#4 - די פילאט און די קא-פילאט
שלום עליכם. ס'איז גוט אייך צו זעהן נאכאמאל אין דעם אשכול וואו מיר האבן אביסל "Block Time" געוואויר צו ווערן און אויסשמועסן פארשידענע ידיעות אין רענדאם אספעקטן פון אוויאציע.
היינט איז דאנערשטאג, אבער די ווינקל ווערט אי"ה אפדעיטעד יעדן מיטוואך נאכמיטאג, שטעלט אייך אן דעם קאלענדער אריינצוקומען אהער איידערן גיין עסן די מילכיגע נאכטמאל.
און אויף יעצט, לאמיר אוועקרוקן די cholks און זיך ארויסלאזן אויף די רייזע!
צום אלעם ערשט, אין פאל איר ווייסט נישט. יעדע גרויסע פליגער וואס פירט פאסאנדזשירן דארף ווערן געפירט דורך צוויי פילאטן, סיי ווייל עס פעלט זיך אויס טעכניש און סיי ווייל דאס איז די געזעץ. דאס מיינט נישט אז צוויי פילאטן דארפן פאקטיש דרוקן די קנעפלעך און רוקן די קאנטראלס, אויסדרוקליך נישט, אבער די אויפגאבעס ווערן צוטיילט צווישן צוויי טרענירטע לייט, איינער איז פילאטאון דער צווייטער - קלענער אין ראנג - איז קא-פילאט.
קרישקעלע. לעגאל דארף אייביג זיין אין די קאקפיט איין פילאט וואס איז וואך, אפילו אז אונזערע פליגער זענען שוין אזוי פארגעשריטן און זענען סייווי רוב צייט אויף Auto pilot, טארן נישט ביידע פילאטן פארלאזן די קאקפיט אדער כאפן א דרימל אינאיינעם.
ס'וואלט געווען גוט צו וויסן, אז די מער בכבוד'יגע טערמינען וואס די צוויי טראגן (און האבן ליב ווען מ'רופט זיי), איז Captainפאר די פילאט און F irst Officerפאר די קא-פילאט. די ווארט "פילאט" רופט זיך אויף סיי וועמען וואס פירט א פליגער, אפילו א קליינס, וועגן דעם האלטן זיך עירליין פילאטן פיל מער פון סתם א פילאט, זיי זענען א קעפטעין און א פוירסט אפיסער. און איך מיין אז ווען מ'איז מגדיר אויף א זעכציג יעריגע איד אז ער איז שוין בא בשנים ווייל ער האט שוין אפילו א בארד איז עס א שטיקל פחיתת הכבוד קעגן אים.
פארשטיי מיר שוין אז ס'זענען דא צוויי פילאטן איינע העכער פון צווייטן, אבער וועלכע לייסענס איז פאר א פילאט און וועלכע פאר די סגן?
די תירוץ איז אז לעגאל איז נישט דא קיין חילוק צווישן די צוויי, ביידע גייען דורך די זעלבע טרעינינג פארן קענען פליען פאר די עירליין, זיי האבן ביידע די זעלבע סארט לייסענס, ATPL, און זיי זענען ביידע פונקט אזוי ביכולת אויסצופירן די זעלבע פונקציעס אינעם קאקפיט.
די קעפטעין טיטל באקומט מען פשוט פון די עירליין! די קאמפאני מענעדזשערס זענען די וואס באשליסן וועמען צו דערהייבן אין ראנג צו שפילן די הויפט ראלע אויף די פלייט דעק, געווענליך ווערט עס געשאנקען פאר פילאטן וואס ארבעטן שוין לאנג אין די קאמפאני, אין די ביזנעס וועלט ווערט דאס גערופן אז מען האט seniority מיט די קאמפאני.
ס'איז נישט דא קיין סכום פון יארן ווי לאנג עס דויערט ביז מ'ווערט פראמאוטעד, אמאל קען עס דויערן לענגער און אמאל שנעלער. עס ווענדט זיך צום ביישפיל אויב די עירליין לייגט צו נייע רוטס, און זיי דארפן האבן נאך קעפטעינס אדער עקזיסטירנדע פאזיציעס ווערן ליידיג ווייל א נאמבער פון קעפטעינס זענען רעטייערד\רעזיגנירט\אפגעזאגט\געשטארבן א.אוו.
