משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2305
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

נשמה האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 4:51 pm
בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

מחמת חיבה צו די דיבורים, טייפ איך עס אראפ. ר' שרגא נ"י רעדט דאס אין די פינף און דרייסיגסטער שיעור אויף צורכי הנפש.

איך האב געוואלט אביסל ארומרעדן וועגן די מצב אין ארץ ישראל, און די מצב אין די וועלט היינט, די אלע ענגזייעטיס וואס מענטשן האבן, די ענגזייעטיס דארף מען צו וויסן אז ווי מער א מענטש ווייסט אז דאס איז דער אייבערשטער וואס איז דא אין אלעם, און ער פירט אלעס. יעדע מענטש בפרטיות איז אוועקגעלייגט וואס ער דארף האבן.

ס'איז א טיפע סוד.

א יודן דארף וויסן אז די גאנצע עסק וואס טוט זיך היינט אפ, די גאנצע מצב אין ארץ ישראל, סיי יודן אין חוץ לארץ, און סיי אין ארץ ישראל וואס זענען אויך אין גלות, דארף מען וויסן אז דאס איז א טיפער סוד, די סוד פון די גאולה העתידה. (ער מיינט צו זאגן די בירור וואס געשעט דורך דעם)

ס'איז א אינטערעסאנטע זאך. איך האב געזען ברענגען, ס'איז געווען א גרויסע גאון וואס האט דורכגעלעבט די צווייטע מלחמה, א מתנגד געווען גראדע, נישט קיין חסיד, אבער ער איז געווען א גרויסער גאון, דער חזון איש האט זייער געהאלטן פון אים, ר' מאטיל פאגראמאנסי זצ"ל, ער האט געוואוינט אין פראנקרייך נאך די מלחמה, און נאך וואס די מדינה איז אויפגעשטאנען האט מען אים געפרעגט: ס'איז א פלא'דיגע זאך, אזוי ווי די חז"ל רעדן אסאך זאכן וואס עס גייט זיין פאר משיח וועט קומען, דאס וועט זיין, און יענץ וועט זיין, און זיי האבן אין ערגעץ נישט דערמאנט אז ס'גייט זיין א מדינה.

א אינטערעסאנטע זאך. וואס איז דאס?

האט ער געענטפערט א אינטערעסאנטע תירוץ. ער האט געענטפערט "א זאך וואס קומט בנסיון פאר'ן דור, איז מען נישט מודיע פאראויס. ווייל אז מ'וועט מודיע זיין וועט מען דאך זיין צוגעגרייט. מ'איז מודיע נסיונות, אבער נישט בפרטיות. און וויבאלד דאס איז די גרעסטע נסיון פאר משיח וועט קומען, איז ממילא האט מען דאס נישט מודיע געווען. דאס איז א סודות'דיגע זאך.

אין אנדערע ווערטער: דאס איז א חלק פונעם סוד פון ביאת המשיח.

ביאת המשיח איז א גרויסע טיפע סוד, און דאס גאנצע עסק מיט די מדינה, אז ס'האט זיך אויפגעשטעלט א מדינה, איז א טיפער העכערער סוד. א נסיון, א טיפע סודות'דיגער נסיון אויף כלל ישראל. דארף מען זיך אזוי מבטל זיין צו דעם. (לכאורה מיינט ער צו זאגן אז אפילו אויב ס'איז שווער צו חזר'ן די גנות פון די מדינה, און אז מ'טאר נישט האבן שייכות דערמיט, דארף מען וויסן אז אזוי האט השי"ת אנגעשטעלט די בריאה, אז ס'זאל דאס אויך קענען געשען. ווייל עס איז סך גרינגער אוועקצונעמען די נסיון, צי דורך זאגן אז ס'איז אזוי מעג עס זיין, אדער דורך אנדערע וועגן וויאזוי אוועקצונעמען פון די זיך די נסיון)

איך זע נישט אז איינער רעדט פון דעם, און איך ווייס נישט פארוואס. מ'איז כסדר פארנומען אז מ'דארף מתפלל זיין פאר יודישע קינדער זאלן ניצול ווערן, אוודאי אזוי, ס'איז א גרויסע צער פאר כלל ישראל אז יודן אין ארץ ישראל און אין די גאנצע וועלט אויך מיט די אנטיסעמיטיזם, ובפרט אין ארץ ישראל, יודן זענען אונטער אזא סכנה, מ'דארף זען זייער שטארק מתפלל זיין אז זיי זאלן ארויסגיין בהרחבה, סיי בגוף, סיי בנפש, אז ס'זאל נישט שאטן פאר קיין שום יוד. אונז ווייס מיר נישט וויאזוי דאס וועט זיין, לכאורה נאר דורך משיח וועט דאס זיין, ווייל ס'איז נישט דא קיין שום וועג וויאזוי דאס זאל זיך אפשטילן דארט אין ארץ ישראל.

