ביסט טאקע מיין בה''ב, אבער פארוואס?

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
מיינע געדאנקען
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2024 9:54 pm
לאקאציע:איבערן פאפיר

ביסט טאקע מיין בה''ב, אבער פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיינע געדאנקען »

ביסט טאקע מיין בה''ב, אבער פארוואס?



ביסט טאקע מיין בה''ב
אבער פארוואס?
זיי נישט אזוי יעקיש
און לאז מיר נישט לעקיש.


געפלעפט און נאם שטיי איך פארטראכט
איינער האט פון מיין בעה''ב חוזק געמאכט,

ער האט פשוט נישט געפונען א גוטע ענטפער
פאר זיין קעגנער וואס טענה'ט זיך ווי א שווערע קעמפער,

אמת ס'איז סאך בעסער ווען פון דיר חוזק מ'מאכט נישט
דאך וואס יענער וועט זאגן, בעסער טראכט נישט,

איך ווייס האסטעך אויף עפעס אנדערש גערישט
מ'גייט אבער ווייטער, די נאז מען אפווישט,


ביסט טאקע מיין בה''ב,
אבער פארוואס?
זיי נישט אזוי יעקיש,
און לאז מיר נישט לעקיש,


איך ווייס זייער גוט וואס דו טוסט יעצט ווילן
איך שפיר אויפן צונג דיינע שווערע געפילן,

פאר דעם שטופסטו מיר ארויס ס'איז פאר דיר שווער און שטוקענד
טראכט אבער אז איך ווער אזוי אלט גרוי און פארטרוקנט,

דיין טויער איז אפען נעם מיר ציריק אריין
איך קען שוין נישט אויסהאלטן די פארביסענע פיין,

מאך נישט מיט מיר קיין גערוישונגען
אויב דו האסט געהאט פילע אנטוישונגען,



ביסט טאקע מיין בה''ב,
אבער פארוואס?
זיי נישט אזוי יעקיש,
און לאז מיר נישט לעקיש,




נו וועלכע פון דיינע ארבעטער'ס בין איך וואונדערסטו זיך שוין זעכער אין גרויסן,
דאס איז דיין אייגענע ליבע צונג, וואס געפונט זיך יעצט אינדרויסן.


(נ.ב יעצט ליין איבער פון אנפאנג און קוק צו ס'שטומט...)


!א גוטן טאג
אוועטאר
על פי פשטות
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: ביסט טאקע מיין בה''ב, אבער פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

wow wow wow


איבערגעליינט אפאר מאל
באמת נתפעל
זייער טיף
יעדע סעיף

א זיסע שמייכעלע באנעצט
ממש קיוט
פון א מענטש אנגעזעצט
מאכט דאס אין די מאאד
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
אוועטאר
יקל פעדער
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm
לאקאציע:צווייטע שטיבל פון די לינקע זייט

Re: ביסט טאקע מיין בה''ב, אבער פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

זייער גוט און טיף.
יאנאש האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 8:59 am
יקל, דו שרייבסט זעהר פיין!
איך בין אין סינדראם, אבער וואו איז מאניש חיריק?
אוועטאר
יוחנן כהן
שר האלפיים
תגובות: 2253
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: ביסט טאקע מיין בה''ב, אבער פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

נעקסט לעוועל!!!
אוועטאר
לאנגע
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 24, 2024 5:28 pm

Re: ביסט טאקע מיין בה''ב, אבער פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנגע »


באמת נתפעל
זייער טיף
לאנגע געזינטע יארן....

לאז דיך הערן...
viewtopic.php?t=71272
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4883
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: ביסט טאקע מיין בה''ב, אבער פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

געוואלדיג איז נישט דאס ווארט
אויף אייוועלט אזא טייער אָרט
דיינע מחשבות אזוי שיין צושמירט
און יעדן אזוי גוט ארום געפירט

ווען א צינג הענגט ארויס אזוי לאנג
איז עס פאר יעדן צו שפאט און צישאַנד
עס קען ווערן טריקן און הארט
ביסטו טאקע פארנארט?

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”