ווי אזוי גיבט מען זיך אן עצה אין א קורצשלוס - Blackout

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
Joe the Farmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2022 8:28 pm

ווי אזוי גיבט מען זיך אן עצה אין א קורצשלוס - Blackout

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joe the Farmer »

שלום עליכם מיינע גוטע פריינט,

אזוי ווי לעצטענס איז געווען אפט בלעקאויטס, מיין איך ס'איז גוט א אשכול ווי מען קען שרייבן טיפס וויאזוי זיך אן עצה צו געבן
אין פארשידענע אספעקטן ווי אזוי זיך צו אומגיין במקום עלעקטעריק

לדוגמא אופנים וויאזוי,
1. צו מאכן שטובער 'לעכטיג' פאר ביליג פאר א לענגערע צייט.
2. קאכן, אדער אנווארעמען עסן (פאר דעי וואס האבן נישט קיין געז רענטש).
3. זיך האלטן ווארעם אין קאלטע וועטער.
4. זיך האלטן קיל אין ווארימע וועטער.
5. עצות איבער אינסטאלירן א Home generator
6. ווער ס'האט א סאוינפאמפ און צו ס'איז וויכטיג א backup בעטערי
7. וויאזוי זיך אן עצה צו געבן די פרידזש און פריזער זאלן זיך האלטן קאלט, און נישט ווערן פארדארבן.

וכו' וכו' קומט'ס אריין מיט אייערע עצות, טריקס, און פאטענטן, פארשטייט זיך ס'זאל זיין סעיף
אוועטאר
גראַדע
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 4:54 pm
לאקאציע:משה זוכמעך

Re: ווי אזוי גיבט מען זיך אן עצה אין א קורצשלוס - Blackout

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראַדע »

ווער האט געגלייבט? און 2023 איז נאך אלץ דא די פראבלעמען..

א ג'ענארעיטאר איז די בעסטע. סאלער פענעלס איז אויך אן אפשען, דעיס קאסט אבער אסאך.. פאר עמך אידן איז די בעסטע פארטעבל טשארדשערס, און שטארקע פלעשלייטס. מיט פרידש/פריזער פראדאקטען וועט מען מוזן בעטן איינער זאל עס האלטען פאר דיר, אויב האסטע נישט קיינעם, דאן עפען נישט דיין פרידש/פריזער די מערסטע שייך..

און איבער אלעם א תפילה צום אייבערשטן..
מ'קען זיך טענה'ן, ביזילאנג מ'פארדרייט נישט די פאקטן..
ווערים
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 30, 2023 4:42 pm

Re: ווי אזוי גיבט מען זיך אן עצה אין א קורצשלוס - Blackout

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערים »

טעסלא האט א געוויסע היים בעטערי וואס קען צושטעלן עלעקטער פאר אפאר שעה
אוועטאר
Joe the Farmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2022 8:28 pm

Re: ווי אזוי גיבט מען זיך אן עצה אין א קורצשלוס - Blackout

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joe the Farmer »

1. צו מאכן שטובער 'לעכטיג' פאר ביליג פאר א לענגערע צייט.

זייער א פראקטישע עצה, אין dollarama פארקויפן זיי זייער גרויסע ברייטע ליכט (Large Pillar Candle), ס'איז בערך דיק 3" ביי 7.5 הויעך, ס'ברענט 90 שעה, ס'רינט נישט, ס'שמעט נישט, געבט ארויס א שטארקע ליכטיגקייט, ס'קאסט בלויז $4 און ס'האלט זיך פאר זייער א לאנגע צייט,

אפילו ס'רינט נישט, קויף איך דארט א הויכע גלאז פאר נאך $3, אזוי איז עס סעיף און פראקטיש,
גראד ס'ווערט די בלעקאויט לייג איך עס אין יעדע שטוב, בית הכסא קאך וכו', און ס'פיין די קינדער זעהן ווי צו גיין
ווען די לעקטער צינד זיך אן לעשט מען עס אויס און מען לייגט עס אוועק, (ס'איז זייער שיין צו לייגן אויף די טישן ביי א שמחה)

