש'ענט פון זיין זיידע וועלכער איז געווען א עובד עבודה זרה. און דערפאר האט דער אייבישטער געלאזט הערן אז ניין, דאס איז געווען א ריינע קנאות דקדושה, א מעשה וואס פאסט זיך פאר א אייניקל פון אהרן הכהן!

דארף מען אבער פארשטיין, געוואלד וואס קומט דא פאָר?! כלל ישראל זעהט אז עס בוזשעוועט א געפערליכע מגיפה, פיר און צוואנציג טויזנט אידן זענען שוין ליידער געפאלן צוליב די זינד, און דא שטעלט זיך אויף פנחס און איז מקיים דער דין פון קנאין פוגעין בו, און די מגיפה שטעלט זיך אפ! דאס הייסט אז ער האט ממש א בפירוש'ע הסכמה פון הימל אויף זיין מעשה, ער האט גוט געטוהן. וואס דארף מען מער פון דעם אז ער האט אפגעטוהן דעם חרון-אף פון כלל ישראל און ער האט געראטעוועט זייערע לעבנס. אבער מענטשן האבן נאך די חוצפה צו קומען זאגן די לעכערליכע טענה פון "הראיתם בן פוטי זה שפיטם אבי אמו עגלים לעבודה זרה והרג נשיא שבט מישראל" קוקט אָן דער בן פּוּטִי וואס שטאמט פון א עובד עבודה זרה... און בכלל, יתרו איז שוין דאן לאנג נישט געווען קיין עובד עבודה זרה, ער איז געקומען זיך אנשליסן אין כלל ישראל און געגעבן א עצה פאר משה רבינו וויאזוי צו פירן דאס פאלק, ווי מיר האבן געלערנט באריכות אין פרשת יתרו, ער האט זוכה געווען מוסיף צו זיין א פרשה אין די תורה, וויאזוי פאסט בכלל צו דערמאנען זיין דינען עבודה זרה.

די גאנצע זאך הערט זיך עפעס ווי א פראסטע און ביליגע ליצנות וואס האט אפילו נישט קיין פשט, אבער דאָך זעען מיר אז די תורה הקדושה איז זיך 'מתייחס' צו די טענה און אדרעסירט דאס דורכ'ן אויסרעכענען די הייליגע יחוס פון פנחס פון די אנדערע זייט. וואס איז פשט דערפון און וואס קומט דאס אונז לערנען?

נאך דארף מען פארשטיין, פארוואס טאקע איז משה רבינו נישט געגאנגען אליינס הארגענען זמרי און מאכן די געוואלדיגע קידוש השם. דער רבי פון כלל ישראל וואס האט זיך שטענדיג מוסר נפש געווען מקדש צו זיין שם שמים און אראפנעמען די חרון אף פון אויף כלל ישראל, אין די מינוט וואס ער האט זיך דערמאנט די הלכה פון קנאין פוגעין בו, וואלט ער געדארפט לויפן טוהן די מצוה, פארוואס האט ער באמת געשיקט פנחס דאס טוהן?

א סימן אז ס'האט בארירט און געקוועטשט
עס ווערט דערציילט א עובדא, אז דער בריסקער רב הגאון רבי יצחק זאב סלאוויטשיק זצ"ל איז געשטאנען פארנט פון זיין הויז אין ירושלים עיה"ק מיט נאך אייניגע תלמידים, און זיי האבן געוואלט צוזאמקלויבן א מנין צו דאווענען מעריב, איז איין תלמיד געשטאנען און אויסגערופן הויעך אויפן קול "מעריב מעריב". פונקט זענען אדורכגעגאנגען דארט צוויי מענטשן, ווייזט אויס נישט קיין גאר פרומע, און איינער פון זיי ווען ער האט דערהערט דעם רוף פון יענעם, האט ער חוזק געמאכט און נאכגעשפעט צוריקשרייענדיג "מעריב מעריב" אזויווי יענער האט געזאגט, און זיי האבן ביידע פאָרגעזעצט זייער וועג. דער בריסקער רב האט זיך דאן אנגערופן, "באלד וועט איינער פון די צוויי צוריק קומען"... וכך הוה, עס גייט נישט אדורך קיין סאך צייט, און דער וואס האט פריער געשפעט "מעריב מעריב" האט זיך באוויזן צוריק און געזאגט אז ער איז וויליג צו קומען דאווענען מיט זיי.