דער אייבערשטער האט נישט צוגעלאזט אז די מדינה זאל בלייבן אזוי. "אה, ס'איז א מדינה, אונז זעמיר רואיג, אונז האב מיר שוין" , ס'איז נישטא אזא זאך. דער אייבערשטער האט ארומגענומען די מדינה מיט שונאים פון אלע זייטן, צו ווייזן ניין, עטץ קענטס נישט מאכן אליין די גאולה, נישטא אזא זאך.

וואס עטץ וועטס טון וועט זיך נישט האלטן, און דאס איז דער אמת. און עס וועט זיך נישט האלטן.

אבער וויאזוי דאס וועט נתבטל ווערן, דארף זיך דער אייבערשטער מרחם זיין, דאס זאל קומען דורך משיח צדקינו. אונז זאג מיר: ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים', 'ולירושלים עירך ברחמים תשוב', וואס איז דאס 'ברחמים' ? וואס איז נישט גוט אז מ'זאגט 'ולירושלים עירך תשוב'? נאר 'ברחמים' דייקא. ווייל זעט אויס אז ס'וועט זיין א גרויסע דין ווען משיח וועט קומען, און דער אייבערשטער וועט צוריקגיין צו ירושלים, איז וועט ס'וועט זיין ותחזינה עינינו 'בשובך לציון', וועט זיין א פראגע, צי ס'זאל זיין ברחמים, צי ח"ו... דער אייבערשטער זאל אפהיטן אלע יודן. און דאס דארף מען מתפלל זיין, אז ס'זאל זיין ברחמים.

און ברחמים וועט דאס נאר זיין דורך משיח צדקינו.

איך וויל דא צולייגן א נקודה.

אוודאי דארף מען מתפלל זיין.

אבער מ'דארף אביסל מתבונן זיין. יעדע צרה וואס קומט אויף כלל ישראל, איז מען מתפלל אויף די צרה. אבער יעדע צרה האט דאך א סיבה פאר די צרה. אלעס וואס מיר רעדן דאך ביז היינט איז אז די טבע איז נישט די סיבה פאר'ן זאך וואס דארף געשען. זאכן דארפן געשען, און צו דעם איז דא א טבע. מ'זעט אז די טבע איז א סיבה, אבער ס'איז נישט קיין סיבה.

אונז קוק מיר דאס אן אז אזוי איז די וועלט. די שנאת ישראל, אז די אראבער, זיי זענען די סיבה צום גאנצן פראבלעם. און דער אמת איז אז ניין, ס'איז נישט אמת. על פי תורה איז נישט אזוי. די סיבה פונעם גאנצן פראבלעם איז די מדינה. די מדינה איז וואס איז מעורר קטרוגים. אז ס'איז דא יודן וואס פילן מיט מיט די מדינה. דאס איז א גרויסע נסיון דאס. אפילו יודן וואס זיי זענען נישט ממש איינס להדיא מיט די מדינה. אבער נאך אלץ, מ'האט הנאה, מ'קלאפט זיך "אה, זיי זענען שטארק, א מדינת ישראל מיליטער..." און דאס - ר' מאטיל האט געזאגט אז ס'איז א נסיון פאר משיח וועט קומען - איז מעיןדי נסיון פונעם עץ הדעת, און פונעם עגל, באלד נאך מתן תורה איז געווען א גרויסע נסיון.

דער זעלבער נסיון איז פאר די גאולה העתידה, א גרויסע נסיון.

און פונקט אזוי ווי משה רבינו איז אראפגעקומען פון הימעל און דן געווען כלל ישראל ביים עגל, דער וואס האט אין הארץ געהאט פאר'ן עגל, יעדער האט געהאט זיין אייגענע דין, אזוי וועט משיח קומען און ער וועט מבטל זיין די מדינה, און ער וועט דן זיין כלל ישראל,

און דאס איז נישט קיין פשוט'ע זאך.

