אן אשכול וואו נאר דער פותח קען שרייבן
א גוט יאר טייערע חברים,
שוין צענדליגע מאל געוואלט שרייבן וועגן דעם אבער לא אסתייא מילתא.
עס איז דא א שיינע פאר אשכולות דא אויפן וועלטעל וואו דער פותח נעמט א געוויסע ראלע פון אפדעיטן אויף א געוויסע נושא ווי נייעס אדער מוזיק און עס ווערט פארפאטשקעט כסדר מיט קעממאנטס וכל דברים שלא ניחא לאחרים, און די פותח בעט זיך וואו א רשע אז מען זאל ביטע נישט אנפירקלען זיין אשכול.
פארוואס קעו מען נישט מאכן אז געוויסע אשכולות ווערט געגעבן די רעכט נאר פארן פותח צו שרייבן וזה הוא. עס ליגט מיר אין קאפ אז לגבי אקטובער 7 איז געווען א שטיק צייט אזא זאך וואו מען האט זיך געדארפט איינשרייבן צו קענען שרייבן אין יענער אשכול.
נעם א שטייגער וואו אבימלך׳ס נייעס - שאול׳ס נייעס - נקדימונס נייעס - נעווער מוזיק אפדעיטס - ועוד ועוד עס וואלט געווען א נחת ווען עס ווערט ווען נישט אנגעפירקעלט מיט כל מיני שטותים והבלים.