ווען מ'האט שפעטער געפרעגט דעם בריסקער רב זצ"ל פון וואו האט ער געוואוסט אז איינער גייט צוריק קומען, האט ער געענטפערט: אין די מינוט וואס כ'האב געזעהן אז ער מאכט חוזק איז א סימן אז ס'האט איהם געדרוקט, דער רוף האט אריינגעדרינגען אין זיין הארץ אז מ'דארף דאָך דאווענען מעריב, און ממילא האב איך געוואוסט אז ער וועט נאך קומען דאווענען. אויב ס'וואלט איהם גארנישט מחייב געווען וואלט ער נישט געדארפט מֵגִיב זיין, פונקט ווי זיין חבר איז געבליבן שטיל, אלא מאי, עס האט איהם בארירט אין פינטל...

טייערע אידן, דאס איז א פשוט'ע און אלטע כלל אז ווען עפעס דרוקט אונז און ס'איז אונז מחייב, הייבט מען אָן צו שרייען און חוזק מאכן, קודם כל ווייל ס'טוט וויי, און בעיקר ווייל מ'וויל זיך אליינס בארואיגן. ווען מיר זעען אז איינער טוט א דבר טוב, און עס פאנגט אונז אָן צו דרוקן אין הארצן פארוואס מיר טוען נישט די אלע גוטע זאכן, איז די איינציגסטע וועג ארויס דורכדעם וואס מ'וועט יענעם אראפרייסן און חוזק מאכן פון איהם, אזוי אז ס'זאל מיר נישט מחייב זיין. ווער רעדט נאך ווען מ'קען אויפקומען מיט א הסבר פארוואס ער איז נישט גערעכט און וויפיל נגיעות ער האט דערביי וכו' וכו' דאס איז דאָך ממש ווי געוואונטשן, ווייל דאס מאכט אונז פיל מער גערעכט און אויסגעהאלטן. מער וועט שוין מיין הארץ מיר נישט נאָגן און פייניגן פארוואס איך בין נישט אזויווי יענער, ווייל איך האב דאָך דעם פארטיגן תירוץ פארוואס יענער טוט נישט צו די זאך.

די עבודה פון פנחס בעבר, בהווה, און בעתיד
לאמיר זיך אביסל פארטיפן און פארשטיין וואס פנחס האט דא געטוהן און ווי גרויס איז געווען זיין מסירות נפש בשעת מעשה.

מען זאגט נאך א רמז, אז די פריערדיגע דריי פרשיות ביז אהער, קרח, חקת, און בלק, האבן אין זיך די אות קו"ף, אבער אין יעדע איינס פון זיי איז דער ק' אויף אן אנדערע פלאץ, ביי קרח איז עס ביים אנהייב פונעם ווארט, ביי חקת איז עס אינדערמיט, און ביי בלק צום סוף. דער ענין איז, ווייל ק' איז מרמז אויף 'קדושה' און אין יעדע פון די פרשיות געפונט זיך די קדושה אויף אן אנדערע ארט.

קרח איז זיך געקומען קריגן אויף משה רבינו צוליב זיין גרויסע יחוס און חשיבות, ער איז געווען בן יצהר בן קהת בן לוי און ער האט געהאלטן אז ס'קומט זיך איהם די נשיאות אדער כהונה גדולה, קומט אויס אז ער האט 'צוריקגעקוקט' אויף זיין אפשטאם און זיך געגרויסט מיט זיין הייליגע מקור, און טאקע די קדושה וואס ער האט געהאט פון 'פריער' למעלה בקודש, דאס האט איהם געשאדט.

פרשת חקת איז עוסק אינעם ענין פון לטהר טמאים, וויאזוי א טמא'נע מענטש קען זיך מטהר זיין און ארויסקריכן פון זיין טומאה, וואס דאס איז א ענין פון 'הווה' און ס'איז נוגע אינמיטן, דאס הייסט סיי ווען אינעם מענטש'נס לעבן ווען ער ווערט טמא, און דעריבער איז די קדושה טאקע מרומז אינדערמיט.

