נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

די נעדערלאנדער גלוסטן צום לוקסוס פונעם אמעריקאנער , האבן זיי זיך אויך איינגעהאנדלט טרעקעלעך פונעם ניו-זילאנדישע קאמפאני Ohmio!
יעצט איז עס אויף א פיילאט-פראגראם אין די Schipol עירפארט (איך וויל מיך נישט אריינלאזן אין די שיפאל/סקיפאל טענה'ריי), וואו זיי נוצן עס בעיקר פאר זייער לאו-קאסט KLM CityHopper אפטיילונג, וויבאלד יענע שטעלן זיך אפ ווייטער פון די טערמינאלן, און פאסאנדזשירן פארן צו מיט באסעס.
אונטער די פיילאט-פראגראם ווערן די פליגער-מאנשאפט צוגעטראגן צום טערמינאל מיט די נייע דרייווערלאזע מיני-מיני-באסעס.

800_autonomebus-3-kl.jpg
800_autonomebus-3-kl.jpg (66.82 KiB) געזען 2135 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

פראטעסט אין פראנקפורט עירפארט מאכט פראבלעמען פאר פלייטס
הונדערטע אפעקטירטע פליגערס צווישן דעפארטשערס, ארייוועלס און דיווערזשינס

טויזנטע טרעוולערס האבן געדארפט טוישן פלענער פאריגן דאנערשטאג ווען פראטעסטירער האבן זיך אריינגעריסן אין פראנקפורט עירפארט און זיך צוגעקלעבט צו די ערד מיט "גלו"
די "גרינע" אקטיוויסטן האבן זיך אומלעגאלערהייט אריינבאקומען אין די סעקיורעטי זאנע פונעם לופטפעלד, און זיך אנידערגעזעצט אויף די אספאלט וואס ווערט געווענליך באנוצט דורך פליגער. אין א דראסטישע שריט האבן זיי זיך פארוואנדלט צו א מחובר לקרקע, און פאליציי האט שווער געדארפט ארבעטן סיי צו אפשניידן די ווילדע געוויקסן, אבער נוצן א שמירה בשעת קצירה זיי נישט צו שעדיגן.
140 פלייטס ארויס פון פראנקפורט עירפארט זענען געווארן געקענסלט, צענדליגע אנדערע האבן געדארפט ווארטן אין די pattern פאר א לאנגע צייט איידערן לאנדן, א גרויס טייל האבן שוין נישט געקענט ווארטן, און פארקירעוועט צו אנדערע אלטערנאטיווע עירפארטס.
620988240_highres.jpg
620988240_highres.jpg (142.47 KiB) געזען 2117 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

עעעעעענדליך: LOT וועט אויסשטאטן איר 787 פלאטע מיט ווייפיי אפציע!!
נישט אזוי ענדליך: וועט זיין אוועילבל הערשט אין יאר 26' למספרם

די פוילישע קעריער האט געמאלדן אז זיי האבן געשלאסן א קאנטראקט מיט די פראוויידער Viasat, וועלכע וועט אינסטאלירן די ווייפיי אפציע אויף די 15 דרימליינערס וואס LOT פארמאגט.
פארשטייט זיך אז ס'איז נאך צו פרי צו הערן וויפיל מ'וועט זיך דארפן לאזן קאסטן צו האבן די מעגליכקייט צו ליינען אייוועלט אויפן עראפלאן זיץ (אדער עראפלאן ביה"כ, אויב פארט מען אויף א נסיעה מיט נאך אידן...), אבער די נייעס אליינס איז ממש רעוואלוציאנעריש פאר א לופטליניע וואס האט זיך נישט געהאלטן ביים צושטעלן צו די סטאנדארטן.

20240729_061744_0000.jpg
20240729_061744_0000.jpg (295.46 KiB) געזען 2103 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

איך האב אנגעהויבן שרייבן צוויי שעה צוריק. לייג א לייק אויף אלע נייעסער פון וואס דו האסט הנאה געהאט, כי זה חלקי מכל עמלי, א דאנק.

סייקהעלפ
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 2:09 am

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סייקהעלפ »

רוממה האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 6:22 am
איך האב אנגעהויבן שרייבן צוויי שעה צוריק. לייג א לייק אויף אלע נייעסער פון וואס דו האסט הנאה געהאט, כי זה חלקי מכל עמלי, א דאנק.
יא איך האב געטראכט צו מיר, wow, איינער שרייבט סתם מיר צו געבן א הנאה, סוי איך האב אלעס געלייקט, יעצט מיז איך דיר שרייבן א קאמענט: א גרויסן יישר כח, זייער גוט געשריבן, זייער אינטערעסאנט צו ליינען.
אוועטאר
Borrower
שר חמשת אלפים
תגובות: 5276
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

400 ענד קאונטינג ...
אייוועלטס אוויאציע קארעספאדאנט

יישר כח - און ווייטער מיט א שטארקייט צו מהנה זיין יודישע קינדער
אטעטשמענטס
IMG.jpg
IMG.jpg (9.21 KiB) געזען 2039 מאל
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

ציפערן און קרישקעלעך פון די ארדערס ביי די ברייט נאכגעפאלגטע Farnborough עיר שאו וואס ווערט אפגעהאלטן יעדע צוויי יאר

פאר די וואס ווייסן נישט. די עיר שאו איז א ריזיגע 4 טאגיגע פראגראם וואו די גרעסטע Aviation & Aerospace קאמפאניס קומען זיך צוזאם, ס'איז געווענליך א געלעגהייט צו סיינען קאנטראקטס און באשטעלן ארדערס פאר נייע פליגערס.
ס'זענען דא אסאך קלענערע און גרעסערע אזעלכע סארטן שאוס, די פיר גרעסטע ווערן אפגעהאלטן אין (לפי סדר גדלותן, ויש מוקדם ומאוחר באינה תורה)
1) פאריז, פראנקרייך - אין יוני פון למס' יארן מיט odd נאמבערס, למשל: 19', 21', 23' א.א.וו. (גראדע אין 21' איז נישט געווען צוליב קאוויד)
2) Farnborough, ענגלאנד - אין יולי פון למס' יארן מיט גלייכע נאמבערס, למשל: 20', 22', 24' א.א.וו.
3) סינגאפור - אין פעברואר פון למס' יארן מיט גלייכע נאמבערס
4) דובאי - אין נאוועמבער פון למס' יארן מיט odd נאמבערס
סינגאפור און דובאי שלאגן זיך פאר די פלאץ ווער ס'איז נאמבער 3 און ס'איז נישט דא קיין קלארע געווינער.

צוריק צו די היי-יעריגע שאו
- די שאו איז געווען די שוואכסטע אין ציפערן פון ארדערס זייט מער ווי 10 יאר. די אינדוסטריע האט אסאך סעיפטי און פראפיט שוועריקייטן די לעצטערע יארן וואס דארפן זיך סעטלען איידער מ'באשטעלט נאך פליגערס. בבחינת על הראשונים אנו מצטערים...
- באואינג איז אריינגעקומען שטארק מיט די ארדערס די ערשטע טאג-צוויי ס'האט אויסגעזעהן ווי זיי גיין זיין פאראויס, אבער עירבאס האט אריינגערוקט אפאר ארדערס אין טאג 3 און 4
- עירבאס איז ענטגילטיג פאראויס ביי 234 סך הכל ארדערס "אנאנסירט", און באואינג ביי 118. אבער באואינג האט געהאט מער ווייד-באדי ארדערס וואס מאכט אז די געשאצטע ווערד פון סך הכל סעילס זענען זיי סך נענטער, בלויז א ביליאן-פוינט-פייוו אפגערוקט (וואס איז שוין 1.5B$?)
- די פאריגע ציפער נעמט אויך אריין ארדערס וואס זענען נאר געווארן אנאנסירט אויפן פלאץ אבער באמת שוין געשלאסן פון פאראויס, ווי אויך נעמט עס אריין ארדערס וואס זענען נאר MoU, ד.מ. אז ס'איז נאר א אגרימענט אז מ'פלאנט זיך צו פארשטענדיגן אויף א סעיל. ווען מ'נעמט אראפ די אלע זאכן פון ביידע זייטן שטייט עירבאס ביי 164 און באואינג ביי 76 געהעריגע ארדערס
- יעדער איז געווען צופרידן אז באואינג איז ארויס מיט ווייניגער ארדערס, ווען נישט געט עס ווען די אימעדזש אז די קאמפאני טוט נאכאלץ נאכיאגן ארדערס וואס זיי קענען נישט ערפילן אויף א פארזיכערטע און צייטליכע וועג
- די 777X איז געווען א זייער פאזיטיווע טאלקינג פוינט, ווייל ס'האט נארוואס אנגעהויבן סערטיפיקאציע גלייך פארן שאו. ס'האט נאך געהאט אפאר ארדערס אויפן פלאץ אויך
- עירבאס' נישט-ברייט-נאכגעפאלגטע סופליי-טשעין און אנדערע פראבלעמען, זענען ארויסגעקומען אביסל אויף די אויבערפלאך, הייבנדיג די כבוד פון די קאמפעטישן אביסל
- די גרויסע ריזיגע loser איז געווען Embraer. די פראדוצירער האט זיך נישט איינגעהאנדלט אפילו איין קליענט און ניטאמאל אויסגערופן קיין עקזיסטירנדע ארדערס! דאס קומט טראצדעם וואס סיי עירבאס און סיי באואינג האבן נישט קיין פראדוקט וואס קען גיין אין קאמפעטישן מיט זייערע רידזשענעל דזשעטס, בפרט די נייערע E2 סעריע וואס דארף צו זיין גוט אויסגעארבעט און מער fuel efficient
- די איינציגסטע צו באריכטן סעילס אויסער די צוויי גרויסע בחורים, איז געווען ATR, וואס האט געכאפט 4 ארדערס פון א קליינע פראנצויזישע עירליין

אויסער דעם זענען געווען ביים שאו אסאך חידושים אין פארשידענע תחומים אינערהאלב די אוויאציע וועלט, אבער מחמת קוצר הפנאי ברענגען מיר נאר דאס. אויב ווילט איר וויסן מער קענט איר בעטן ביי די היימישע סטאטוס סעלעברעטיס צו גיין אהין אויכעט און ברענגען לעבעדיגע באריכטן אזויווי ביים קאנסטראקשן, עסן און זה מזה שאוס.

c76f17_cd5309b8a69f4847a602559cb5b77f4c~mv2.png
c76f17_cd5309b8a69f4847a602559cb5b77f4c~mv2.png (78.44 KiB) געזען 1920 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
nodeJS
שר האלף
תגובות: 1070
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

רוממה האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 1:15 pm

עירבאס האט די 220 סעריעס וואס כאטש זענען נישט ממש אויף די זעלבע ניש אין די מארקעט, זענען זיי אבער גענוג נאנט אריינצובייסן אין עמברעיר'ס סעילס
Clever code does not necessarily create clever Software
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

nodeJS האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 1:57 pm
עירבאס האט די 220 סעריעס וואס כאטש זענען נישט ממש אויף די זעלבע ניש אין די מארקעט, זענען זיי אבער גענוג נאנט אריינצובייסן אין עמברעיר'ס סעילס
ס'איז קלאר אז ס'איז א שוואכע פארגלייך ואכמ"ל (אפשר איין טאג אין "פליגעלעך" ווען מ'וועט קאווערן רידזשענעלס)
די 0 ארדערס ביי די E2 איז געווען א דיסאפוינטמענט ווייל ס'האט אויסגעזעהן פון פארדעם אז ס'האט אסאך מאמענטום, און האט אפילו געהאט אפאר שיינע ארדערס דורכאויס די לעצטע יאר
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
Yiddish Travel
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:36 pm
לאקאציע:yiddishtravel.com

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yiddish Travel »

סאוטוועסט עירליינס האט געמאלדן א פראפיט פון 1.1 ביליאן דאללער פאר די ערשטע 6 חדשים פון 2024 פון זייערע קרעדיט קארדס מיט טשעיס!
קוק פעידזש 18
https://otp.tools.investis.com/clients/ ... F&hasPdf=1

אן אינטרעסאנטע קרישקעלע פון די ריפארט: די וועליו פון אלע סאוטוועסט פוינטס וואס ליגט ביי מענטשן איז 5 ביליאן דאללער
צאל רענט/מארטגעדזש מיט א קרעדיט קארטל (פאר פרי) און פארדינט די מאכטפולסטע פוינטס!
צו ליינען איבער די בילט קארטל דרוקט דא
מיין בעסטע קארטל: געוואלדיגע ווענטשור X
כאפ א באזוך אין אונזער וועבזייטל און האב הנאה

אונז זענען אויף א ברעיק
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

אפעלאט געריכט שטעלט אפ DOT רעגולאציעס קעגן זייטיגע טשארדזשעס
אלע גרויסע אמעריקאנע עירליינס און אסאסיאציעס זענען אויף די צד שכנגד

א פעדעראלע אפעלאט געריכט האט געלייגט א "סטעי" אויף די רעגולאציעס וואס די טראנספארטאציע דעפארטמענט האט לעצטנס געוואלט איינפירן , אז עירליינס זאלן דארפן זיין מער אפן מיט זייטיגע טשארדזשעס פאר קאסטומערס, באקאנט אלס "Junk Fees".
ווי נאר די רולס זענען געמאלדן געווארן, האבן עירליינס זיך גלייך געיאגט צו פארלאנגן א איבערזיכט דערויף, און געבעטן ביי די DOT צו לייגן די אינפארסירונג אויף "האלד" ווילאנג די איבערזיכט ווערט דורכגעפירט. ווען די דעפארטמענט האט אפגעזאגט, האבן זיי זיך געוואנדן צום געריכט פאר הילף.
נעכטן האט די פיפטע סירקוט אפעלאט געריכט אין לואיזיאנע, געגעבן דעם אקעי פאר א צייטווייליגע אפשטעל אינדערצייט וואס די רעוויזיע גייט אן.
אין די פאפירן שרייבט די געריכט, אז ס'איז דא שטארקע צדדים צו זאגן אז די DOT האט געשאסן באפעלן וואס זענען ברייטער ווי זייער מאכט, ווי אויך אז עירליינס האבן פרעזענטירט א שטארקע קעיס פון פון "אומפארהיילבארע שאדנס" אין פאל זיי דארפן אנהייבן צו אימפלעמענטירן די גיידליינס איידער די ברייטערע איבערזיכט באשטעטיגט אדער ווארפט אפ.

אויף די זייט פון petitioners וואס פארלאנגן די סטעי, זענען אלע אמעריקאנע עירליינס. די וואס ווערן נישט עקסטער אויסגערעכנט זענען אבער אויך רעפרעזענטירט דורך די אסאסיאציעס. ווי אויך האט IATA אונטערגעשריבן די פעטיציע.
סאוטוועסט, טראצדעם וואס זי איז פון די גרעסערע, האט זיך נישט עקסטער ארויסגעשטעלט. איך שפעקוליר אז ס'איז ווייל די עירליין האט פשוט ווייניגער זייטיגע fees ווי די אנדערע, און זיי וועלן נישט אזוי אפעקטירט ווערן. אבער זיי האבן מסתם סייווי נישט געקענט אנקומען צייטליך צום אונטערשרייבן די פעטיציע, פשוט ווייל זיי האבן געהאט א דילעי...

Screenshot 2024-07-30 141549.png
Screenshot 2024-07-30 141549.png (68.93 KiB) געזען 1402 מאל
Screenshot 2024-07-30 141604.png
Screenshot 2024-07-30 141604.png (33.15 KiB) געזען 1402 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

