היסטאריע פון ירושלים - חלק גימל

אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

היסטאריע פון ירושלים - חלק גימל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

חלק גימל

(פאר חלק אלף און בית viewtopic.php?p=5295963#p5295963 )

א וויכטיגע און אינטעגרואלע חלק פון די אלט-שטאט - איז די "שכונת המוגרבים", וואס האט זיך געפינען צווישן די רובע היהודי און די כותל המערבי, און האט געווען די גורם צו פילע פרטים/מעשיות וכו' וואס האבן פאסירט אין די רובע היהודי און די כותל המערבי במשך השנים.

די געגנט האט זיך געגרעניצט מיט די (אלטע) רחבת הכותל פון מזרח, און די רובע היהודי פון מערב זייט.

די געגנט איז אויפגעבויעט געווארן דורך צלאח-א-דין (וואס האט נאך א הויפט גאס אין מזרח-ירושלים נקרא על שמו, עד היום הזה), די סולטאן פון די מוגרבי'שע אימפעריע, אן אראבישן מלוכה וואס האט זיך געפינען אין די לענדער פון 'צפון אפריקע' (מצרים-ליביע-טוניזיע-מרוקו), ער האט עס געבויעט נאכן כובש זיין ירושלים, אלץ א פלאץ וואו די מוסלמענער עולי רגל פון יענע מדינות זאלן וואוינען.

די געגענט איז געווען גאר א אלטן און צושטופטן - זייענדיג געבויט אזויפיל יארן צוריק - און איז אויטאמאטיש פארוואנדלט געווארן אין א נידריגע ווילדע געגנט, ווי צוהיצטע ארימע איסלאמיסטן האבן געוואוינט.

אלע יארן ווען די אידן האבן אדורך די געגענט אויפן וועג צום כותל המערבי, האבן זיי זיך אנגעליטן צרות און רדיפות פון די ארטיגע איינוואוינער, אויך פלעגן ארויסגיסן זייער שמוציגע וואסער און... אריין אינעם רחבת הכותל, וואס האט מונע געווען אידן פון דאווענען דארט ביישוב הדעת.
י"א אז די לעגענדע פון די באדעקטע כותל מיט מיסט... איז געשען (אויב ס'איז בכלל געשען...) דורך זיי...

ווי באוואוסט איז די רחבת הכותל ביז תש"ח געווען גאר גאר א שמאלע פלאץ, קוים לאזנדיג פלאץ פאר די מתפללים צו דאווענען בהרחבה, און ווער רעדט נאך פון געהעריג צוטיילען צווישן מענער און פרויען מיט א מחיצה, אדער ברענגען א ארון קודש, ספרי קודש, טישן, סטענדערס וכו' וכו'.
דאס אלעס איז געווען צוליב וואס די מוגרבים האבן געוואוינט ממש כמעט ביזן כותל.

א אלטע חלום האבן די ירושלים'ע אידן געהאט: צו אויסקויפן די געגנט און פלאך מאכן, און פילפאכיג פארגרעסערן און פארשענערן די רחבת הכותל (א שטייגער ווי בזמן הזה).

אין יאר תרמ"ה, האט באראן ראטשילד געווען טיף אינמיטן א משא ומתן מיט די הויפטן פונעם געגנט, איבער אפקויפן די גאנצע געגנט און עס פארוואנדלען אין א הערליכע מקום תפילה פאר כלל ישראל... און צושטעלן אלטערנאטיווע וואוינערטערפאר די אראבישע איינוואוינער.
אבער די לעצטע מינוט האט דער מוסלמענער מופטי צוריקגעצויגען פונעם פלאן, צוליב פאליטישע און רעליגיעזע פרעשור.

תשעה באב שנת תרפ"ט איז געווען די טרויעריג בארימטע מארש צום כותל דורך פרייע יונגען און מוידן (בית"ר), און ביים מארש האט הראי"ה אויסגערופן (די באוואוסטע קאנטערווערסיאלע כרוז) "הכותל כותלינו" און גערופן אז מען זאל ציווארפען דעם געגנט, און איבערגעבן פאר כלל ישראל, וואס האט אויסגערופן בייז בלוט ביים אראבישן און מוסלמענעם באפעלקערונג...
און האט (זיכער א חלק) גורם געווען אין די שוידערליכע פרעות תרפ"ט, וואס האבן פאסירט יענעם חודש אב, אין חברון צפת ועוד, דורך צעיוזשעטע בלוט- און-נקמה-דארשטיגע אראבישע אינגען... וואס האבן גערויבט פארשוועכט און געפלינדערט אידישע נפשות אין רכושים, הי"ד.

