יאר 24' למספרם - די יאר וואס אנטיסעמיטישע געזעצן אין אמעריקא, טוישן די מצב אין ארץ ישראל אויף שטענדיג

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

יאר 24' למספרם - די יאר וואס אנטיסעמיטישע געזעצן אין אמעריקא, טוישן די מצב אין ארץ ישראל אויף שטענדיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

סוף דעם ניינצנטן יאר הונדערט, דער אמעריקאנער פאלק האט אנגעהויבן צו קומען צו זיך נאך דעם שרעקליכן בירגער קריג, וואס האט אזוי שארף צושפליטערט די מוט און שטאלץ פונעם פאלק, און די נאציאנאלער שטאלץ און פאטריאטישקייט האט צוביסלעך צוריק אנגעהויבן צו פליסן אין די אמעריקאנע בלוט.


די אמעריקאנער פאלק - וואס איז ביסודו א קיבוץ פון פארשידענע עטנישע און רעליגיזע גרופעס צוזאמגעשטעלט אינעם אמעריקאנעם שמעלץ טאפ - האט צוביסלעך אנגעהויבן קוקן אויף זיך זעלבסט ווי "א פאלק" ליבערשט ווי פילע איינציגע קבוצות, און פון דעם איז אויסגעוואקסען די פראבלעם פון אימיגראציע.

אונז זענען שוין אויפגעוואקסן מיט די נעראטיוו אז אימיגראציע איז (יא צו נישט) א נאציאנאלע אישו, אבער צוריק מיט איבער הונדערט יאר האבן די אקטיוויסטן און פאלעטישאנס שטארק געארבעט אויפצוקלערן דעם פאלק און די גאווערמענט, איבער די קולטואעלע און פינאנציעלע פראבלעמען וואס די גרינע אימיגראנטן ברענגן אן פאר די אלטבאזעצענע אמעריקאנער.

קודם האבן זיי זיך גענומען אויף די ביינער פון די כינעזער וואס האבן געשטראמט אין די טויזנטער צו די מערב ברעגעס, און מיט עטליכע אנטי-אזיאנער געזעצן, שטארק מינאמיזירט זייער אימיגראציע איבערן פאציפיק.

דערנאך איבער די ביינער פון די "אידן" און להבדיל די איטאליענער, מיט א טענה אז זיי בלייבן וואוינען אין פארמאכטע געמיינדעס און לערנען זיך נישט אויס די ענגלישע שפראך און אמעריקאנער קולטור.

נאך א סעריע געזעצן האט די רעגירונג צוביסלעך מער און מער איינגעצוימט דעם אימיגראנטן פלוס.
אנגעהויבן מיט פארמאכן די גרעניץ פאר קראנקע אלטע און שוואכע לייט.
ארימע מענטשן.
אנאלפאבעטן - וואס איז בכלל נישט געווען א יקר המציאות אין יענע תקופה.

און דערנאך האבן זיי זיך גענומען איבער די אויבנדערמאנטע עטנישע גרופעס, און איבערהויפט די אידן.

אינעם יאר 1920 האט די סענאט אוואקגעשטעלט א געזעץ (The Johnson Law), וואס מינאמיזירט די אימיגראנטן פראצענטואל - אויף דריי פראצענט - לויט די גרויס פון די עטנישע גרופע וואס געפינט זיך שוין אין אמעריקא, לויטן 1910 צענזוס
(צום ביישפיל: אויב די איטאליענע געמיינדע האט זיך געציילט 50000 נפשות אין 1910, דאן מעגן 1500 איטאליענער אימיגרירן קיין אמעריקא פער יאר).

וואס דאס האט גאר שטארק מצמצם געווען די מעגליכקייט פון דעם מזרח אייראפע'אישן אידנטום צו אנטלויפן פונעם ברענעדיגן מזרח אייראפעאישן באדן, אין יענע יארן נאך די קעשינאוו'ער פאגראם און אירע נאכווייען איז נישט געווען קיין גאר גוטע אויסוואל פאר די פארפלאגטע רוסישע אידן.

אין יאר '1924' האט מען איבערגעפרישט דעם געזעץ, אראפרוקענדיג די פראצענט אויף בלויז צוויי, און צוריקגעריקט די חשבון אויף די 1890 צענזוס, וואס אין יענע יאר איז די אמעריקאנער אידנטום איז געווען פיל קלענער ווי אין יאר 1910, וואס דאס האט פיל מער מינימיזירט די מעגליכקייט פון אידן צו עמיגרירן, און האט פילפאכיג פארגרעסערט די מעגליכקייט פון איירישע און אנדערע צפון אייראפע'אישע פעלקער צו עמיגרירן (וואס דאס איז די סיבה אויף די ריזיגע אייריש-אמעריקאנע געמיינדע אין אמעריקא עד היום הזה ובתוכם אונזער יר"ה ביידען ע"ה).

די רעכט פאר מזרח אייראפע'אישע בירגער צו עמיגרירן, איז געשטאנען אום יאר 24' ביי א קארגע אכט אהאלב טויזנט מענטשן.
דאס האט גאר שטארק אנגעלייגט די אמעריקאנע קאנסולאטן, מיט עמיגראציע זוכנדע פליטים, אבער די אמעריקאנע אמבאסאדארן האבן זיך געהאלטן שטארק צו די געזעץ.