מ'וועט דן זיין כלל ישראל, זייער אסאך, לויט דעם וויאזוי מ'האט געלעבט. בכלל וויאזוי מ'האט געלעבט מיט כוחי ועוצם ידי, אבער די מדינה איז דאך ממש דער סימבאל פון דעם כוחי ועוצם ידי, פון דעם גאנצן פאלשן, א כלליות'דיגע כלל ישראל'דיגע כוחי ועוצם ידי, ס'איז נישט שייך קיין ערגערע זאך ווי מיטצופילן און מיטצוטאנצן מיט דעם. און דאס איז מעורר שטארקע קטרוגים אויף כלל ישראל.

דארף מען וויסן אז דאס איז די סיבה פונעם גאנצן פראבלעם. אז יודן זענען אין א סכנה צוליב דער מדינה. נישט אז די מדינה איז א הצלה. פונקט פארקערט. און במילא אז מענטשן זענען מתפלל נאר אז מ'זאל געראטעוועט ווערן, און מ'איז נישט מתפלל אויף די עצם סיבה, אויפן חטא אליין זאל אוועקגיין. מ'דארף תשובה טון אויפן חטא, מ'דארף נישט הנאה האבן פונעם גאנצן מציאות. אז כאילו ס'איז אזוי שטארק וואס זיי טוען, מ'טאר נישט מיטפילן מיט דעם, מ'טאר זיך נישט מיטפרייען מיט דעם.

מ'דארף אבער מתפלל זיין אויף דעם אז די מדינה זאל בטל ווערן.

די זעלבע צייט ממש וואס מ'איז מתפלל אז יודן זאל געראטעוועט ווערן. דארף מען מתפלל זיין אז די מדינה זאל בטל ווערן. פאר 'ועל הצדיקים', זענען מיר מתפלל 'ולמלשינים', דאס איז דאך דער עיקר. מיר קענען נישט מתפלל אז אלע צדיקים זאלן געראטעוועט ווערן, אויב מ'איז נישט מתפלל קודם אויף ולמלשינים.

און דאס איז דאך די גאנצע סיבה וואס ברענגט אלע צרות אויף כלל ישראל (לא עלינו)

און במילא מיט דעם ווייזט מען - כביכול - פאר'ן אייבערשטען אז מ'איז מכיר וואס די סיבה איז. און דעמאלטס האט מען א רעכט צו מתפלל זיין אז יודן זאל געהאלפן ווערן. מ'דארף מתפלל זיין אז יודן זאלן געהאלפן ווערן. נישטא וואס צו רעדן. און נישט געבן עצות פאר'ן אייבערשטן, וויאזוי, וואס, און ווען. זיכער נאר דורך משיח. מ'זאל נישט געהאלפן ווערן דורך דעם מדינת ישראל מיליטער. קיינמאל נישט

אבער מ'זאל געהאלפן ווערן דורך משיח צדקינו, דער אייבערשטער זאל העלפן בקרוב ממש, אז מיר זאלן דאס זוכה זיין דאס צו זען. אבער מ'דארף מתפלל זיין אויף דעם אז די סיבת הקטרוג, וואס די גאנצע פראבלעם איז דאס, זאל נתבטל ווערן.

און דעמאלטס איז די תפילה אז יודן זאלן געהאלפן א אמת'ע תפילה. און ס'האט א סגולה אז מ'זאל דאס אננעמען למעלה. אז יודן פארשטייען וואס די סיבה איז, און אז מ'איז מתפלל אויף דעם אויך. אז יעדעס מאל מ'איז מתפלל ביי 'ולמלשינים', ביי 'ולמלכות הרשעה', ומלכות זדון, דארף מען מתפלל זיין אויף דער מדינה, ומלכות זדון מהרה תעקר ותשבר ותמגר ותכניעם, אז ס'זאל נישט איבערבליין קיין זכר פון דעם רע. דאס איז די שפיץ רע, מימות העולם איז נאכנישט געווען אזא שפיץ רע, אזא מרידה אינעם אייבערשטן, בפלטין של מלך, און נאך ליידער איז דא ערליכע וואס האבן א חלק אין דעם, און שפילן מיט מיט דעם, און ס'איז דא גרויסע קטרוגים אויף דעם.

ס'איז אלעס בשוגג, קיינער מיינט נישט גארנישט, קיינער וויל נישט ח"ו, אלע ווילן דעם אייבערשטן. ערליכע יודן מיינען דעם אייבערשטן, אבער מ'ווערט אריינגעשלעפט אין דעם נסיון, און דאס איז א גרויסע קטרוג, און מ'דארף אויף דעם מתפלל זיין, פונקט אזוי ווי מ'איז מתפלל אז יודן זאל געראטוועט ווערן.

אסאך זענען מתפלל אז יודן זאלן געראטעוועט ווערן. דארף מען מתפלל זיין אז מ'זאל שוין פטור ווערן פון דעם צרה, פון דעם רע.

און דער אייבערשטער זאל העלפן טאקע אז מיר זאלן שוין בקרוב זוכה זיין צו ביאת משיח צדקינו. וואס זאל משפט'ן די וועלט, און אז ס'זאל אראפקומען א רחמים אויף דער וועלט, און אלע השפעות טובות אויף כלל ישראל, און אז מ'זאל זוכה זיין צו זען בכבוד ה' עליך יראה אויף כלל ישראל, און אויף די גאנצע וועלט במהרה בימינו אמן.
וועלכע חסיד איז עא
אלי שטיינפעלד
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 23, 2022 2:56 pm

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי שטיינפעלד »

שאלה: איז דא א רב צו א רבי וואס איז מאמץ אדער ממלית צו ניצן זיין מהלך (צו איז עס אן הכמה צו איז עס דאס אז זיי שיקען צו איהם)?
פראסקוואש
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 6:33 pm

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראסקוואש »

איינער האט די דריי סעריעס פון שיעורים אין MP3 פארמאט?

איך דארף עס זייער וויכטיג
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 35000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

פראסקוואש האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 1:56 pm
איינער האט די דריי סעריעס פון שיעורים אין MP3 פארמאט?

איך דארף עס זייער וויכטיג
האסט דאך די שיעורים (געברענגט דא אויבן אין א לינק) אין WMA. קענסט עס גרינג טוישן צו MP3 ביי דיר.

זע אין דער דעזעגנירטער אשכול קאנווערטן פון א WMA צו א MP3 .
בילד
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא ). אי"ה צום ווידערזען!

ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

ווי קען מען באקומען אלע שיעורים פון די אלע דריי סעריעס?
חיים טוב
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 4:04 pm
לאקאציע:7 בויבעריק דרייוו

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים טוב »

איך ווינדער זיך אויב אין וויאזוי שרגא פליישמאן קען העלפן א מענטש, ווייל מען זאגט אז ער איז א 5
( עניגרעם), אין 5ערס 'טראכטן' (אזוי זאגט מען) זיי פילן נישט אדער כמעט נישט,
איך למשל אויב פיל איך ווען איך רעד צי איינעם אז ער פארשטייט נישט אין פילט נישט וואס איך פיל, קען איך נישט אננעמען וואס ער זאגט,

אסאך מאל אויך קען מען זען ווי מען זאגט צי א מענטש, וואס וויל זיך באמת העלפן
וואס עקשן'סטיך ? אינז ווילן דיר העלפן, אדער זאגט מען אים די ביסט גערעכט די ביסט גערעכט, אבער עס וועט דיר גארנישט העלפן, ווילאנג די וועסט זיך נישט ציהערן צי מיר אין איך טראכט אז די סיבה איז ווייל דער מענטש, פילט נישט ווי מען פארשטייט אים טאקע, מען זאגט אז מען פארשטייט אים אבער עכט פארשטייט מען נישט וויאזוי ער פילט, אין ער פילט טאקע אז מען פארשטייט אים נישט, א מענטש קען פילן צי איינער פארשטייט אים .

קען איינער וואס קען אים/שוין געווען ביי אים אריינקימען ?
אוועטאר
יחיד מומחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 29, 2021 4:31 pm

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחיד מומחה »

אויף די שיעורים דערמאנט ר' שרגא איבער א חיבור וועלכע ער האט ארויסגעגעבן - ווייסט איינער וויאזוי דאס הייסט? און אויב עס איז דא צו באקומען ערגעץ וואו?

