ווערט א עושר גרינג אויפן סטאק מארקעט!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

שעה
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 31, 2023 8:46 pm

ווערט א עושר גרינג אויפן סטאק מארקעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעה »

טייערע אינגערלייט,

אויב האט איר געוואונען די לאטערי, איר זענט סתם אזוי א מיליאנער אדער איר האט א גרויסע ירושה וכו וכו, נישט צו אייך זענען מיינע ווערטער געוואנדן. קודם א סטאטיסטיק, סטאטיסטיש גערעדט ווערן רוב ריסקי סטאקס געקויפט דורך יונגערלייט צווישן 1 און דריי יאר נאך די חתונה, מיט די געלט וואס זייער ווייב האט אפגעשפארט אלץ מיידל...

אנא אחי אל תרעו, אויב זענט איר נישט געגאנגען צו א לעגיטימע טרעינינג, אדער גערעדט צו א לעגיטימע לייסענסד פיינענשל אדווייסער, זענט איר גאנץ זיכער מניח מעותיו על קרן הצבי. ביטע האט רחמנות נעמט נישט אייער שווער פארדינטע געלט וואס איר האט געהארעוועט מיט בלוט און שווייס, און גייט עס פאר א צווייטן. ביטע נעמט נישט אייער ווייב'ס שווער פארדינטע געלט וואס זי האט זארגפעלטיג אוועקגעלייגט א דאלער נאך א דאלער און ווארפטעס און ים. ביטע מאכט נישט חרוב אייער פינאנציעלע עתיד. (און טיילמאל שלום בית ווען די ווייב געפינט אויס).

אין חכם כבעל הנסיון. איך האב אויך געדרייט מיט סטאקס, אינוועסטירט אלפי אלפים, אפילו א שטיק צייט געמאכט אסאאאך געלט (נאר אויפן פאפיר שטייטצעך) הצד השוה איז מען דערלייגט.  ביודעי ובמכירי קאמינא, אסאך וואס האבן ליידער דערלייגט שווער פארדינטע געלט. ועוד, אפילו מען מאכט יא געלט (רחוק מן המציאות וויבאלד און די לאנג ראן דערלייגט מען תמיד, וויבאלד אז עס געלונגט, פרובירט מען נאכאמאל. און צו האבן מזל צוויי מאל איז שוין נישט שכיח) איז עס כמעט קיינמאל נישט ווערט די פיזור הנפש וואס די געמבלעריי איז גורם.

שטייט ווייט פון דעם און שלאפט רואיג!

נ.ב. דער חכם וואס ווייסט וועלכע סטאק גייט "ארויפשיסן" פארוואס קויפט ער עס נישט אליין? וואס ברויך ער דיין נארישע $25 פארן דיר אויסזאגן די סוד??? די זעלבע סיבה פארוואס דער ניגעריער פרינץ דארף א $500 קוויקפעי צו ריליעסן דיין פופציג מיליאן דאלאר ירושה. (און פארוואס דיין דאזשקוין מיליאנער חבר זעצט אן קרעדיט קארטלעך).
אוועטאר
עף בי איי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 27, 2009 8:48 pm

Re: ווערט א עושר גרינג אויפן סטאק מארקעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עף בי איי »

ופשוט הוא... אז מ'ווייסט נישט וואס פליעט טאר מען נישט קויפן.

אבער אויב לייגט מען אריין אינעם S&P דארף מען נישט מורא האבן אז די שלום בית וועט צופאלן.
אלטגעזעסענע מאנסיער
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:25 pm

תגובה דורך אלטגעזעסענע מאנסיער »

וויפיל מ'רעדט פון דעם איז עס נאך אלץ נישט גענוג.
אוועטאר
ברוכ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2024 5:37 pm

תגובה דורך ברוכ'ל »

#ענינא דיומא אלערט
המעוררים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 04, 2024 12:25 pm

תגובה דורך המעוררים »

דו רעדסט אויך פון אפשען סטאקס?
המעוררים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 04, 2024 12:25 pm

Re: ווערט א עושר גרינג אויפן סטאק מארקעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המעוררים »

ברוכ'ל האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 3:26 pm
#ענינא דיומא אלערט
וואס איז יעצט ענינא דיומא דערמיט?
אלטגעזעסענע מאנסיער
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:25 pm

Re: ווערט א עושר גרינג אויפן סטאק מארקעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטגעזעסענע מאנסיער »

עף בי איי האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 3:25 pm
ופשוט הוא... אז מ'ווייסט נישט וואס פליעט טאר מען נישט קויפן.

אבער אויב לייגט מען אריין אינעם S&P דארף מען נישט מורא האבן אז די שלום בית וועט צופאלן.
viewtopic.php?t=67557
אוועטאר
ברוכ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2024 5:37 pm

Re: ווערט א עושר גרינג אויפן סטאק מארקעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוכ'ל »

המעוררים האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 3:27 pm
ברוכ'ל האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 3:26 pm
#ענינא דיומא אלערט
וואס איז יעצט ענינא דיומא דערמיט?
02D5D1DB-147D-437A-95DD-9B5DE62C42A7.jpg
02D5D1DB-147D-437A-95DD-9B5DE62C42A7.jpg (309.99 KiB) געזען 901 מאל
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3286
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

Re: ווערט א עושר גרינג אויפן סטאק מארקעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור »

המעוררים האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 3:27 pm
ברוכ'ל האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 3:26 pm
#ענינא דיומא אלערט
וואס איז יעצט ענינא דיומא דערמיט?
סטאקס פאלט שטארק לעצטע פאר טעג
אוועטאר
עף בי איי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 27, 2009 8:48 pm

Re: ווערט א עושר גרינג אויפן סטאק מארקעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עף בי איי »

אלטגעזעסענע מאנסיער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 3:26 pm
וויפיל מ'רעדט פון דעם איז עס נאך אלץ נישט גענוג.
פון די אנדערע זייט מעג מען יא וויסן אז מ'קען מאכן דארט שיין פרנסה ספעשעלי אין די לאנג ראן, ס'איז נישט נאר א אנזעץ לאך.

פאר מער ליינטס אדורך דעם אינפארמאטיווי אשכול:
viewtopic.php?t=51367
אלטגעזעסענע מאנסיער
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:25 pm

Re: ווערט א עושר גרינג אויפן סטאק מארקעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטגעזעסענע מאנסיער »

עף בי איי האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 3:32 pm
אלטגעזעסענע מאנסיער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 3:26 pm
וויפיל מ'רעדט פון דעם איז עס נאך אלץ נישט גענוג.
פון די אנדערע זייט מעג מען יא וויסן אז מ'קען מאכן דארט שיין פרנסה ספעשעלי אין די לאנג ראן, ס'איז נישט נאר א אנזעץ לאך.

פאר מער ליינטס אדורך דעם אינפארמאטיווי אשכול:
viewtopic.php?t=51367
אלטגעזעסענע מאנסיער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 3:28 pm
עף בי איי האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 3:25 pm
ופשוט הוא... אז מ'ווייסט נישט וואס פליעט טאר מען נישט קויפן.

אבער אויב לייגט מען אריין אינעם S&P דארף מען נישט מורא האבן אז די שלום בית וועט צופאלן.
viewtopic.php?t=67557
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1432
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

Re: ווערט א עושר גרינג אויפן סטאק מארקעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

די כלל אין ביזנעס איז, קויף ביליג און פארקויף פאר טייער. די זעלבע כלל איז אויך אין די סטאק מארקעט. אויב האט מען די כלל פאר די אויגן וועט מען בעזהשי״ת מצליח זיין.

אסאך מאל מאכט זיך אז ווען מען קויפט און עס גייט אראפ ווערט מען פארלוירן און מען פארקויפט מיט א לאסס, דאס איז די ערגסטע זאך. אדרבה, אויב גייט עס אראפ מיט עטליעסט 5% קויף נאך. פארשטייט זיך אז ווען מען הייבט אן מיט א ספעסיפישע סטאק, לייג נישט אריין דארט מער ווי אפאר הינדערט דאללאר, אזוי אז אויב גייט עס אראפ, זאלסטו קענען אראפ ריקן דיין עווערידזש קאסט. אויב גייט עס ארויף, טארסטו נישט טראכטן א שאד כ׳האב נישט אריין געלייגט מער. עס זענען אלץ דא נייע אפארטוניטיעס. איינער וואס קען נישט זעהן זיין פארטפאליו אין א מיינעס, זאל שטיין ווייט פון סטאקס.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
אלטגעזעסענע מאנסיער
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:25 pm

Re: ווערט א עושר גרינג אויפן סטאק מארקעט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטגעזעסענע מאנסיער »

א גוטן האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 4:30 pm
די כלל אין ביזנעס איז, קויף ביליג און פארקויף פאר טייער. די זעלבע כלל איז אויך אין די סטאק מארקעט. אויב האט מען די כלל פאר די אויגן וועט מען בעזהשי״ת מצליח זיין.

אסאך מאל מאכט זיך אז ווען מען קויפט און עס גייט אראפ ווערט מען פארלוירן און מען פארקויפט מיט א לאסס, דאס איז די ערגסטע זאך. אדרבה, אויב גייט עס אראפ מיט עטליעסט 5% קויף נאך. פארשטייט זיך אז ווען מען הייבט אן מיט א ספעסיפישע סטאק, לייג נישט אריין דארט מער ווי אפאר הינדערט דאללאר, אזוי אז אויב גייט עס אראפ, זאלסטו קענען אראפ ריקן דיין עווערידזש קאסט. אויב גייט עס ארויף, טארסטו נישט טראכטן א שאד כ׳האב נישט אריין געלייגט מער. עס זענען אלץ דא נייע אפארטוניטיעס. איינער וואס קען נישט זעהן זיין פארטפאליו אין א מיינעס, זאל שטיין ווייט פון סטאקס.
און איינער וואס פארשטייט נישט וואס ער טוט, זאל אנטלויפען פון סטאקס כמטחוי קשת.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”