אין די שפעטערדיגע יארן - נענטער צום ייסוד המדינה - ווען די קאנפליקט האט שוין געפלאקערט אין יעדע זייט צווישן די הגנה-אצל-לחי און די אראבישע באנדעס, האט די מעגליכקייט אנצוקומען צום כותל - דורך די 'שכונת המוגרבים' זיך גאר שטארק פארשמעלערט... און כמעט וואס אידן האבן נישט זוכה געווען צוציקומען צום הייליגן וואנט שלא זזה שכינה...

במשך די מלחמה תש"ח אין די אלטשטאט, אזוי אויך די קומענדיגע 19 יאר וואס די אלטשטאט איז געווען אונטער די ירדן'ער לעגיאנערן, האט די שכונה אינגאנצען פאר'חורבה'ט געווארן, און איז אפגזיצען אלץ פוסטע חורבות.

בשנת תשכ"ז, ווען די ישראל'ישע מיליטער האט איינגענומען די מערב ברעג, ובתוכם די עיר העתיקה, האטדי דעמאלטדיגע ראש העיר 'טדי קולק' ארויסגעגעבן א באפעל צו ציווארפן פלאך מאכן און מפנה זיין די אלע חורבות, כדי אויפצושטעלן די ריזיגע "רחבת הכותל" וואס געפינט זיך היינט למרגלות הכותל המערבי, מיט עקסטערע פלעצער פאר מענער און פרויען וכו', מיט ריזיגע בולדאוזערס האבן פארפלאכט און אויסגעריסן די חורבות.

אזוי שנעל ווי יום טוב שבועות תשכ"ז, (נאך פאר די נשא תורה...) ווען צענדליגע טויזנטע אידן האבן געשטראמט צום כותל האבן זיי זיך אנגעטראפן אין די הערליכע ברייטע רחבת הכותל וואס אונז קענען מיר כהיום הזה.
מאכט איר חתונה? זוכט איר סטעמפס? גוטע פרייזן!
רופט/טעקסט 9176183475 • אימעילט [email protected]

א פארמאכן בריוו, צו אייוועלט.קאם
אוועטאר
געגאנגען
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4225
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm
לאקאציע:איך קום שוין...

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק גימל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

זייער שיין!
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4512
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק גימל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

זייער אינפארמאטיוו!!
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק גימל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

פארגעסן צו שרייבן אז די געגנט איז געבויעט געווארן אינעם 12'טן יאר הונדערט
מאכט איר חתונה? זוכט איר סטעמפס? גוטע פרייזן!
רופט/טעקסט 9176183475 • אימעילט [email protected]

א פארמאכן בריוו, צו אייוועלט.קאם
אוועטאר
מילדי העברים
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:26 am

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק גימל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילדי העברים »

די פד"ף דארף מען איבער ארבייטן נאך אלע קאמענטארן פון גאנץ אייוועלט
ותחמול עליו ותאמר ''מילדי העברים'' זה
אזוי גאר! האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 10:37 am

די תגובה האט אויסגעקוקט ווי ביידן אין די ווייסע הויז.

איך בעט די אחראי וואס מעקט עס זאל מיר צולייגן עפעס א ווערטעל.
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק גימל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

מילדי העברים האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 8:28 pm

וואס הייסט?

לאמיר גיין ווייטער
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 03, 2022 12:30 pm

תגובה דורך לאמיר גיין ווייטער »

זייער שיין!!!

