עניני העברת הסדרה שמו"ת

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

הרים סביב
שר חמש מאות
תגובות: 852
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 5:14 pm

Re: מעביר סדרה זיין בהלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרים סביב »

אמר"ש אויף מעביר סדרה זיין בהלכה.

מיר שטערט שוין א לאנגע צייט דאס וואס עס ווערט געמארקעט "וויל איר מעביר סדרה זיין? לערנט אייך אויס טראפן!"

להלכה דארף מען נישטמעביר סדרה זיין מיט קיין טראפן. די משנה ברורה ברענגט פון פרי מגדים אז עס איז נישט מעכב. ממילא איז א עוולה און א חוצפה צו זאגן פאר יודען וואס זענען מדקדק יעדער וואך צו זאגן שנים מקרא אז זיי זענען נישט מעביר סדרה, ווייל עס איז אן קיין טראפ.

איר ווילט מאכן פרנסה? געזונטערהייט! אבער פאדריי נישט קיין קאפ אז 'יעדער קען שוין היינט מעביר סדרה זיין'. מעביר סדרה זיין האט מען אלמעאל געקענט. איר וויל אויסלערנען מ'זאל מהדר זיין צו זאגן טראפ אויך. פיין. אבער די שפאך אז נאר מיט טראפ הייסט מעביר סדרה געווען איז פארפירעריש און אומריכטיג.
אוועטאר
איש ציון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3643
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע:רפיח, ארץ ישראל

Re: מעביר סדרה זיין בהלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2024 8:22 am
פאריגע וואך @האבן @עטליכע @חשוב'ע @מעמבער'ס @דא דיסקוסירט בנוגע די אופן פון מעביר סדרה זיין.

קוקנדיג אין הלכה טרעף איך נישט קיינער וואס זאגט אז מ'זאל מעביר סדרה זיין שנים מקרא ואחד תרגום.

דער משנ"ב און שועה"ר זאגן אז ס'ענדערשער רש"י ווי תרגום, נאר דער משנ"ב ענדיגט צו אז למעשה זאל מען טון ווי דער בית יוסף וואס זאגט אז הגם רש"י איז ענדערשער, דאך זאל מען אויך זאגן תרגום כיון שניתן מסיני. אבער ער רעדט נישט פון תרגום אליין. און אפי' דער ב"י אליין, פסקענט אין שו"ע אז מעביר סדרה זיין מיט רש"י איז גוט להלכה, ויר"ש יוצא ידי שניהם.

א"כ פארשטיי איך נישט די ווארעמקייט צו מעביר סדרה זיין תרגום איידער מ'לערנט רש"י.
דאכט זיך אז אין כמה קהילות בישראל איז טאקע אזוי איינגעפירט, אז מעביר סדרה זיין מיינט חומש מיט רש"י.
זוכט איר א מגיה פאר אייער ספר/גליון וכדומה, דאן קומט אריין אין אישי.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 18071
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: עניני העברת הסדרה שמו"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

סתם אזוי דארף מען צו וויסן אז די וואס זענען יא משנה און זענען מעביר סדרה נאר מיט רש"י אנע תרגום, איז די פסוקים וואס האבן נישט קיין רש"י דארף מען זאגן א דריטע מאל (משנ"ב סי' רפ"ה סק"ו).
חוח בין השושנים האט געשריבן:
עס איז איבערמארגן אין אמעריקע
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”