זיך אינטערסירן אין יענעמ'ס שווערע מצב קען צומאל זיין הצלת נפשות
פארגאנגענע וואך אינמיטן א שמועס מיט מיינס א ידיד האט ער זיך אנגעהויבן שטארק אויסצורערן צו מיר, איך געבן אים גלייך איבער דאס ווארט:
איך בין אדורך זייער א ווייטאגליכע דורכגאנג גאר א לאנגע תקופה די יסורי הנפש איז מיר געווען מורדי'ג שטארק, אבער די שווערסעטע זאך איז מיר געווען די חלק אז איך בין געווען אליין אין מיין פארווייטאגטיגע מצב לאורך כל הדרך, קיינעם האט נישט אינטערסירט מיין דורכגאנג, קיינער האט זיך נישט אינטערסירט איבער מיין מצב וויאזוי עס גייט, קיינער האט נישט מיטגעפילט מיט מיר קיינער האט מיר נישט געגעבן קיין חיזוק, איך האב געדארפט אליין שלעפען מיין פעקל, אזויפיל מאל האב איך געפילט אז איך טראג עס פשוט נישט אדורך מער איך וויל מיך אויסרעדן צו איינעם איך וויל איינער זאל זיין מיט מיר איך דארף חיזוק אבער עס איז פשוט נישט געווען,
עס דארף ארויסגעברענגט ווערן אז מיין דורכגאנג איז געווען א זאך וואס רוב מענטשען וואלטן מיך סייווי נישט געקענט העלפען מיט קיין פראקטישע הילף, אבער איך האב נישט געזוכט פון זיי קיין פראקטישע הילף איך האב פשוט געזוכט ''הארץ'', איינער וואס זאל זיין מיט מיר איך זאל מיך נישט פילן אליין, איינער וואס זאל אנגיין מיין מצב איינער וואס זאל מיך געבן חיזוק, איינער וואס זאל אריינבלאזן אין מיר די געפיל אז עס גייט נאך אמאל קומען ליכטיגע טעג עס גייט נישט בלייבן אייביג טונקל,
אין אנפאנג פון מיין שווערע תקופה האב איך מיך געוואנדן צו מערערע פון מיינע ארומיגע זיך אויסרעדענדיג צו זיי מיינע איבערלעבענישן, אבער אנשטאט מיטצופילן מיט מיר אנשטאט געבן חיזוק האבן זיי עס אנגעהויבן אוועקצומאכן אז עס איז בכלל נישט אזוי געפערליך פריי דיך אז עס איז נישט ערגער וואס דאס האט מיך ממש געשטאכן ווי שפיזן פילענדיג אז זיי פארשטייען מיך בכלל נישט זיי לייגן זיך בכלל נישט אריין אין מיין מצב ווייל ווען דאס זאל ווען ח''ו געשעהן פאר זיי וואלט דאס שוין איינמאל געווען א ערענסטע פראבלעם, זעהנדיג אז דאס אוועקמאכן העלפט נישט נאר טוט דאס פארקערטע האבן זיי אנגעהויבן צו לייגן אויף מיר שרעקליכע פרעשע איך זאל אנהייבן צו נעמען מעדעצין ווייל איך האב דאך ערענסטע נפשיות'דיגע פראבלעמען אז זאכן באדערן מיך אזוי שטארק, זיי האבן פארגעסען אז עס איז דא א נאטורליכע מעדעצין וואס הייסט ''דאגה בלב איש ישיחנה לאחרים'' וואס דאס האב איך געוואלט האבן פון זיי נישט מעדעצין וואס איז די לעצעטע מיטל נישט די ערשטע, במשך הזמן האב איך געפילט אז דאס זיך אויסרעדן צו זיי מאכן מיר נאר ערגער נישט בעסער האב איך זיי אפגעלאזט און אנגעהויבן צו האלטן מיר אלע ווייטאגן אן רעדן צו קיינעם, די יסורים דערפון זענען געווען ממש אין לשער,
איך האב אנגעהויבן צו טראכטן אפשר צו גיין צו פיסכילאגען וכו' זיך אויסצורעדן צו זיי אבער איך בין געקומען צו די מסקנה אז ס'איז נישט ריכטיג, אין א זייט געלייגט די אוצרות געלט וואס דאס קאסט וואס איך האב נישט, איז די סיבה פשוט ווייל א פיסכילאג קען דיר געבן העלפ אבער נישט קיין הארץ, ווייל ער איז נישט דיין קרוב אדער ידיד וואס אינטערסירט עכט דיין מצב ער איז פשוט דא פאר פרנסה, ממילא איז ער איז זייער גוט ווען מען דארף הילף פאר א נפשיות'דיגע פראבלעם אבער נישט ווען מען דארף א אמת'ע מיטפיל,
איך האב ח''ו נישט קיין טענות אויף קיינעם, קיינער איז מיך נישט גארנישט שולדיג זיי זענען מיך נישט מחיוב צו העלפען, אסאך פילן פשוט אומבאקוועם,
איך וויל פשוט ארויסברענגען אז ''אויסהערן יענעם זיך אינטערסירן אין יענעמ'ס ווייטאגליכע מצב אריינווארפן חיזוק ווערטער קען צומאל זיין הצלת נפשות ממש'',
עכ''ד