Re: ישיבת חכמי לובלין - בעיר לובלין
מען זעהט דאך כסדר ספרים פון ישיבת חכמי לובלין אפשר איז א חלק פארברענט געווארעןאפענע וועלט האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מאי 02, 2024 1:17 pmהגע העצמך, אויב האט מען יארן געגלייבט אז עס איז פארברענט און יעצט ווערט מען געוואויר אז נישט, קען דאך פונקט אזוי זיין מ'זאל יארן זאגן ס'איז פארלוירן און נאכדעם געוואויר ווערן אז ס'איז דא.פאנטאזיע פליער האט געשריבן: ↑ מאנטאג פעברואר 05, 2024 7:26 pmבאקאנטער לובלינער אוצר הספריםלובלינער אוצר הספרים.jpg
איז נישט פארברענט געווארן דורך די נאציס
לובלין - שוין פון קינדווייז אן ווייסט מען איבער די גרויסע פייער וואס די נאציס האבן אונטערגעצינדן אינדרויסן פון ישיבת חכמי לובלין און פארברענט אלע ספרים פון די ריזן בית עקד ספרים פון ישיבת חכמי לובלין. א לאקאלער פארשער האט זיך אריינגעלייגט אויסצופארשן די געשיכטע און לויט זיין אויספיר האט דער גאנצע פארברענען ספרים מעשה אין לובלין קיינמאל פאסירט, ער ווייזט אהן צו א באריכט פון די רוסישע ארמיי ביים באפרייען לובלין אין יאר 1944 למספרם וואס גיבט אהן אז די אוצר הספרים איז נאך אין איר אריגינעלע פלאץ, די לעצטע פאר יאר איז ער נאכגעגאנגען ספרים פון די באקאנטע אוצר וואס געפונען זיך איבער די וועלט און דאקומענטירט 850 ספרים וואס פארמאגן די סטעמפל פון די אוצר. לויט ווי ער זאגט זענען די געשאצטע 15,000 ביז 40,000 ספרים וואס האבן זיך געפונען אינעם אוצר אויסגעשפרייט געווארן אין די יארן פונעם קריג און אין די יארן דערנאך צו פריוואטע קאלעקציעס און א מערהייט דערפון זענען פארלוירן געגאנגען.
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז