געדאנק: צוצושטעלן עלעקטריק אויטאס פאר די הצלה אינגעלייט אין אפסטעיט
עס איז א מחלוקת הפוסקים איבער די היתר פון מחלל שבת זיין "ווען מען קומט צוריק" פון א חולה. לויט'ן רמב"ם איז די היתר "סופן משום תחילתן" און די היתר איז אויך ביי דאורייתא. אבער לויט'ן מגן אברהם איז די היתר נאר פאר דרבנן.
אן אריינגיין אין די גאנצע פלפול להלכה, איז אין די ערשטע יארן פון די "חברה הצלה" געווען א דיון איבער די זאך צווישן די רבנים. דרייוון א קאר איז א שטארקע דאורייתא, עס זענען דא פונקען פייער ממש מיט וואס א "אינטערנאל קאמבאסטשן" ענדזשין ארבעטן. דאן איז דא די שאלה איבער תחום שבת, אבער דאס איז אין די שטאט נישט קיין גרויסע פראבלעם, זינט אין שטאט קומט נישט אויס צו פארן ארויס פון א מקום ישוב.
האבן די רבנים דן געווען איבער די אויטאס און געבליבן איז - אזוי ווי מען טוט היינט - אז א גוי דרייווד די וועג צוריק. סיי דעם אמבולאנס, און סיי די פריוואטע הצלה אויטאס. עכ"פ ווען עס איז דא די מעגליכקייט.
אין אפסטעיט - ספעציעל אזוי אין די קאנטריס - איז דאס אבער נישט אזוי. עס זענען נישטא קיין גוים אדער נישט גענוג גוים און די הצלה יונגעלייט דרייוון צוריק די אויטאס און אויך דעם אמבולאנס. און אין אפסטעיט איז אויסער די אויטא, אויך דא א ערנסטע פראבלעם פון תחום שבת.
איבער דעם תחום, איז דא א שטיקל היתר פון עגלה, אז פארן אין א אויטא איז עכ"פ לויט טייל פוסקים א דרבנן. אבער ווען עס קומט צו די קארס און די אמבולאנס, איז עס א ערנסטע דאורייתא שאלה. די פוסקים נעמען אן להיתר, זינט מען דארף האבן דעם אמבולאנס און אויטאס פאר שפעטער. לויט טייל פוסקים מעג מען אויך מחלל שבת זיין אויב עס וועט זיך מאכן א סכנה שפעטער - דאס הייסט נישט נאר ווען עס איז שוין דא א חולה - און דעריבער, דארף מען די אמבולאנס און אויטאס גרייט. דאס הייסט די היתר איז נישט אינגאנצן אויף "בחזרתן" נאר אויך בצירוף אז מען דארף זיין גרייט.
קען זיין עס זענען דא נאך היתירים, אבער דאס איז גאנץ קלאר אז די פוסקים - עכ"פ די וואס פסק'ען פאר הצלה - זענען דא מתיר. ואין לפקפק כמובן.
--
איך טראכט נאר אזוי. די עיקר שאלה איז די אויטאס וואס האבן א "אינטערנאל קאמבאסטשן" ענדזשין. די עלעקטריק אויטאס זענען גאנץ ווארשיינליך נישט קיין דאורייתא. טראץ דעם וואס דער חזון איש האלט אז עלעקטריק איז א דאורייתא, איז עס נישט אזוי אנגענומען ביי אנדערע פוסקים, עכ"פ במקום חולה איז זיכער גרינגער.
אין כמעט יעדע קאלאניע מאכט זיך איינער וואס האט אן עלעקטריק אויטא. און אויב נישט, קען מען דאך דינגען איינס פאר די צוויי מאנאטן פון זומער. וואלט לכאורה געווען א גוטע זאך, אז דער הצלה מאן זאל קענען נוצן דעם עלעקטריק אויטא אום שבת פאר פיקוח נפש, און דאס צוריק ברענגען דעם אויטא זאל זיין גרינגער להלכה.
אן אמבולאנס ווייסעך נישט צו מען קען האבן עלעקטריק, און צו עס וואלט געווען אזוי גוט ווי א געזאלין מאטאר. אבער אויטאס זענען היינט דא אין עלעקטריק וואס זענען פונקט אזוי גוט און נאך בעסער ווי געזאלין אויטאס, איז פארוואס זאלן די הצלה יונגעלייט נישט נוצן די סארט אויטאס?
--
איך זאג נישט להלכה, איך בין נישט קיין פוסק, און איך זאג נישט ח"ו אז וואס די הצלה טוט יעצט איז פראבלעמאטיש. כ'טראכט נאר צו דאס קען נישט זיין א שטארקע אויפטו במקום וואו עס איז שייך.

"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש