א רויטע קי? פארוואס?
א רויטע קי? פארוואס??
פרשת חקת
שוין לאנג געווארט, טמא געוועהן ביז יעצט
פון לאנג געגארט, ריין ווערן עטס וועטס,
א פרה אדומה
גאנץ און תמימה
און קיין יאך לייגן אויף איר,
דעם קי פארברענט, דאס אַש האט מען אויסגעמישט,
שפריצן געקענט, טמא מער איז מען נישט,
נעמען א רויטע אָקס , דאס איז פון מיר א חק -
ס' האט נישט קיין טעמים אויף איר,
דער טמא'נע מענטש ווערט דורך איר ריין
דער כהן אליין פונקט פארקערט טוט ער זיין
דורך דעם אַש
וואס אויף יענעם געוואש'ט
דעם כהן מאכט עס טמא,
א גזירה זי איז, מלפניה,
ואין לך רשות, להרהר אחריה,
א חק בלי טעם
אן אויסנאם
אז דאס טוט אינז רייניגן די נשמה,
רש''י ברענג, די גוי אינז ער לאכט אויס,
וואס איז מיט ענק, די פרה וואס מאכט אויס,
א הסבר איך דארף - עס,
א סברה פארשאף - עס
אזוי לאכט ער פון דעם ער שפעט,
א קשיא פרעג איך, איך וויל פארשטיין דאס,
קיין איין גוי האט מיך, נאכניש געפרעגט פארוואס,
קוים וואס ער ווייסט - עס
אז א פרה אדומה הייסט - עס
איז וואס מיינט אז פרעגן ער וועט?
נאר דאס אליין -איז, אין גלות מיר זענען,
אין גוי'שע שכנות, מ'טוט עס דערקענען,
עס האט אן השפעה
אז מיר זענען דא'ע
מיר טראכטן דעם גוי'ס וועגן,
דער גוי אליין - ער, טוט טאקע נישט פרעגן - ווער,
נאר די השפעה זיינער, דאס איז די שעדיגער,
דאס מאכט אינז טראכטן
חלילה זיך דאכטן
אויפן תורה קשיא'ס פרעגן,
דאס אינז א לימוד גאר הויעך
אז די סביבה האט א שטארקע כח.
!א גוט שבת