בלק האט געארבעט אויפן צוקונפט, ער האט געזוכט צו שעלטן און פארלענדן כלל ישראל אז זיי זאלן נישט האבן קיין עתיד, און ווי ער דרוקט זיך אויס צו בלק (כ"ד י"ד) לְכָה אִיעָצְךָ אֲשֶׁר יַעֲשֶׂה הָעָם הַזֶּה לְעַמְּךָ 'בְּאַחֲרִית' הַיָּמִים, איך וועל דיר געבן א עצה וויאזוי אונטערצוברענגן כלל ישראל צום סוף, וואס דו זאלסט טוהן און ס'וועט גורם זיין אז שפעטער וועט חלילה קומען אויף זיי א חרון-אף ח"ו. און דעריבער איז די אות ק' ביים סוף, ווייל דאס האט בלעם געטוהן ער האט פוגם געווען אין די קדושה פון כלל ישראל.

דייקא נאך די דריי פרשיות וואס זענען מרמז אויף די דריי ענינים פון עבר, הווה, און עתיד, דא קומט צו גיין פנחס, וואס האט טאקע מתקן געווען די אלע דריי ענינים. פנחס האט גענוצט זיין גרויסע און הייליגע יחוס אויף דאס פארקערטע, ער האט פארשטאנען אז ער איז דער אייניקל פון אהרן הכהן וואס האט שטענדיג באלאכטן פאר כלל ישראל, און יעצט ליגט אויף איהם די פליכט צו טוהן מיט מסירות נפש כדי צו ראטעווען כלל ישראל. ער האט אויסגענוצט די קדושה און גרויסקייט פון זיינע עלטערן לטובה, עס האט איהם געשטופט און מחייב געווען מקדש צו זיין שם שמים.

ווי אויך אין זיין 'הווה' האט ער מדקדק געווען אויף זיינע מעשים אז זיי זאלן זיין אויסגעהאלטן און בשלימות. ער גייט קודם צו משה רבינו און ער דערמאנט איהם די הלכה, ער מאכט זיכער און איז מברר אז די מעשה וואס ער וויל דא טוהן איז ריכטיג, ער טוט נישט אָן קיין יישוב דעת און הכנה.

נאך מער זאגט דער ישמח ישראל אויף די ווערטער "בקנאו את קנאתי, פירש"י ז"ל בקצפו הקצף שהי' לי לקצוף. היינו שקינא רק קנאת ה' צבקות, ולא קנאת עצמו בשום נדנוד צד, ואף לא לקבלת שכר בעולם הבא, כי מסר נפשו ממש, כי היה סברא לומר שדין הזה הוא רק לקנאין"... פנחס האט זיך אויסגעלייטערט און געטוהן אינגאנצן לשם שמים, ער איז געגאנגען אָן קיין שום אייגענע נגיעה אדער חשבון, ניטאמאל פון שכר אויף יענע וועלט, ווייל ער האט געוואוסט ביי זיך אז ס'קען זיין אז אפשר איז ער נישט קיין ריכטיגע קנאי לשם שמים און דעריבער טאר ער דאס באמת נישט טוהן און ער וועט נישט באקומען קיין שכר דעראויף. ער האט אבער נישט געמאכט קיין שום חשבונות און ער האט בכלל נישט געטראכט פון זיך, ער איז פשוט געלאפן מקדש זיין שם שמים אינגאנצן לשם שמים.

און דורכדעם האט ער מתקן געווען די גאנצע 'עתיד' פון כלל ישראל, ער האט אראפגענומען פון זיי די צארן פון השי"ת און אפגעשטעלט די מגיפה. און ער האט טאקע זוכה געווען צו "וְהָיְתָה לּוֹ וּלְזַרְעוֹ אַחֲרָיו בְּרִית כְּהֻנַּת עוֹלָם" אז ער האט זוכה געווען צו א געוואלדיגע ברכה אויף זיין גאנצע עתיד און זיינע צוקונפטיגע דורות.