פליגערס רייבן איינע אין צווייטע
מוסר השכל: געדולד

אין א נאנטע משפחה קאנפליקט, האבן זיך צוויי דעלטא ברודער מיאוס-צעריבן צווישן זיך, שטייענדיג פאר די ראנוועי אין די עירפארט פון סאלט לעיק סיטי, יוטא.
איין A220 איז געשטאנען פארן ראנוועי, אבער האט זיך נישט געקענט געהעריג מכין זיין פארן ארויספליען און ער האט אויפגעהאלטן די שורה וואו נאך צוויי עראפלאנען האבן געווארט.
די פילאט פון איינע פון די פליגער אונטער אים האט באקומען רשות פון קאנטראל צו נוצן א אנדערע אריינגאנג צו די ראנוועי כדי צו א אנדערע וועג, זיך צו גרייטן פאר זיין אייגענע טעיק-אפף ווילאנג דער פארשלעפטער קלויבט זיך צוזאם. אבער ביים זיך אריינדרייען אין די ראנוועי, האט ער פיזיש באגריסט די אנדערע פליגער וואס האט אויך געווארט אין די שורה, און געשאפן שאדנס פאר זיי ביידע.
מיט אביסל נטרונא קען מען עס ווען פארמיידן...

איך האב געוואלט צולייגן א בילד, אבער סקומט ארויף "ערראר HTTP" איינער ווייסט וואס דאס מיינט?

הרב יואל קליין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4786
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

תגובה דורך הרב יואל קליין »

רוממה האט געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2024 3:23 pm

רוימיימא, דו האסט א זיסע שפראך וואס איז ענדשויעבל! טענק יו.

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
מקוה בעג
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 12, 2021 9:13 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקוה בעג »

איינער ווייסט וואסע פשט פון דעם?
א פליגער פון ניו יארק קיין תל אביב דייווערטעט קיין לבנון?!?
אטעטשמענטס
Screenshot_20240730_153359_Chrome.jpg
Screenshot_20240730_153359_Chrome.jpg (38.67 KiB) געזען 1309 מאל
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

מקוה בעג האט געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2024 3:35 pm
איינער ווייסט וואסע פשט פון דעם?
א פליגער פון ניו יארק קיין תל אביב דייווערטעט קיין לבנון?!?
פעיק ניוז, ס'האט געהעריג געלאנדעט אין TLV
פון וואו איז די סניפ?
---
יעצט זעה איך אז פלייטראדאר24 באריכטעט אז ס'לאנדעט יעדן טאג אין לבנון. זעהט אויס אז זייער טרעקער איז צומישט דארט.
Screenshot 2024-07-30 154028.png
Screenshot 2024-07-30 154028.png (61.53 KiB) געזען 1276 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
שבעת המינים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 6:01 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבעת המינים »

רוממה האט געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2024 3:39 pm
מקוה בעג האט געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2024 3:35 pm
איינער ווייסט וואסע פשט פון דעם?
א פליגער פון ניו יארק קיין תל אביב דייווערטעט קיין לבנון?!?
פעיק ניוז, ס'האט געהעריג געלאנדעט אין TLV
פון וואו איז די סניפ?
---
יעצט זעה איך אז פלייטראדאר24 באריכטעט אז ס'לאנדעט יעדן טאג אין לבנון. זעהט אויס אז זייער טרעקער איז צומישט דארט.

Screenshot 2024-07-30 154028.png
די לעצטע פאר חדשים ווען מד"י איז ביזי פארדרייען די GPS סיגנאלן שטייט ביי אסאך פלייטס דייווערטעט קיין בעירוט.
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

דעלטא עירליינס האט אויפגענומען א גרויסן לויער צו פירן א קעיס קעגן CrowdStrike אויף די שאדנס וואס זיי האבן געליטן צוליב די לעצטיגע קראך
די outage וואס האט אפעקטירט טויזנטע קאמפאניס אלוועלטליך, האט ספעציעל שווער באטראפן דעלטא וועלכע האט פארצויגן מיט דילעיס און קענסעלעישנס אינדערצייט וואס אנדערע עירליינס זענען שוין לאנג געווען געסעטלט.

out.jpg
out.jpg (43.9 KiB) געזען 1195 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

שבעת המינים האט געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2024 4:09 pm
רוממה האט געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2024 3:39 pm
מקוה בעג האט געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2024 3:35 pm
איינער ווייסט וואסע פשט פון דעם?
א פליגער פון ניו יארק קיין תל אביב דייווערטעט קיין לבנון?!?
פעיק ניוז, ס'האט געהעריג געלאנדעט אין TLV
פון וואו איז די סניפ?
---
יעצט זעה איך אז פלייטראדאר24 באריכטעט אז ס'לאנדעט יעדן טאג אין לבנון. זעהט אויס אז זייער טרעקער איז צומישט דארט.