ס'זענען דא בענעפיטס אינערהאלב די קאמפאני וואס פילאטן האבן מער ווי די קא. בראש וראשון איז די געהאלט גרעסער פאר א פרישע קעפטעין ווי פאר אן אלטן FO, אויך באקומען זיי מער רעכט צו קלויבן וועלכע טעג זיי זאלן פליען און ווען זיי זאלן האבן off (מער איבער דעם ווען מיר וועלן רעדן וועגן פילאט סקעדזשועלס) און ענליכע בענעפיטן.
היוצא לנו מזה, אז א פילאט קען לאנגע יארן זיין אין איין קאמפאני און שוין באקומען די קעפטעין סטאטוס דארט, אויב פאר סיי וועלכע סיבה לאזט ער איבער די קאמפאני (אדער די עירליין מאכט זיך צו) וועט ער אנהייבן פון אנהייב, פונקט ווי דעם אפרוח וואס קומט יעצט פון קאלעדזש און גייט פליען פאר די עירליין צום ערשטן מאל!
טרויעריג :(
כאטש וואס מיר האבן געזאגט אז ביידע קענען פונקט אזוי פירן אן עראפלאן, וועט אבער ביים פליען די קעפטעין באקומען די הויפט ראלע און די קא וועט טוהן די זייטיגע ארבעט. און לאמיר עס בעסער מסביר זיין.
ווען צוויי אדער מער פילאטן פליען אינאיינעם דארף אייביג זיין איינער וואס איז דעזיגנירט אלס די Pilot In Command, ד.ה. אז די אחריות איז זיינס אז אלעס זאל קלאפן. די PIC דארף אלעס איבערקוקן, ער וועט געווענליך פאקטיש דרייען די קאנטראלס און אין פאל פון סיי וועלכע פראגע איז ער דער וואס איז מחליט וויאזוי צו טוהן. די דאזיגע אויפגאבע וועט געווענליך די הויפט פילאט אויספירן, אינדערצייט וואס די קא וועט טוהן די קלענערע ארבעטס, ווי למשל קאמיוניקירן מיט די קאנטראל טאוער, פארליינען פארשידענע טשעקליסטס וואס דארפן דורכגעקוקט ווערן און אויספאקן און אוועקפאקן עקוויפמענט בעפאר אן נאך די פלייט.
אבער ווי געזאגט טויגן ביידע צו די זעלבע אויפגאבעס אזוי אז אויב די קעפטעינס האנט טוט וויי קען ער סוויטשן פאזיציעס מיט זיין קאלעגע, און ס'איז גאנץ מעגליך אז די פאסאדזשירן וועלן אים דאנקבאר זיין, ווייל זיין קאלעגע האט שוין מער עקספעריענס, אבער אנפארטשענעטלי האט ער איבערגעלאזט זיינע seniority רעכטן ביי זיין פאריגע קאמפאני.
ווען דו פליהסט נעקסטע מאל און דו ווילסט וויסן ווער ס'איז די פילאט און ווער ס'איז די קא, קענסטו טרייען צו כאפן א בליק אין די קאקפיט, די קעפטעין זיצט אלס אויף די לינקע זייט און די פוירסט אפיסער אויף די רעכטע.
In deck.jpg
אויב קענסטו נישט קוקן אין די קאקפיט, אדער דו דארפסט א גרינגערע סימן קענסטו קוקן אויף די צאל שטרייפן וואס ער האט אויף זיין יוניפארם, 3 סטרייפס איז די פוירסט אפיסער און 4 איז די קעפטעין.
Stripes.jpg
מיר האפן אז איר האט הנאה געהאט פון די היינטיגע פארזעצונג. מיר וועלן יעצט צוריקשטעלן די cholks, אויף צום ווידערזעהן קומענדיגן מיטוואך.
אויב האט איר עפעס א שאלה אדער אינטערעסע אויף א נושא אין אוויאציע וואס איר ווילט אז מען זאל אויסשמועסן אין דעם אשכול, שיקט אן אימעיל צו אייוועלטקאקפיט@דזשימעיל.קאם