פנחס האט איינגעשטעלט די אלע דריי, די עבר, הווה, און בעתיד
נאך מער קען מען צולייגן, פנחס האט בעצם אויך איינגעשטעלט און מפקיר געווען די אלע דריי זאכן פאר כבוד שמים. ביים טוהן די מעשה הקנאות האט ער מוותר געווען אויף זיין גאנצע עבר, זיין הווה, און זיין עתיד, ווי פאלגענד:

צום ערשט האט ער פארלוירן זיין יחוס ביי כלל ישראל, און די שבטים האבן אנגעהויבן צו שפעטן פון איהם און איהם אנרופן 'בן פּוּטִי' וואס איז זיך מתייחס צו יתרו אנשטאט צו אהרן הכהן. ווי אויך זיין הווה האט ער איינגעשטעלט פשוטו כמשמעו, ווי חז"ל זאגן אז אויב זמרי וואלט געוואלט, האט ער זיך געמעגט ארומדרייען און הארגענען פנחס איידער ער הארגעט איהם, ווייל הבא להרגך השכם והורגו. און די גמרא זאגט (סנהדרין פ"ב:) אז עס האבן טאקע פאסירט זעקס ספעציעלע נסים צו פנחס בשעת מעשה וואס דאס האט איהם באשיצט און געראטעוועט, און אין מדרש (ספרי) ווערט אויסגערעכנט צוועלף נסים וואס האבן פאסירט צו פנחס בשעת מעשה. קומט אויס אז פנחס האט ממש איינגעשטעלט זיין לעבן און זיין גאנצע מציאות, און ווען נישט מ'ראטעוועט איהם פון הימל וואלט ער דארט געקענט שטארבן. ווי אויך האט ער איינגעשטעלט זיין גאנצע עתיד, וויסענדיג ווי ווייט ער וועט ווערן דערווייטערט און אויסגעשפיגן פון כלל ישראל צוליב זיין קנאות.

אבער פנחס האט אויף דעם אלעם נישט געקוקט, ווי דעם אויבנדערמאנטן לשון פונעם ישמח ישראל, "ולא קנאת עצמו בשום נדנוד צד", ער האט נישט געקלערט קיין איין ברעקל פון זיך, אפילו נישט א טראפ, און ער האט מקריב געווען זיין עבר, הווה, און עתיד, פארן אייבישטער.

מען מאכט חוזק כדי זיך אליין צו בארואיגן
אבער אנשטאט כלל ישראל זאל מכיר זיין און אנערקענען די געוואלדיגע טובה וואס פנחס האט זיי געטוהן, האבן זיי טאקע אנגעהויבן חוזק צו מאכן און אראפרייסן פנחס און איהם אנגערופן בן פּוּטִי. ווי די בעלי מוסר ערקלערן וואס מיר האבן פריער געברענגט, א גוטע מעשה איז יעדן איינעם מחייב און עס הייבט אָן צו שטעכן און וויי טוהן, און ממילא האט מען נישט קיין ברירה און מען מוז עס אוועקמאכן כדי צו בארואיגן די אייגענע געפילן.

און טאקע ווייל עס איז א שוואכקייט פונעם מענטשליכן נאטור אז ער קען נישט פארנעמען די 'מוסר' און די התחייבות וואס יענעמ'ס גוטע מעשה איז איהם מחייב, דעריבער הייבט מען אָן אויסצוזוכן טענות אפילו פון אונטער די ערד, מאדנע טענות ומענות, בלבולים וואס האבן אפילו נישט קיין פשט און ס'איז קלאר און דייטליך נגד השכל, ווייל מ'קען דאָך נישט בלייבן מיט די שולד געפילן און מ'מוז זיך מאכן באקוועם און רואיג. און דעריבער אפילו ווען מ'זעהט שווארץ אויף ווייס אז די שרעקליכע מגיפה האט זיך אפגעשטעלט, און ס'איז קלאר און דייטליך אז פנחס האט געטוהן א גרויסע און הייליגע זאך, דאָך הייבט מען אָן צו שרייען "בן פּוּטִי" אז דאס קומט פון עבודה זרה און פון נישט גוטע פלעצער.