יישר כח!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7236
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

חיים טוב האט געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2024 9:22 pm
איך ווינדער זיך אויב אין וויאזוי שרגא פליישמאן קען העלפן א מענטש, ווייל מען זאגט אז ער איז א 5
( עניגרעם), אין 5ערס 'טראכטן' (אזוי זאגט מען) זיי פילן נישט אדער כמעט נישט,
איך למשל אויב פיל איך ווען איך רעד צי איינעם אז ער פארשטייט נישט אין פילט נישט וואס איך פיל, קען איך נישט אננעמען וואס ער זאגט,

אסאך מאל אויך קען מען זען ווי מען זאגט צי א מענטש, וואס וויל זיך באמת העלפן
וואס עקשן'סטיך ? אינז ווילן דיר העלפן, אדער זאגט מען אים די ביסט גערעכט די ביסט גערעכט, אבער עס וועט דיר גארנישט העלפן, ווילאנג די וועסט זיך נישט ציהערן צי מיר אין איך טראכט אז די סיבה איז ווייל דער מענטש, פילט נישט ווי מען פארשטייט אים טאקע, מען זאגט אז מען פארשטייט אים אבער עכט פארשטייט מען נישט וויאזוי ער פילט, אין ער פילט טאקע אז מען פארשטייט אים נישט, א מענטש קען פילן צי איינער פארשטייט אים .

קען איינער וואס קען אים/שוין געווען ביי אים אריינקימען ?
ב"ה

מיר ליגט אין קאפ אז ס'איז אויך דא מענטשן וואס ווילן פילן אז מ'פארשטייט זיי נישט. אונטערנבאוואוסטזיין זוכן זיי אויף זיך צו געפינען אין אזא אינערליכער עולם וואס זיי פילן אז דארט וועט זיי קיינער נישט פארשטיין. ווייל אזוי פילן זיי מער אז זיי זענען זיך אליין.

איך בין געווען ביי ר' שרגא נ"י איינמאל צוליב א ענין. איך קלער אז מ'פילט טאקע אז ער איז שארף געשניטענע לאגיק. אבער מ'פילט אויך נישט אז ער פארשטייט מיך נישט. ווייל א פינעווער 'פארשטייט', ער וויל נישט 'פילן', אבער ער 'פארשטייט'. און מ'קען יא פילן אז ער פארשטייט.

זיין מהלך דויערט צייט צו טון, ווייל ס'האט זייער אסאך קליינע סקרוס. און מ'דארף עס אסאך הערן, ווילאנג מ'פלאנצט עס איין אין זיך. אויבאויף קוקט עס אויס ווי "געב אויף יכולת" און אלעס ווערט אויסגעהיילט. אבער ס'איז א ברייטע און טיפע מהלך מיט אסאך חלקים וואס יעדע חלק דארף מען טון כדי ס'זאל ארבעטן.

אבער דאס וואס דו זאגסט אז ס'איז דיך שווער אנצונעמען פון איינעם אויף וועם דו פילסט אז ער פארשטייט דיך נישט, איך פארשטיי וואס דו זאגסט, איך מיין אז איך בין אויך אזוי.

והשם הטוב עוזר ויעזור.
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

יחיד מומחה האט געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2024 10:08 pm
אויף די שיעורים דערמאנט ר' שרגא איבער א חיבור וועלכע ער האט ארויסגעגעבן - ווייסט איינער וויאזוי דאס הייסט? און אויב עס איז דא צו באקומען ערגעץ וואו?
יישר כח!

לימודים לדעת.
עס איז פון א שיינע פאר יאר צוריק, זייט דעמאלטס איז אים שוין צוגעקומען גאר אסאך געדאנקען און קלארקייטןץ
עונג החיים
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 12:57 pm

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עונג החיים »

פרייליכע נייעס!

און די יעצטיגע טעג האט ר' שרגא שליט"א אנגעהויבן א נייע סעריא שיעורים "רצון הנפש"

פאלגענד איז די לינק צו די ניע סעריא, דערוייל איז שוין ארויפגעלייגט געווארען איין שיעור, און וועט בעזרת השם ווערן אפדעיטעד.

ר' שרגא פליישמאן "רצון הנפש"

ומכאן הקריאה יוצאת - האט איר הנאה געהאט פון א שיעור? לאזט הערן אייערע הערות, געדאנקען, דא און דעם אשכול, אסאך אידן קענען נהנה זיין און נתעורר ווערן.
Letshelpothers האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 8:26 pm
שלות הנפש איז נישט קיין דעיסטינעשין עס איז דא יעצט.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7236
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

אין די פערטע סעריע, רצון הנפש, אין די פיפטע שיעור, 25 מינוט אריין אינעם שיעור, רעדט ר' שרגא נ"י פון די שיטה וואס קומט פון די אלגעמיינע וועלט אז א מענטש קען זיך קריעטן וואס ער וויל, ווען ער איז זיך מדבק צום אייבערשטן, און ער טראכט דערפון גענוג שטארק. אז ס'וועט געשען וואס ער טראכט און וויל.