לינק דא צוגעלייגט
https://www.dollarama.com/en-CA/p-large ... le/3035152
https://www.dollarama.com/en-CA/p-cylin ... se/3011172
New Picture.png
New Picture.png (62.16 KiB) געזען 957 מאל
pilar candle on stand.jpg
pilar candle on stand.jpg (11.89 KiB) געזען 957 מאל
לעצט פארראכטן דורך Joe the Farmer אום מיטוואך אוגוסט 09, 2023 6:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
patriot
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 29, 2023 4:50 pm

Re: ווי אזוי גיבט מען זיך אן עצה אין א קורצשלוס - Blackout

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך patriot »

Joe the Farmer האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 5:36 pm
שלום עליכם מיינע גוטע פריינט,

אזוי ווי לעצטענס איז געווען אפט בלעקאויטס, מיין איך ס'איז גוט א אשכול ווי מען קען שרייבן טיפס וויאזוי זיך אן עצה צו געבן
אין פארשידענע אספעקטן ווי אזוי זיך צו אומגיין במקום עלעקטעריק

לדוגמא אופנים וויאזוי,
1. צו מאכן שטובער 'לעכטיג' פאר ביליג פאר א לענגערע צייט.
2. קאכן, אדער אנווארעמען עסן (פאר דעי וואס האבן נישט קיין געז רענטש).
3. זיך האלטן ווארעם אין קאלטע וועטער.
4. זיך האלטן קיל אין ווארימע וועטער.
5. עצות איבער אינסטאלירן א Home generator
6. ווער ס'האט א סאוינפאמפ און צו ס'איז וויכטיג א backup בעטערי
7. וויאזוי זיך אן עצה צו געבן די פרידזש און פריזער זאלן זיך האלטן קאלט, און נישט ווערן פארדארבן.

וכו' וכו' קומט'ס אריין מיט אייערע עצות, טריקס, און פאטענטן, פארשטייט זיך ס'זאל זיין סעיף
Hay good article.... But you forgot to write about having flashlights which is something that could really help out.... And second I know a guy which is a chavivim member he could help
קיינער איז נישט בעסער. געוויסע מענטשן רעדן פשוט העכער.
אוועטאר
Joe the Farmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2022 8:28 pm

Re: ווי אזוי גיבט מען זיך אן עצה אין א קורצשלוס - Blackout

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joe the Farmer »

1. צו מאכן שטובער 'לעכטיג' פאר ביליג פאר א לענגערע צייט.

@patriot זאגט דער עולם זאל האבן פלעשלייט'ס, (אדער קאלן חביבים...)
patriot האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 6:00 pm

ווען די גאנצע שטאט האט א בלעקאויט קען דיר חביבים נישט העלפן,
כ'פארשטיי ווילסט מאכן א וויץ אבער יא...

כ'האב א גאנצע באנטש פלעשלייטס, אבער ווען ס'געשעהט די בלעקאויט האב איך נישט קיין בעטעריס פאר זיי...
חוץ מזה, דעס איז פשוט יעדער ווייסט פון די עצה, און יעדער גייט האבן און מוז האבן אין די היים גוטע פלעשלייטס על כל צרה שלא תבא,

אבער מען וויל הערן עצות וואס זענען פראקטיש, ס'איז נישט פראקטיש זיך ארום צודרייען 6 שעה אדער 2 טעג מיט א פלעש לייט (אדער יו"ט, לדוגמא ווי מיר האבן געהאט אין קאנאדע די ערשטע 2 טעג פסח)

אדער ווי מיר האבן געהאט די וואך פון 2AM ביז 6AM א בלעקאויט, אויב א קינד שטייט אויף אינמיטן נאכט און דארף אין טוילעט, גייט ער נישט גיין נעמען א פלעשלייט גייט זיך זייער דעשרעקן...

האב איך געלייגט אזא ליכט און די קינדער שטוב און אין די האלל וועי און אין ביה"כ און שלום על ישראל,
ווען זיי שטייען אויף כאפן זיי ס'איז שוין ווייטער א בלעק אויט און ס'איז אביסל לעכטיג

און יא פאר די שארט ראן איז גוט מען האט אין שטוב ספעציעלע פלעשלייטס וואס זענען געמאכט אויפצוהענגן און גיבט ארויס א פלאד לייט, פאר א גרעסערע שטובער, ס'שוין דא אסאך מינים און מען קען עס הענגן אדער עטעטשן מיט א מעגנעט.
לעצט פארראכטן דורך Joe the Farmer אום מיטוואך אוגוסט 09, 2023 6:14 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
Joe the Farmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2022 8:28 pm

Re: ווי אזוי גיבט מען זיך אן עצה אין א קורצשלוס - Blackout

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joe the Farmer »

גראַדע האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 5:49 pm
ווער האט געגלייבט? און 2023 איז נאך אלץ דא די פראבלעמען..

א ג'ענארעיטאר איז די בעסטע. סאלער פענעלס איז אויך אן אפשען, דעיס קאסט אבער אסאך.. פאר עמך אידן איז די בעסטע פארטעבל טשארדשערס, און שטארקע פלעשלייטס. מיט פרידש/פריזער פראדאקטען וועט מען מוזן בעטן איינער זאל עס האלטען פאר דיר, אויב האסטע נישט קיינעם, דאן עפען נישט דיין פרידש/פריזער די מערסטע שייך..

און איבער אלעם א תפילה צום אייבערשטן..
אוודאי איז א ג'ענארעיטאר די בעסטע, אבער רוב מענטשן קענען עס נישט עפארדן, ס'קאסט שוין היינט זייער טייער
ס'דא פארשידענע מינים, מיט פארשידענע פרייזן, און אדרבה זאל איינער אריינקומען עס מסביר'ן פארן עולם
patriot
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 29, 2023 4:50 pm

Re: ווי אזוי גיבט מען זיך אן עצה אין א קורצשלוס - Blackout

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך patriot »

Joe the Farmer האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 6:02 pm
patriot האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 6:00 pm

Hay good article.... But you forgot to write about having flashlights which is something that could really help out.... And second I know a guy which is a chavivim member he could help
ווען די גאנצע שטאט האט א בלעקאויט קען דיר חביבים נישט העלפן,
כ'פארשטיי ווילסט מאכן א וויץ אבער יא...

כ'האב א גאנצע באנטש פלעשלייטס, אבער ווען ס'געשעהט די בלעקאויט האב איך נישט קיין בעטעריס פאר זיי...
חוץ מזה, דעס איז פשוט יעדער ווייסט פון די עצה, און יעדער גייט האבן און מוז האבן אין די היים גוטע פלעשלייטס על כל צרה שלא תבא,
אבער מען וויל הערן עצות וואס זענען פראקטיש, ס'איז נישט פראקטיש זיך ארום צודרייען 6 שעה אדער 2 טעג מיט א פלעש לייט (אדער יו"ט, לדוגמא ווי מיר האבן געהאט אין קאנאדע די ערשטע 2 טעג פסח)

אדער ווי מיר האבן געהאט די וואך פון 2AM ביז 6AM א בלעקאויט, אויב א קינד שטייט אויף אינמיטן נאכט און דארף אין טוילעט, גייט ער נישט גיין נעמען א פלעשלייט גייט זיך זייער דעשרעקן...

האב איך געלייגט אזא ליכט און די קינדער שטוב און אין די האלל וועי און אין ביה"כ און שלום על ישראל,
ווען זיי שטייען אויף כאפן זיי ס'איז שוין ווייטער א בלעק אויט און ס'איז אביסל לעכטיג
Btw I wasn't kidding about chavivim. we had a blackout once and they really really helped out but since you say you live in Canada I don't know if there is chavivim there...
And btw I have a cosine who lives in Canada maybe you know him
קיינער איז נישט בעסער. געוויסע מענטשן רעדן פשוט העכער.
אוועטאר
never
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4709
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 1:45 am

Re: ווי אזוי גיבט מען זיך אן עצה אין א קורצשלוס - Blackout

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך never »

patriot האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 6:14 pm
Joe the Farmer האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 6:02 pm
patriot האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 6:00 pm

Hay good article.... But you forgot to write about having flashlights which is something that could really help out.... And second I know a guy which is a chavivim member he could help
ווען די גאנצע שטאט האט א בלעקאויט קען דיר חביבים נישט העלפן,
כ'פארשטיי ווילסט מאכן א וויץ אבער יא...

כ'האב א גאנצע באנטש פלעשלייטס, אבער ווען ס'געשעהט די בלעקאויט האב איך נישט קיין בעטעריס פאר זיי...
חוץ מזה, דעס איז פשוט יעדער ווייסט פון די עצה, און יעדער גייט האבן און מוז האבן אין די היים גוטע פלעשלייטס על כל צרה שלא תבא,
אבער מען וויל הערן עצות וואס זענען פראקטיש, ס'איז נישט פראקטיש זיך ארום צודרייען 6 שעה אדער 2 טעג מיט א פלעש לייט (אדער יו"ט, לדוגמא ווי מיר האבן געהאט אין קאנאדע די ערשטע 2 טעג פסח)

אדער ווי מיר האבן געהאט די וואך פון 2AM ביז 6AM א בלעקאויט, אויב א קינד שטייט אויף אינמיטן נאכט און דארף אין טוילעט, גייט ער נישט גיין נעמען א פלעשלייט גייט זיך זייער דעשרעקן...

האב איך געלייגט אזא ליכט און די קינדער שטוב און אין די האלל וועי און אין ביה"כ און שלום על ישראל,
ווען זיי שטייען אויף כאפן זיי ס'איז שוין ווייטער א בלעק אויט און ס'איז אביסל לעכטיג
Btw I wasn't kidding about chavivim. we had a blackout once and they really really helped out but since you say you live in Canada I don't know if there is chavivim there...
And btw I have a cosine who lives in Canada maybe you know him
גיטע עצות @patriot
אתה בחרתנו מכל העמים.

פאר מוזיק אנעקדאטן:
דריקט דא.

פאר קאמענטארן:
דריקט דא.

[email protected]
אוועטאר
טינטיג
שר האלף
תגובות: 1155
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 5:55 pm

Re: ווי אזוי גיבט מען זיך אן עצה אין א קורצשלוס - Blackout

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינטיג »

Joe the Farmer האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 6:02 pm
1. צו מאכן שטובער 'לעכטיג' פאר ביליג פאר א לענגערע צייט.

@patriot זאגט דער עולם זאל האבן פלעשלייט'ס, (אדער קאלן חביבים...)
patriot האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 6:00 pm

Hay good article.... But you forgot to write about having flashlights which is something that could really help out.... And second I know a guy which is a chavivim member he could help
ווען די גאנצע שטאט האט א בלעקאויט קען דיר חביבים נישט העלפן,
כ'פארשטיי ווילסט מאכן א וויץ אבער יא...

כ'האב א גאנצע באנטש פלעשלייטס, אבער ווען ס'געשעהט די בלעקאויט האב איך נישט קיין בעטעריס פאר זיי...
חוץ מזה, דעס איז פשוט יעדער ווייסט פון די עצה, און יעדער גייט האבן און מוז האבן אין די היים גוטע פלעשלייטס על כל צרה שלא תבא,
אבער מען וויל הערן עצות וואס זענען פראקטיש, ס'איז נישט פראקטיש זיך ארום צודרייען 6 שעה אדער 2 טעג מיט א פלעש לייט (אדער יו"ט, לדוגמא ווי מיר האבן געהאט אין קאנאדע די ערשטע 2 טעג פסח)

אדער ווי מיר האבן געהאט די וואך פון 2AM ביז 6AM א בלעקאויט, אויב א קינד שטייט אויף אינמיטן נאכט און דארף אין טוילעט, גייט ער נישט גיין נעמען א פלעשלייט גייט זיך זייער דעשרעקן...

האב איך געלייגט אזא ליכט און די קינדער שטוב און אין די האלל וועי און אין ביה"כ און שלום על ישראל,
ווען זיי שטייען אויף כאפן זיי ס'איז שוין ווייטער א בלעק אויט און ס'איז אביסל לעכטיג
איך האב מיר דאס געקויפט, עס קומט אן בעטעריעס, מען ריטשארדזשט עס ווי א סעלפאון, און האלט זיך פאר לאנג.
https://a.co/d/ij1SWRH
געדענקען צו פארגעסן
אוועטאר
Joe the Farmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2022 8:28 pm

Re: ווי אזוי גיבט מען זיך אן עצה אין א קורצשלוס - Blackout

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joe the Farmer »

2. קאכן, אדער אנווארעמען עסן (פאר דעי וואס האבן נישט קיין געז רענטש).