דעריבער געפונען מיר טאקע אין רש"י "לפי שהיו השבטים מבזים אותו הראיתם בן פוטי זה", און לכאורה קען מען מדייק זיין פארוואס האבן אלע שבטים חוזק געמאכט? ממילא שבט שמעון האבן געהאט טענות ווייל ער האט געהארגעט זייער נשיא, אבער וואס איז דאס בכלל געווען נוגע פאר די אנדערע שבטים? נאר ווי מיר שמועסן איז דער ענין געווען נוגע פאר יעדן איינעם, ווייל די טענה איז קעגן יעדע איינציגסטע איד "וואו ביסטו געווען? פארוואס האסטו נישט געטוהן וואס פנחס האט געטוהן? פארוואס איז דיר נישט אנגעגאנגען כבוד שמים?", און דעריבער ווען עס קומט צו פארשעמען פנחס און בארואיגן דעם אייגענעם געוויסן, דא איז גאנץ כלל ישראל גלייך און עס איז נוגע פאר יעדן איינעם.

די קידוש השם זאל זיין פיל גרעסער און שטערקער
אצינד קומען מיר צום צווייטע נקודה, פארוואס האט טאקע משה רבינו נישט געוואלט אליינס מקיים זיין די מצוה פון קנאין פוגעין בו, פארוואס האט ער געזאגט פאר פנחס קריינא דאגרתא איהו ליהוי פרוונקא - אז דער וואס ליינט דער בריוו דער זאל זיין דער שליח צו טוהן למעשה.

מו"ר הגאון רבי יצחק דוב קאפעלמאן ראש ישיבת לוצערן זצ"ל ערקלערט דעם ענין אין זיין ספר שיח יצחק, אז משה רבינו האט געוואוסט אז כדי אפצושטעלן די חרון-אף פון אויף כלל ישראל פעלט זיך אויס גאר א גרויסע און שטארקע קידוש השם וואס איז נישטא דאס גלייכן. משה רבינו האט געוואוסט אז אויב וועט ער אליינס הארגענען זמרי וועט דאס ווייט נישט מאכן אזא שטארקע קידוש השם, ווייל די אידן ווייסן דאָך אז ער איז דער רבי און מנהיג הדור און ער נעמט זיך אָן פאר כבוד שמים. אבער ווען פנחס וואס איז געווען א מענטש צווישן מענטשן, ווי די תורה הקדושה זאגט (כ"ה ז') וַיַּרְא פִּינְחָס וגו' וַיָּקָם מִתּוֹךְ הָעֵדָה וַיִּקַּח רֹמַח בְּיָדוֹ, פנחס איז א איד פון כלל ישראל, און ווען ער שטעלט זיך אויף און איז זיך מוסר נפש, ער מאכט נישט קיין אייגענע חשבונות, נאר ער איז מקנא קנאת ה' צבקות און הארגעט א נשיא פון כלל ישראל פאר כבוד שמים, וועט דאס מאכן אסאך א גרעסערע רושם אין די הערצער פון די אידן, די קידוש השם וועט זיין גאר גרויס. דערפאר האט משה רבינו געשטופט פנחס אז ער זאל דאס אליינס טוהן.

לא יתבייש מפני בני אדם המלעיגים עליו בעבודת השי"ת
כלפי מה דברים אמורים, פארוואס שרייבט די תורה הקדושה דאס אלעס? ווייל דא ליגט א געוואלדיגע לימוד לדורות וואס איז נוגע פאר אונז אלע שטענדיג!