בלית ברירה האבן טויזנטע שוץ זוכנדע אידן פון די פארפלאגטע רוסלאנד, געדארפט טרעפן צווייטע פלענער וואו צו אנטלויפן, און וואו קוקט א איד -אויף ארץ ישראל.

טויזנטע אידן האבן אנגעהויבן פארן אויף ארץ ישראל, עד כדי כך אז אין יאר פ"ה/25' איז די צאל אידן-פליטים וואס האבן עמיגרירט קיין ארץ ישראל, איבערגעשטיגן די צאל פון די וואס האבן עמיגרירט קיין אמעריקא, און דאס האט פילפאכיג פארמערט די אידישע געמיינדע אין ארץ ישראל, וואס האט געוואקסן צווישן די יארן פון 60,000 צו 180,000.

וואונדערליך ווי עטליכע אנטיסעמיטישע אמעריקאנע סענאטארן און אקטיוויסטן, האבן געווען די גורמים אויף דאס אויפבוי פונעם אידישן יישוב בארץ הקודש, וואס איר ווייטגרייכנדע השפעה איז נאך אין אפפעקט עד היום הזה.
מאכט איר חתונה? זוכט איר סטעמפס? גוטע פרייזן!
רופט/טעקסט 9176183475 • אימעילט [email protected]

א פארמאכן בריוו, צו אייוועלט.קאם
אוועטאר
חלק אלקי
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 23, 2024 4:01 pm
לאקאציע:הויעכע ספערן

Re: יאר 24' למספרם - די יאר וואס אנטיסעמיטישע געזעצן אין אמעריקא, טוישן די מצב אין ארץ ישראל אויף שטענדיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלק אלקי »

הערליך!
שוין געמיינט מ'רעדט פון 2024.....
יא דו האסט א חלק אלקי ממעל 'ממש'!
אליעזר ווייס
שר האלפיים
תגובות: 2247
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: יאר 24' למספרם - די יאר וואס אנטיסעמיטישע געזעצן אין אמעריקא, טוישן די מצב אין ארץ ישראל אויף שטענדיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

חלק אלקי האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 10:20 pm
הערליך!
שוין געמיינט מ'רעדט פון 2024.....
גא''מ
על שניהם
גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 983
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

Re: יאר 24' למספרם - די יאר וואס אנטיסעמיטישע געזעצן אין אמעריקא, טוישן די מצב אין ארץ ישראל אויף שטענדיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליטשעדיג »

טוישן דעם מצב אין ארץ ישראל אויף "שטענדיג" וועט אונזער הייליגער באשעפער אליינס טאן בקרוב בימינו. ער וועט שיקן משיח'ן און באנייען דעם בית המקדש אין ירושלים עיר הקודש, ווען דערלעבט מען דאס שוין.
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: יאר 24' למספרם - די יאר וואס אנטיסעמיטישע געזעצן אין אמעריקא, טוישן די מצב אין ארץ ישראל אויף שטענדיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

זייער שיין!
א אינטערעסאנטע היסטארישע דעטאל אראפגעלייגט מיט א @סגל'ישן געשמאק!
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אותות ומופתים
שר האלף
תגובות: 1121
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: יאר 24' למספרם - די יאר וואס אנטיסעמיטישע געזעצן אין אמעריקא, טוישן די מצב אין ארץ ישראל אויף שטענדיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

דאס איז א גוטע אילוסטראציע ווי סאך אידן האבן געליטען פון די סעלפישע אנטי אימיגראציע באוועגונג אין אמעריקע (א לאנד וואס באשטייט עקסקלוסיוולי פון אימיגראנטן).

ווען נישט די געזעצן אין די 1910'ס און 20'ס וואלטן 6 מיליאן אייראפע'אישע אידן זיך געקענט ווען ראטעווען דורך אנטלויפן קיין אמעריקע
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: יאר 24' למספרם - די יאר וואס אנטיסעמיטישע געזעצן אין אמעריקא, טוישן די מצב אין ארץ ישראל אויף שטענדיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

אותות ומופתים האט געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2024 9:50 am
דאס איז א גוטע אילוסטראציע ווי סאך אידן האבן געליטען פון די סעלפישע אנטי אימיגראציע באוועגונג אין אמעריקע (א לאנד וואס באשטייט עקסקלוסיוולי פון אימיגראנטן).

ווען נישט די געזעצן אין די 1910'ס און 20'ס וואלטן 6 מיליאן אייראפע'אישע אידן זיך געקענט ווען ראטעווען דורך אנטלויפן קיין אמעריקע
יא... א אלטע ווייטאג...
אין די ליסטע פון אנטי-סעמיטישע החלטות די אמעריקאנער רעגירונג האט געמאכט בשנים קדמוניות..
מאכט איר חתונה? זוכט איר סטעמפס? גוטע פרייזן!
רופט/טעקסט 9176183475 • אימעילט [email protected]

א פארמאכן בריוו, צו אייוועלט.קאם
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”