א געשמאק פון א זיסע נקמה’לע

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

בגבעון דום
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 21, 2023 7:47 pm

א געשמאק פון א זיסע נקמה’לע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בגבעון דום »

איינער קען דעם ניגון ’נישט אזא גאנצע זאך ווי א צובראכן הארץ’? איך וואלט צוגעלייגט צו דעם ’נישט אזא הויעכע לאך, ווי ביי א זיסע נקמה’.

לאמיר אראפלייגן צוויי סינעריאס.

1 - בערל זיצט אויפן וועגן און שטעגן ארויס אין קאנטרי, די טרעפיק איז אנגעקומען היבש פריער ווי ער האט זיך געראכטן. ענדליך קומט ער שוין אן צום טונעל, און יעצט דארף עס שוין אנהייבן צו פארן געשמאק. רעכטס אדער לינקס? עס איז פארהאן צוויי לעינס ביידע זעהן אויס צו פארן אייניג, א איד פארט דאך אלס רעכטס, ויסעו אריין אינעם רעכטן לעין.

מה עשה הקב"ה? א טראק דרייווער האט באשלאסן צו זעהן צו ער קען זיך האלטן אויף 6.5 מיילס א שעה, און דער טראק דרייווער האט אויך באשלאסן צו גיין אינעם רעכטן ליניע.

האלט זיך רואיג בערל זינגט ער זיך אינטער. אבער צוביסלעך צוביסלעך גייט די טאלערנס לעוועל אראפ, און די נערוועזיקייט גייט ארויף. ספעציעל ווען ער זעהט ווי לינקע לעין פארט א נחת, ווי פיטער אויף א ווארעמע טאוסט. אבער וואס קען מען טון? א פאליציאנט זיצט צוויי קארן פאר אים, און ער האט נאך נישט דעם שם וועלכע זאל בלינד מאכן דעם פאליציאנט פאר א רגע, במילא אריינגעליטשן אינעם לינקן לעין איז נישט קיין אפציע.

ביי די טיים וואס בערל זעהט זיך אינדרויסן פונעם טונעל, ער איז אויפגערעגט און צוקאכט.

סינעריא 2- די זעלבע אנהייב.
בערל זיצט אויפן וועגן און שטעגן ארויס אין קאנטרי, די טרעפיק איז אנגעקומען היבש פריער ווי ער האט זיך געראכטן. ענדליך קומט ער שוין אן צום טונעל, און יעצט דארף עס שוין אנהייבן צו פארן געשמאק. רעכטס אדער לינקס? עס איז פארהאן צוויי לעינס ביידע זעהן אויס צו פארן אייניג, א איד פארט דאך אלס רעכטס, ויסעו אריין אינעם רעכטן לעין.

אבער איידער ער ענדיגט מאכן דעם רעכטן לעין, קומט א גרויסע מעכטיגע יוקאן און שניידט אריין גאר ווילד אינעם לעין. ווען נישט בערל’ס ברעיקס זענען גאר ניי, וואלט זיין האד אויסגעטשעקט דעם לעצטן זיץ פונעם יוקאן.

ווי אזוי האט דער פאליציאנט צוויי קארן פארדעם נישט באמערקט וואס ער האט געטון?? צודרייטער דרייווער וואס ער איז! ווער האט אים געגעבן לייסענס???

אזוי פארט מען אריין אינעם טונעל ומה עשה הקב"ה? א טראק דרייווער האט באשלאסן צו זעהן צו ער קען זיך האלטן אויף 6.5 מיילס א שעה, און דער טראק דרייווער האט אויך באשלאסן צו גיין אינעם רעכטן ליניע.
בשעת די לינקע לעין פארט א נחת, ווי פיטער אויף א ווארעמע טאוסט.

בערל שיסט אויס אין א הילכיגע געלעכטער. ’קומט זיך דיר’ שרייט ער כאילו דער קאר פאר אים קען אים הערן. ער מאכט זיך באקוועם אויף זיין זיץ, און בעט דעם אייבערשטער אז די טרעפיק זאל אנהאלטן כאטשיק א האלבע שעה. ווי מער דער יוקאן דרייווער רעגט זיך אויפן פאליציאנט פאר אים, אלס גרעסער ווערט די הנאה זיינעם.

עד כאן.

וואס האט בעצם פאסירט?
ביים צווייטן מעשה האט בערל געהאט אן הנאה וואס איז גרעסער פונעם עגמת נפש. די הנאה ווערט אנגערופן נקמה. עס איז אפשר נישט אידישלעך, עס איז עפעס וואס מ’דארף זיך אויסארבעטן. אבער די גרעסטע הנאות פאר א מענטש וואס איז שווער מסביר צו זיין (חוץ פון הנאת מצוות, און פארשטייט זיך בני חי ומזוני) איז אזוי:
נקמה,
קראצן די פיס פארן גיין שלאפן (געזען אמאל אז איינער אסרט דאס צו טון תשעה באב),
א פריזינג שאווער נאך א ברענעדיגע מקוה,
ווען די משוגעת איז געלונגען,
עס איז דיר געלונגען אויסצושפילן די סיסטעם און מען האט דיר נישט געכאפט.
מידת הסבלנות איז גאר א גוטער מידה.
אבער נאר פאר די קאר וואס פארט אינטער מיר, און נישט פאר די קאר וואס פארט פאר מיר.
אוועטאר
דוקטור
שר האלף
תגובות: 1174
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2008 7:27 am

Re: א געשמאק פון א זיסע נקמה’לע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוקטור »

ס'ווערט געברענגט (אין מוסר ספרים?) אז נקמה איז א הנאה מעין עולם הבא.
וועגן דעם נקמה אין די גויים וועט זיין נאר ווען משיח וועט קומען במהרה בימינו.
העלפער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:36 am
לאקאציע:ביהמ"ד

Re: א געשמאק פון א זיסע נקמה’לע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלפער »

נאר מיט שמחה קען מען פועל'ן
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”