אין קענעדין טייער (Walmart האט עס אויך, און קען זיין Homedepot אויך) האב איך געקויפט א 2 ברענער פראפעין סטאוו, ווען ס'געשעט א בלעקאויט, נעם איך עס ארויס פון שאנק, מען עפענט די דעקל, כ'קענעקט די קליינע פראפעין טענק, און מען האט א סטאויוו

מען קען קאכן הייס וואסער אדער אפילו א גאנצע נאכטמאל, אדער ווארמע טויסט, איז עס א מחיה, די פייערס זענען זייער הייס, ס'קאכט אין מיניטן, מ'דארף אבער מאכן זעכער ס'דא א עפענע פענסטער וועגן קארבן מענאקסייד, איך האב עס געניצט אינדרויסן אויף מיין פארטש, כ'האב מיך מחיה געווען,

כ'האב דעס איך בין זיך ממש מחיה
Outbound Deluxe Double-Burner 10,000 BTUs Camp Stove
https://www.canadiantire.ca/en/pdp/outb ... &rrec=true
Double-Burner 20,000 BTU
https://www.canadiantire.ca/en/pdp/wood ... 0stove#srp

small propane-gas-cylinder
https://www.canadiantire.ca/en/pdp/cole ... ml?loc=plp
Outbound Stainless Steel Stove Toaster
https://www.canadiantire.ca/en/pdp/outb ... &rrec=true
outbound-deluxe-double-burner-stove closed.png
outbound-deluxe-double-burner-stove closed.png (390.74 KiB) געזען 850 מאל
outbound-deluxe-double-burner-stove-open-2.png
outbound-deluxe-double-burner-stove-open-2.png (397.75 KiB) געזען 850 מאל
coleman-propane-cylinder-2.png
coleman-propane-cylinder-2.png (399.35 KiB) געזען 850 מאל
אוועטאר
כ'קעניש דיסיידן
שר האלף
תגובות: 1255
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 19, 2023 3:41 pm

Re: ווי אזוי גיבט מען זיך אן עצה אין א קורצשלוס - Blackout

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'קעניש דיסיידן »

you have it on amazon Here
My comments are for illustration purposes only, they do not reflect the opinions of the author
פרא-חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 960
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 30, 2016 12:42 am
לאקאציע:צווישן רעכטס און לינקס

Re: ווי אזוי גיבט מען זיך אן עצה אין א קורצשלוס - Blackout

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרא-חסיד »

מען קען קויפן באלבס וואס האבן אויך א בעטערי אין זיך, עס טשארדזש זיך אויטאמאטיש ווען די לעקטער ארבעט, און ביי א בלעקאויט האט עס א סוויטש, בעסער צו לייגן ביי א רום וואס מען ניצט ווייניגער ווייל עס איז אביסל טייער, ביי מיר ליגט עס אין שבת צימער, און יעדן שבת ווערט עס געטשארדזשט אליין.

זעה דא.
Rechargeable Emergency Light Bulb for Power Outage, Battery Backup LED Bulb for Home Power Failure, Hurricane, Thunderstorm, 1500mAh 15W 80W Equivalent, 6000K Daylight White, Pack of 4 https://a.co/d/29docmC
ראש גולם אריאל
אוועטאר
Joe the Farmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2022 8:28 pm

Re: ווי אזוי גיבט מען זיך אן עצה אין א קורצשלוס - Blackout

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joe the Farmer »

פרא-חסיד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 6:47 pm
מען קען קויפן באלבס וואס האבן אויך א בעטערי אין זיך, עס טשארדזש זיך אויטאמאטיש ווען די לעקטער ארבעט, און ביי א בלעקאויט האט עס א סוויטש, בעסער צו לייגן ביי א רום וואס מען ניצט ווייניגער ווייל עס איז אביסל טייער, ביי מיר ליגט עס אין שבת צימער, און יעדן שבת ווערט עס געטשארדזשט אליין.