די תורה וויל אונז דא אויסלערנען אז ווען א איד טוט א דבר טוב, זאל ער נישט קוקן אויף גארנישט און נישט מאכן קיין שום חשבונות, שפרינג אריין און טוה וואס איז ריכטיג פאר כבוד שמים. אפילו דו ביסט נישט קיין צדיק, ביסט נישט קיין רבי אדער אדם גדול, צומאל ווארט מען אויף דיין קידוש השם אדער דיין גוטע פעולה, און עס קען נאך זיין פיל גרעסער און שטערקער ווען עס קומט פון א פשוט'ער איד. אפילו עס וועט נישט געפעלן פאר יעדעם, אפילו אויב אנדערע וועלן האבן וואס צו זאגן, טראכט נישט וועגן זיי און רעכן זיך נישט דערמיט.
ווי שטייט נאר אין טור און אין שולחן ערוך אינעם ערשטן סעיף פון אורח חיים? "ולא יתבייש מפני בני אדם המלעיגים עליו בעבודת השי"ת" - אז א מענטש טאר זיך נישט שעמען אדער כאפן התפעלות פון די וואס לאכן אפ פון איהם אין עבודת ה'. עס שטייט נישט א לשון ספק, 'אפשר' וועלן זיין אזעלכע וואס וועלן לאכן, אדער 'אויב עס מאכט זיך' אז מען לאכט דיר אפ, נאר דער לשון איז "בני אדם המלעיגים עליו" עס איז א פאַקט! מענטשן וועלן לאכן! ווי נאר דו טוסט א גוטע זאך און דו נעמסט זיך אין די הענט אריין אין עבודת ה' אדער אויפצוטוהן סיי וועלכע דבר טוב פאר א יחיד אדער פאר א רבים, גייען דארט זיין מלעיגים, מענטשן וועלן לאכן און חוזק מאכן, ווייל ס'איז א פשוט'ע מציאות אז פילע פון דיינע ארומיגע גייען זיך דארפן בארואיגן און זיך אליינס פארענטפערן פארוואס זיי טוען נישט ווי דיר, און ממילא וועלן זיי מלעיג זיין, זיי וועלן שפעטן פון דיר, דו ווער נאר נישט נתפעל.

און ווי מיר לערנען פון די פרשה אז נישט נאר מ'וועט חוזק מאכן מיט אויפריכטיגע טענות, נאר אדרבה, ווען עס פעלט זיך אויס וועט מען אפילו אפירקריכן מיט די מערסט מאָדנע און ווייטע סארט זאכן, ווי עפעס א פארגאנגענהייט פון איין געוויסע זיידע, און דאס נוצן פאר די ליצנות און חוזק, אלעס כדי נישט צו כאפן קיין התפעלות און ווערן מחוייב. און אפילו ווען מ'זעהט די געוואלדיגע פירות און די תוצאות פונעם דבר טוב, דאס וועט אויך נישט אפשטעלן די מלעיגים פון קומען חוזק מאכן. ווייל אפילו ווען עס שטעלט זיך אפ א מגיפה ווערן זיי נישט נתפעל דערפון און זיי האלטן זיך נישט אפ פון זייער התנגדות און חוזק.

די תורה רעדט צו יעדן איד אין יעדן דור און זאגט: ווייס פון פריער אין וואס דו לאזט דיך אריין, קוק וואס פאר א פנים די מלעיגים האבן, און שרעק זיך נישט פון זיי. ווען מ'מיינט כבוד שמים דארף מען טוהן וואס איז ריכטיג און פארקוקן אויף סיי וועלכע חשבון וואס איז נוגע זיך. עס איז נישט קיין נפקא מינא צו ס'וועט מיך שאַטן בעבר, בהווה, אדער בעתיד, איך בין א עושה מעשה פנחס און דער אייבישטער וועט באלוינען דערפאר.

א רוף צו אונז נישט צו זיין פון די מלעיגים און מבזים
מצד שני דארף די פרשה אויך דינען אלס אן אויפוואכונג צו אונז אלע, אז מיר זאלן נישט זיין פון די 'מלעיגים' וואס שרייען הראיתם בן פּוּטִי זה... ווען מיר האבן א גוטע פריינט, א שכן, א קרוב, א איד אין אונזער בית המדרש, וואס האט זיך גענומען טוהן א גוטע זאך, אוי ווי גרינג איז אריינצופאלן אינעם גרוב פון ווערן פון די מלעיגים און מבזים, די ערשטע נאטורליכע
רעאקציע פון אונזער זייט איז צו לאכן און אפשפעטן פון יענעם בסתר אדער בגלוי.