Screenshot 2024-07-30 154028.png
די לעצטע פאר חדשים ווען מד"י איז ביזי פארדרייען די GPS סיגנאלן שטייט ביי אסאך פלייטס דייווערטעט קיין בעירוט.
viewtopic.php?p=5287500#p5287500
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

לאנדאנע פאליציי האבן ארעסטירט צוויי טעראריסטן (אויף ענגליש רופט מען עס Activists) פון די פרא-ענווייראמענטאלע Just Stop Oil באוועגונג, פארן באפירקלען עלעקטראנישע טאוולען אין היטראו לופטפעלד מיט אראנדזשע ספרעי פעינט..

א טאג פריער, האבן א גרופע פון 8 מעמבערס אין די מיליציע פראבירט צו שטערן די אריינגאנג פון די געטוויק עירפארט, דורכן זיך זעצן אויף דער ערד פארנט פון די הויפט דורכגאנג צו די געיטס. אבער די פאסאנדזשירן זענען עפעס נישט געווען אין די גוסטע צו ווערן אויפגעהאלטן, האבן זיי דעריבער ווייטער שפאצירט אויפן נארמאלן שטייגער און געקליבן די אפציע נישט צו באמערקן ווי זיי זענען אונטערוועגנס פוסע על ראשי עם קלוש...

דאס קומט עטליכע טעג נאך וואס 150 פלייטס זענען געווארן אפעקטירט פון צוגעקלעבטע דייטשן אין FRA
אויך קומט דאס אפאר וואכן נאך וואס קראודסטרייק האט באפירקלט די טאוולען מיט די בלויע קאליר, אבער דעיס איז שוין א צוויייטע קאטעגאריע Blue 'Color' Crime...

די אראנדזשע צודעק אונטן-רעכטס האט די עדיטאר פון דעם ווינקל ארויפגעקלעבט אויפן שפריצער אלס מדה כנגד מדה, אנשטאט נוצן די טראדיציאנאלע "בלור" אפציע...
ezgif.com-png-to-jpg-converter.jpg
ezgif.com-png-to-jpg-converter.jpg (222.02 KiB) געזען 797 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
רוממה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

באואינג האט אויפגענומען Kelly Ortberg אלס זייער נייע CEO צו ערזעצן דעם ארויסגייענדן David Calhoun
מר. ארטבערג קומט מיט 35 יאר עקספעריענס אין די אוויאציע אינדוסטרי, בעיקר ביי די Rockwell Collins פירמע, א קאמפאני וואס פראדוצירט טעק סיסטעמען פאר קאמערציאלע און מיליטערישע פליגערס.
ער וועט אפיציעל איבערנעמען דעם פאזיציע אום אוגוסט דעם אכטן. ד.ה. אז אין עטליכע טעג ארום דארפן די נארישע קעפ שוין נישט מורא האבן צו פארן אויף באואינג פליגערס...

Kelly Ortberg.jpg
Kelly Ortberg.jpg (48.6 KiB) געזען 558 מאל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אין איין ווארט
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 31, 2022 11:05 am

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין איין ווארט »

רוממה האט געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2024 4:13 pm
דעלטא עירליינס האט אויפגענומען א גרויסן לויער צו פירן א קעיס קעגן CrowdStrike אויף די שאדנס וואס זיי האבן געליטן צוליב די לעצטיגע קראך
די outage וואס האט אפעקטירט טויזנטע קאמפאניס אלוועלטליך, האט ספעציעל שווער באטראפן דעלטא וועלכע האט פארצויגן מיט דילעיס און קענסעלעישנס אינדערצייט וואס אנדערע עירליינס זענען שוין לאנג געווען געסעטלט.