זעה דא.
Rechargeable Emergency Light Bulb for Power Outage, Battery Backup LED Bulb for Home Power Failure, Hurricane, Thunderstorm, 1500mAh 15W 80W Equivalent, 6000K Daylight White, Pack of 4 https://a.co/d/29docmC
WOW שכח ממש דאס האב איך געזיכט
כ'מוז עס האבן אימערדשענסי
פרא-חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 960
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 30, 2016 12:42 am
לאקאציע:צווישן רעכטס און לינקס

Re: ווי אזוי גיבט מען זיך אן עצה אין א קורצשלוס - Blackout

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרא-חסיד »

מען קען אויך קויפן א פאורפאל אינווערטער,ַ וואס קען ארבייטן פאר א פריזער וכדומה, אבער מען דארף וויסן וואס מען טוט, וועלכע צו קויפן וכדומה, אבער מען קען עס אויך נוצן צו טשארדזשן סעלפוינס, א מייקראוועיוו אין א נויט, (נישט פארגעסן ארויסצופלאגן די פריזער בשעת מעשה), אבער אין אן ערנסטע בלעקאויט איז עס א פראבלעם ווייל די קאר ברויך בלייבן אנגעצויגן, און אמאל קען מען נישט קויפן קיין גאזאלין.

זעה דא.
TVNIKD 5500 Watt Inverter Power Inverter of Modified sine Wave Truck RV Solar Inverter dc to ac 12V to 110V Inverter for Truck RV semi Truck Vehicle Off Grid Solar Power Converter with LCD Display https://a.co/d/fGE7deg
ראש גולם אריאל
אוועטאר
Joe the Farmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2022 8:28 pm

Re: ווי אזוי גיבט מען זיך אן עצה אין א קורצשלוס - Blackout

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joe the Farmer »

Homedepot האט שטארקע פלעשלייט וואס מען טשארדזשד אזוי ווי א סעל פאוין
אוועטאר
Jhon
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4053
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: ווי אזוי גיבט מען זיך אן עצה אין א קורצשלוס - Blackout

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

פרא-חסיד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 6:57 pm
מען קען אויך קויפן א פאורפאל אינווערטער,ַ וואס קען ארבייטן פאר א פריזער וכדומה, אבער מען דארף וויסן וואס מען טוט, וועלכע צו קויפן וכדומה, אבער מען קען עס אויך נוצן צו טשארדזשן סעלפוינס, א מייקראוועיוו אין א נויט, (נישט פארגעסן ארויסצופלאגן די פריזער בשעת מעשה), אבער אין אן ערנסטע בלעקאויט איז עס א פראבלעם ווייל די קאר ברויך בלייבן אנגעצויגן, און אמאל קען מען נישט קויפן קיין גאזאלין.

זעה דא.
TVNIKD 5500 Watt Inverter Power Inverter of Modified sine Wave Truck RV Solar Inverter dc to ac 12V to 110V Inverter for Truck RV semi Truck Vehicle Off Grid Solar Power Converter with LCD Display https://a.co/d/fGE7deg
פארדעם דארף מען האבן א שטארקע פאער סופליי, לדוגמא א קאר בעטערי מיט סאלער פענעל'ס, א סיסטעם וואס קען קאסטן אפאר דאלער,
דאס איז א סאלער דשענערעיטער סיסטעם, קען איינער מסביר'ן די גרינגסטע צו צוזאמשטעלן אזא סיסטעם
ולמ[לש]ינים אל תהי תקוה, טאטע שיק שוין משיח
פרא-חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 960
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 30, 2016 12:42 am
לאקאציע:צווישן רעכטס און לינקס

Re: ווי אזוי גיבט מען זיך אן עצה אין א קורצשלוס - Blackout

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרא-חסיד »

Jhon האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:22 pm
פרא-חסיד האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 6:57 pm
מען קען אויך קויפן א פאורפאל אינווערטער,ַ וואס קען ארבייטן פאר א פריזער וכדומה, אבער מען דארף וויסן וואס מען טוט, וועלכע צו קויפן וכדומה, אבער מען קען עס אויך נוצן צו טשארדזשן סעלפוינס, א מייקראוועיוו אין א נויט, (נישט פארגעסן ארויסצופלאגן די פריזער בשעת מעשה), אבער אין אן ערנסטע בלעקאויט איז עס א פראבלעם ווייל די קאר ברויך בלייבן אנגעצויגן, און אמאל קען מען נישט קויפן קיין גאזאלין.

