ענעקזייעטי מיט adhd

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7235
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: ענעקזייעטי מיט adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מענטל העלט האט געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 03, 2024 11:10 pm
אסאך שרייבן דא אין דעם אשכול אז די ADHD קען ברענגען ענגזייעטי, אויב איינער קען מסביר זיין וויאזוי עס ארבעט וויאזוי געשעט עס.
א דאנק פון פאראויס.
ב"ה

איך קלער אז ADHD קען ברענגען ענגזייעטי, ווען א מענטש איז מער אויסגעשטעלט מחמת טבעו צו ליידן פון ענגזייעטי. אבער סתם אזוי וואלט ער נישט געווען אזוי אנגעצויגן, און נאר ווייל ער לעבט אין א צעמישטע וועלט, אין א וועלט וואו זאכן ווערן נישט מסודר, מאכט עס אים אנגעצויגן.

אויב א מענטש איז נישט אויסגעשטעלט צו ליידן פון ענגזייעטי, קען ער טאקע זיין אנגגעצויגן, אבער נישט אזוי ווייט אז מ'זאל עס וועלן אנרופן אז ער האט א 'ענגזייעטי' דיסארדער.

אינערליכע מצבים ביי א מענטש האלט זיך אין איין טוישן. א מענטש האלט אין איין ווערן טראנספארמירט פון איין אינערליכע מצב צו א צווייטע אינערליכע מצב נאך און נאך און נאך. א מענטש שטייגט. איז דא מענטשן וואס ס'ארבעט ביי זיי שטאטער, און ס'דא מענטשן ביי וועם ס'ארבעט שנעלער. און אזעלכע מענטשן ביי וועם ס'ארבעט שנעלער, קענען דערפאר עקספיריענסן ענגזייעטי. ווייל ענגזייעטי קומט ווען א מענטש ווייסט נישט וואס צו ערווארטן.

שטעל דיך פאר איינער זאגט דיך אז אויב דו גייסט אריין גיין אין א געוויסע פלאץ, גייסטו ווערן א אנדערע סארט מענטש. דו גייסט אינעווייניג אין דיר פילן גאנץ אנדערש ווי יעצט. אבער ער זאגט דיך נישט וועלכע סארט מענטש דו גייסט ווערן. סאו, דו ווייסט אז דו גייסט ווערן א אנדערע סארט מענטש, אבער דו האסט נישט דאס קלענסטע מושג וועלכע סארט מענטש. וואס וואלסטו געפילט ווען דו קומסט דארט אריין? אזא סארט געפיל וואס רופט זיך 'ענגזייעטי'.

ADHD קען אויך טראנספארמירן א מענטש. ווייל א חלק פארוואס ADHD געשעט קומט ווייל דער מענטש זוכט התחדשות. ער זוכט א נייע געדאנק. און התחדשות קען אויך טוישן דעם אינערליכן מצב פון א מענטש. נאר נישט אייביג וועט דער מענטש זיין אזוי שטארק אנגעצויגן דערוועגן, אז מ'זאל קענען זאגן אז ער ליידט פון ענגזייעטי.

יעדע מענטש זוכט התחדשות, אבער די חילוק צווישן די וואס האבן ADHD, און די וואס האבן עס נישט איז, אז די וואס האבן נישט ADHD, קענען זיך האלטן אין קאנטראל. דער וואס האט ADHD האט נישט אין זיך די כוח (אדער גענוג כוח) זיך צו האלטן צום זאך.

והשם הטוב עוזר ויעזור
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”