אבער מיר לערנען דא א יסוד, שטעל זיך אפ און זיי זיך מתבונן, לערן גוט אפ דיינע געפילן. אפשר דאס וואס דו ביסט נישט באקוועם מיט וואס יענער טוט איז צוליב דעם ווייל דו שפירסט אז ס'איז א תביעה קעגן דיר, עס מאָנט און פארלאנגט פון דיר צו טוהן די זעלבע. אויב אזוי כאפ דיך מיט און טוה טאקע די זעלבע! אבער אפילו אויב דו האלסט נאך נישט דארט, על כל פנים לאַך נישט אפ און מאך נישט קאליע. ווייל ווער ווייסט אויב דורכדעם וועסטו נישט חלילה אפהאלטן יענעם פון זיינע גוטע מעשים, ווער ווייסט וויפיל קידוש השם דו קענסט ח"ו פארמיידן דורכן אפלאכן און אוועקמאכן יענעם, וויפיל ברכה און השפעות טובות קענסטו מוֹנֵעַ זיין אויב דו וועסט גורם זיין אז יענער זאל ווערן פארשעמט אדער אנטמוטיגט פון וועלן אנגיין ווייטער, אלעס צוליב דיינע נגיעות ווייל דו האסט זיך געוואלט בארואיגן און פארענטפערן.

ומדה טובה מרובה, ווען מ'זעהט ווי איינער וויל טוהן א דבר טוב, אדער ער וויל זיך פארבעסערן, ער מאכט פאָרשריט אין רוחניות, און מ'זאגט איהם א גוט ווארט, מען פארגינט איהם, און מ'גיבט חיזוק, די כח און גרויסקייט דערפון איז אֵין לשער און קען ברענגן אזויפיל ברכות און השפעות ברוחניות ובגשמיות, אכי"ר.

לסיכום געדענק:
• עס איז שווער פאר מענטשן צוצוקוקן ווי א צווייטער טוט א דבר טוב, ווייל דאס איז זיי מחייב און פאדערט פון זיי צו טוהן די זעלבע. דעריבער וועלן זיי חוזק מאכן און עס אוועקמאכן.
• אפילו ווען מ'זעהט קלאר ווי גוט און דערהויבן א זאך איז, וועט דאס נישט אפהאלטן די מלעיגים פון חוזק מאכן מיט וואס נאר מעגליך.
• ווי ווייט מיר מוזן אכטונג געבן נישט צו זיין פון די מלעיגים, אדרבה שטענדיג זאגן א גוט ווארט און געבן חיזוק פאר א דבר טוב.

א לעכטיגע שבת קודש!
זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק" דורך אי-מעיל בעז"ה [email protected]
אוועטאר
Pinchus
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2020 4:46 pm
לאקאציע:אין מיין שיך

Re: פנחס - מען גייט דיך אראפרייסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Pinchus »

יוי האסטו מיך דערשראקען!
שלום ואחדות
שר חמש מאות
תגובות: 505
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

Re: פנחס - מען גייט דיך אראפרייסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

פנחס - מען גייט דיך אראפרייסן! VIDEO
https://torahanytime.com/lectures/312259

פרינט ארויס לכבוד שבת PDF
https://www.ladaat.info/showgil.aspx?pa ... 27&gil=172
א לעכטיגע שבת קודש!
אוועטאר
קאטשקע פיס
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 08, 2024 4:02 pm
לאקאציע:כולל

Re: פנחס - מען גייט דיך אראפרייסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע פיס »

זייער א שטארקע נקודה!
גוט ארויסגעברענגט!
שכח
האסט מיר א גוטע איידיע פאר אן אינטערשריפט?

אישי!
יואלפריעדמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 25, 2017 1:10 pm

Re: פנחס - מען גייט דיך אראפרייסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואלפריעדמאן »

שטארקע פוינט, ענדערש ווערד אויסצוהערן ווי צו ליינען
ישיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 6:18 pm

Re: פנחס - מען גייט דיך אראפרייסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיש »

אינו דומה ראי' אויף אייוועלט לשמיעה פונעם משפיע הרה"ג ר' שלמה ווי ער רעדט מיט אזא ווארעמקייט אין זיסקייט כדרכו בקודש, לוינט זיך צונעמען די צייט אין עס אויסהערן.
אוועטאר
שמות באקס
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 31, 2024 4:58 pm

Re: פנחס - מען גייט דיך אראפרייסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמות באקס »

זייער שיין. שטארקע פונקט.
העליכע של''ס תורה מלוביש מיט מתוק ודבש.
שכח פארן מזכה זיין מיט די הערליכע רייד.
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”