זעה דא.
TVNIKD 5500 Watt Inverter Power Inverter of Modified sine Wave Truck RV Solar Inverter dc to ac 12V to 110V Inverter for Truck RV semi Truck Vehicle Off Grid Solar Power Converter with LCD Display https://a.co/d/fGE7deg
פארדעם דארף מען האבן א שטארקע פאער סופליי, לדוגמא א קאר בעטערי מיט סאלער פענעל'ס, א סיסטעם וואס קען קאסטן אפאר דאלער,
דאס איז א סאלער דשענערעיטער סיסטעם, קען איינער מסביר'ן די גרינגסטע צו צוזאמשטעלן אזא סיסטעם
דאס האט גארנישט מיט סאלער, דאס קאננעקט מען צו די קאר בעטערי, דאס אלעס. פאר מער, פרעג גוגעל.
(די סאלער וואס דו זעסט אינעם בילד, איז נאר אן אינדיקאציע אז דאס קען קאנווערטן DC power צו AC power.
@הענדימען
ראש גולם אריאל
טשיינע רב
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 20, 2015 8:49 pm

Re: ווי אזוי גיבט מען זיך אן עצה אין א קורצשלוס - Blackout

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשיינע רב »

בילד
Joe the Farmer האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 6:09 pm
גראַדע האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 5:49 pm
ווער האט געגלייבט? און 2023 איז נאך אלץ דא די פראבלעמען..

א ג'ענארעיטאר איז די בעסטע. סאלער פענעלס איז אויך אן אפשען, דעיס קאסט אבער אסאך.. פאר עמך אידן איז די בעסטע פארטעבל טשארדשערס, און שטארקע פלעשלייטס. מיט פרידש/פריזער פראדאקטען וועט מען מוזן בעטן איינער זאל עס האלטען פאר דיר, אויב האסטע נישט קיינעם, דאן עפען נישט דיין פרידש/פריזער די מערסטע שייך..

און איבער אלעם א תפילה צום אייבערשטן..
[/
quote]
אוודאי איז א ג'ענארעיטאר די בעסטע, אבער רוב מענטשן קענען עס נישט עפארדן, ס'קאסט שוין היינט זייער טייער
ס'דא פארשידענע מינים, מיט פארשידענע פרייזן, און אדרבה זאל איינער אריינקומען עס מסביר'ן פארן עולם
אטעטשמענטס
328518f5-95e4-405c-bd21-a678413196d9.jpeg
328518f5-95e4-405c-bd21-a678413196d9.jpeg (150.86 KiB) געזען 653 מאל
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3412
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: ווי אזוי גיבט מען זיך אן עצה אין א קורצשלוס - Blackout

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

טשיינע רב האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 8:04 pm
בילד
Joe the Farmer האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 6:09 pm
גראַדע האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 5:49 pm
ווער האט געגלייבט? און 2023 איז נאך אלץ דא די פראבלעמען..

א ג'ענארעיטאר איז די בעסטע. סאלער פענעלס איז אויך אן אפשען, דעיס קאסט אבער אסאך.. פאר עמך אידן איז די בעסטע פארטעבל טשארדשערס, און שטארקע פלעשלייטס. מיט פרידש/פריזער פראדאקטען וועט מען מוזן בעטן איינער זאל עס האלטען פאר דיר, אויב האסטע נישט קיינעם, דאן עפען נישט דיין פרידש/פריזער די מערסטע שייך..

און איבער אלעם א תפילה צום אייבערשטן..
[/
quote]
אוודאי איז א ג'ענארעיטאר די בעסטע, אבער רוב מענטשן קענען עס נישט עפארדן, ס'קאסט שוין היינט זייער טייער
ס'דא פארשידענע מינים, מיט פארשידענע פרייזן, און אדרבה זאל איינער אריינקומען עס מסביר'ן פארן עולם
נישט איבעראל איז קורצשלוסן א וועכנטליכע ערשיינונג
א משל איז נישט קיין ראיה, א סתירה איז נישט קיין חידוש, א מבול פון ווערטער איז נישט קיין קוואל פון אמת
~ מעלות

we protest!
לאנטש טיים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5558
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: ווי אזוי גיבט מען זיך אן עצה אין א קורצשלוס - Blackout