ר' שרגא נ"י טענה'ט אז ס'איז נישט די וועג צו גיין. אז דאס איז נישט די יודישע וועג.

אין ספר שערי קדושה פון ר' חיים וויטאל זצ"ל ערקלערט ער בערך אין דעם נושא. ס'קוקט מיר אויס אז ער זאגט דארט אז תפילה האט מיט די מחשבה וואס דער מענטש טראכט. אז דורכדעם וואס איז מדבק די מחשבה צום אייבערשטן, און מ'טראכט אז איך וויל וואס דער אייבערשטער וויל, און מ'טראכט אויך אז דער אייבערשטער וויל וואס איך וויל, דורך דעם קומט אראפ די השפעה וויאזוי דער מענטש טראכט. און עס ווערט ערפילט. עפעס אזוי.

אבער לכאורה כאפט א חילוק צווישן דאס וואס ר' חיים וויטאל שרייבט, און דאס וואס די אלגעמיינע וועלט פארקויפט.

ווייל אויב מ'קוקט אריין אין תהלים זעט מען קלאר אז די וועג וויאזוי דוד המלך בעט דעם אייבערשטן איז נישט געווען דאס וואס זיי פארקויפן. ווען מ'טוט וואס זיי שלאגן פאר האט עס נישט אין זיך די הכנעה צום אייבערשטן. צו וועלן וואס ער וויל.

אמת טאקע אז אין תהלים טראכט מען אויך פון די זאך וואס מ'וויל, אז איך וויל וואס דער אייבערשטער וויל, און דער אייבערשטער וויל דאך וואס איך וויל און בעט. כמובא בשערי קדושה הנ"ל אז תפילה האט מיט די מחשבה. אבער וואס זיי זאגן האט נישט אין זיך די אמת'ע הכנעה אז דער אייבערשטער זאל מיר עס געבן. ס'איז מער "איך מאך אפ, און דו גייסט מיר העלפן" אבער ביי אונז איז עס מער "איך וויל וואס דו ווילסט, און דו ווילסט דאך וואס איך וויל"

ווען משה רבינו האט געבעטן רפואה פאר מרים הנבואה, האט ער דאך געקענט זאגן פאר מרים אז זי זאל מעדיטעטן און טראכטן שטארק אז זי ווערט אויסגעהיילט. אבער ער האט געבעטן דעם אייבערשטן.

עכ"פ, ביי זיי איז עס מער "איך וויל אזוי און אזוי", און ס'האט נישט צופיל מיט הכנעה צום רצון השם. מיט הכנעה אז ער איז דער וואס טוט עס.

תפילה לעני כי יעטוף ולפני ה' ישפוך שיחו. פארוואס דארף מען אויסגיסן דאס הארץ פאר'ן אייבערשטן, מ'קען דאך סתם שטארק מעדיטעטן און שטארק טראכטן פון וואס מ'וויל? אפילו די קאפיטל פון אשכילה בדרך תמים מתי תבוא אלי, איז אויך נישט וואס זיי זאגן. ווייל לויט זיי וואלט דוד המלך געדארפט זאגן "אשכילה בדרך תמים שתבוא אלי", איך טראכט פון די דרך תמים, כדי מיין טראכטן זאל מאכן אז איך זאל גיין בדרך תמים. אבער ער זאגט נישט אזוי. ער דרוקט סתם אויס זיין האפענונג

אדרבה, מ'קען דורכגיין קאפיטל נאך קאפיטל, און זיך איבערצייגן זייער קלאר אז די וועג וויאזוי תפילה ארבעט ביי אונז, איז נישט די וועג וויאזוי זיי פארקויפן עס. מ'קען זיך עס אליין איבערצייגן.

די יודישע וועג איז צו בעטן ביים אייבערשטן און זאגן "רבש"ע איך בעט דיך זייער שטארק, דו ביסט דאך אזא גוטע באשעפער, דו היילסט אויס קראנקע, דו העלפסט ארימע, איך בעט דיך העלף מיך" אוודאי האט מען שטארק געטראכט אז מ'וויל השי"ת זאל העלפן. אבער די גאנצע צוגאנג איז נישט די זעלבע בכלל.

אז מ'קוקט גוט אריין אין תהלים זעט מען וויאזוי ר' שרגא איז גערעכט מיט וואס ער זאגט.

והשם הטוב עוזר ויעזור שלא יצא שום מכשול מתחת ידינו.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”