out.jpg
די קעיס וואס זיי האבן אנגעהויבן אויף Crowd strike איז בפשטות אוועקצונעמען די אויפמערקזאמקייט פון די אויספארשונג וואס די פעדעראל גאווערמענט האט אויף זיי, פארוואס ס׳האט גענומען פאר דעלטא אזוי לאנג זיך צוריק צוכאפן.
ס׳קומט שוין דער זמן, ס׳קומט שוין די זמן.
פארשפרייט דיין שיין, לעכטיג וועט זיין. 🎶
אוועטאר
Borrower
שר חמשת אלפים
תגובות: 5276
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

@פתחי' ריפארטעד אז יונייטעד און דעלטא קענסלן ווידעראמאל זייערע פלייטס קיין אר"י
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4390
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

Borrower האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 1:37 pm
@פתחי' ריפארטעד אז יונייטעד און דעלטא קענסלן ווידעראמאל זייערע פלייטס קיין אר"י
*BREAKING:* Beginning Thursday, both United Airlines and Delta have Canceled all further Flights to and from Ben Gurion International Airport in Tel Aviv, Israel.

*Join a _YWN Live Alerts_ Group for Live Breaking News Updates!*
אוועטאר
nodeJS
שר האלף
תגובות: 1070
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

רוממה האט געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2024 10:46 pm
לאנדאנע פאליציי האבן ארעסטירט צוויי טעראריסטן (אויף ענגליש רופט מען עס Activists) פון די פרא-ענווייראמענטאלע Just Stop Oil באוועגונג, פארן באפירקלען עלעקטראנישע טאוולען אין היטראו לופטפעלד מיט אראנדזשע ספרעי פעינט..

א טאג פריער, האבן א גרופע פון 8 מעמבערס אין די מיליציע פראבירט צו שטערן די אריינגאנג פון די געטוויק עירפארט, דורכן זיך זעצן אויף דער ערד פארנט פון די הויפט דורכגאנג צו די געיטס. אבער די פאסאנדזשירן זענען עפעס נישט געווען אין די גוסטע צו ווערן אויפגעהאלטן, האבן זיי דעריבער ווייטער שפאצירט אויפן נארמאלן שטייגער און געקליבן די אפציע נישט צו באמערקן ווי זיי זענען אונטערוועגנס פוסע על ראשי עם קלוש...

דאס קומט עטליכע טעג נאך וואס 150 פלייטס זענען געווארן אפעקטירט פון צוגעקלעבטע דייטשן אין FRA
אויך קומט דאס אפאר וואכן נאך וואס קראודסטרייק האט באפירקלט די טאוולען מיט די בלויע קאליר, אבער דעיס איז שוין א צוויייטע קאטעגאריע Blue 'Color' Crime...

די אראנדזשע צודעק אונטן-רעכטס האט די עדיטאר פון דעם ווינקל ארויפגעקלעבט אויפן שפריצער אלס מדה כנגד מדה, אנשטאט נוצן די טראדיציאנאלע "בלור" אפציע...
ezgif.com-png-to-jpg-converter.jpg
זאג נאר דו ארענדזשער, וואס איז די ספרעי וואס דו שפריצסט דארט, נישט קיין אויל?!
און וויאזוי ביסטו אנגעקומען צום עירפארט, הא?! מיט א פערד און וואגן אפשר?!
Clever code does not necessarily create clever Software
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4786
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

רוממה האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 1:05 pm
באואינג האט אויפגענומען Kelly Ortberg אלס זייער נייע CEO צו ערזעצן דעם ארויסגייענדן David Calhoun
מר. ארטבערג קומט מיט 35 יאר עקספעריענס אין די אוויאציע אינדוסטרי, בעיקר ביי די Rockwell Collins פירמע, א קאמפאני וואס פראדוצירט טעק סיסטעמען פאר קאמערציאלע און מיליטערישע פליגערס.
ער וועט אפיציעל איבערנעמען דעם פאזיציע אום אוגוסט דעם אכטן. ד.ה. אז אין עטליכע טעג ארום דארפן די נארישע קעפ שוין נישט מורא האבן צו פארן אויף באואינג פליגערס...

Kelly Ortberg.jpg
וואס איז דיין אפהאנדלונג איבער אים?

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”