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

קעפל: טעגליכע דיעלס פון עמעזאן
zurich האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 11:33 am
לאנטש טיים האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 10:41 am
zurich האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 10:17 am

באמת א גרויסע יישר כח פארן ארויסהעלפן

איך זיך בדוקא א קלענערע און ביליגע מאשין וואס זאל ארויסהעלפן בשעת א בלעקאוט נישט צו בלייבן לעקיש, אבער גענוג הענדי צו פארפאקן און אויך גענוג גרינג צו נוצען אפילו פאר א בלעק אוט פון עטליכע שעה

עס זאל קענען איבערנעמען א פריזער פאר עטליכע שעה אז זאכן זאלן נישט קליא גיין און קענען איבערנעמען אפילו בלויז א 5000 עיר קאנדישאן און עטליכע לעקטערס כדאי נישט צו בלייבן סטאק אין די היצן/קעלט און אין די פינסטער

פארדעם האט איך געטראכט אז אין די אויווענדערמאנטע קאטאגארי איז דא עפעס וואס איז געמאכט פאר דעם, אבער א זשענערעטער איז אויך נישט אפגעפרעגט אויב דינט דאס מיין ציהל
טאמער ווערט דאס א גרויסע העזעל צו קעירנמען איז דעס נישט וואס איך זיך
שווער פאר מיך צו גיידן.

וועלכע היעטינג האסטו אינדערהיים צו וועלן אנ'הוקן אין פאל פון א בלעקאוט?
איך זיך עפעס פאר א סוכה היטער צו קענען אנווארעמען איין צומער אדער 2

פשוט צן דורך גיין די שעות בשעת'ן בלעקאוט
א סוכה היטער נוצט היבש לעקטער, מער ווי א קליינע עיר קאנדישאנער, די שאלה איז וועלכע סארט הייצונג דיין דירה פארמאגט, אויב א געהעריגע בוילער (אדער א High efficient boiler) קענסטו עס אריינפלאגן דורך אן עקסטענשאן ווייער און עס וועט ארבעטן מיט גאנץ ווייניג לעקטער, משא"כ א סענטראל וואס איז שווערער, אויב בכלל מעגליך (צוליב די לאוד).

עס איז דא צו באקומען א גוטע גרינגע פארדעבל דשענארעיטאר ווי דאס (קען ארבעטן אויף געז און פראפעין) און דאס , וועגט בלויז 40 פונט, אבער פון די אנדערע זייט געבט ארויס לעקטער פאר איין 15A אויטלעט וואס קען פידן ממש אפאר קליינע אפלייענסעס ווי א פרידש און פריזער, אדער איין פרידש מיט איין קליינע עיר קאנדישאנער.

אז דו ווילסט קענען אנהוקן א עלעקטריק היטער אדער מער ווי די אויבנדערמאנטע (און נישט מוזן אפזאגן די גוטע שכן וואס וויל ציען איין עקסטענשאן ווייער...) וועסטו מוזן גיין מיט די נעקסטע סייז פון ארום 3600w
אבער וועגט מער פון דאפעלט.. איבער 100 פונט. (דא אביסל לייכטערע אויף עמעזאן, איך בין נישט באקאנט וועלכע זענען די גוטע קאמפאניס)

אבער אז דו גייסט שוין מיט דעם איז א שאד נישט צו גיין גלייך מיט א 9500w וואס וועט דיר טעכניש געבן פאר רוב אפליינסעס ביז א סענטראל עיר קאנדישאן און עלעקטריק סטעים...

בד"וו, איך קוק אן אלס שטארקע מעלה צו קענען נוצן סיי געז און סיי פראפעין, סיי ווייל פראפעין איז גרינגער צו ברענגען, טראגן און סטארעדשן, און סיי ווייל עס קען ארבעטן לענגערע שעות ווען מען לייגט א גרעסערע טאנק (אדער מען קאנעקט צוויי 20 pounders) וואס קען צוניץ קומען אין א שבת, און בעיקר ווייל דו ביסט נישט געבינדן צו איין סארט גאז.
שרייב תגובה

צוריק צו “פארשידענע הילף”