וואלט געווען אינטערסאנט צו זעהן בילדער

אזוי אויך וואלט געווען אינטערסאנט צו וויסן וויפיל משפחות האבן געוואוינט אין די געגנט?
זיך קיינמאל נישט אפשטעלן

לאמיר גיין ווייטער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 11:27 pm

viewtopic.php?p=5300750#p5300750
דא זעט מען ווי מען מאכט פלאך דעם שטח

viewtopic.php?p=5300451#p5300451
דא זעט מען אביסל פון די חורבות השכונה

וויפיל משפחות גלייב איך שווער אז מען קאן האבן אן אנונג, דען עס איז געווען חורבות און כאטקעס (סלאם)

ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2640
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק גימל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 11:33 pm
לאמיר גיין ווייטער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 11:27 pm
זייער שיין!!!

וואלט געווען אינטערסאנט צו זעהן בילדער

אזוי אויך וואלט געווען אינטערסאנט צו וויסן וויפיל משפחות האבן געוואוינט אין די געגנט?
viewtopic.php?p=5300750#p5300750
דא זעט מען ווי מען מאכט פלאך דעם שטח

viewtopic.php?p=5300451#p5300451
דא זעט מען אביסל פון די חורבות השכונה
הו הא איך האב יעצט געזוכט די בילדער און נישט געקענט טרעפן...

די שכונה איז געשטאנען ממש נאר ווי די רחבת הכותל איז היינט?
לאמיר גיין ווייטער
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 03, 2022 12:30 pm

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק גימל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמיר גיין ווייטער »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 11:33 pm
לאמיר גיין ווייטער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 11:27 pm
זייער שיין!!!

וואלט געווען אינטערסאנט צו זעהן בילדער

אזוי אויך וואלט געווען אינטערסאנט צו וויסן וויפיל משפחות האבן געוואוינט אין די געגנט?
viewtopic.php?p=5300750#p5300750
דא זעט מען ווי מען מאכט פלאך דעם שטח

viewtopic.php?p=5300451#p5300451
דא זעט מען אביסל פון די חורבות השכונה

וויפיל משפחות גלייב איך שווער אז מען קאן האבן אן אנונג, דען עס איז געווען חורבות און כאטקעס (סלאם)
ש'כח
זיך קיינמאל נישט אפשטעלן
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק גימל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

ליבי ובשרי האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 11:37 pm
יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 11:33 pm
לאמיר גיין ווייטער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 11:27 pm
זייער שיין!!!

וואלט געווען אינטערסאנט צו זעהן בילדער

אזוי אויך וואלט געווען אינטערסאנט צו וויסן וויפיל משפחות האבן געוואוינט אין די געגנט?
viewtopic.php?p=5300750#p5300750
דא זעט מען ווי מען מאכט פלאך דעם שטח

viewtopic.php?p=5300451#p5300451
דא זעט מען אביסל פון די חורבות השכונה
הו הא איך האב יעצט געזוכט די בילדער און נישט געקענט טרעפן...

די שכונה איז געשטאנען ממש נאר ווי די רחבת הכותל איז היינט?
מער ווייניגער

פון מזרח איז די כותל
פון מערב די רובע יהודי
פון דרום די חומה
פון צפון די שוק (וואס ציט זיך פון שער יפו)
מאכט איר חתונה? זוכט איר סטעמפס? גוטע פרייזן!
רופט/טעקסט 9176183475 • אימעילט [email protected]

א פארמאכן בריוו, צו אייוועלט.קאם
אוועטאר
מילדי העברים
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:26 am

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק גימל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילדי העברים »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 11:23 pm
מילדי העברים האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 8:28 pm
די פד"ף דארף מען איבער ארבייטן נאך אלע קאמענטארן פון גאנץ אייוועלט
וואס הייסט?
אזוי ווי דער עולם קומט אריין מיט זייערע ידיעות אין פליאות איז ווען מען נעמט עס צוזאמען צום סוף איז א גוטע זאך אביסל איבער שרייבן אין צולייגן די פארפעלטע זאכן
ותחמול עליו ותאמר ''מילדי העברים'' זה
אזוי גאר! האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 10:37 am

די תגובה האט אויסגעקוקט ווי ביידן אין די ווייסע הויז.

איך בעט די אחראי וואס מעקט עס זאל מיר צולייגן עפעס א ווערטעל.
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק גימל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

מילדי העברים האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 7:42 am
יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 11:23 pm
מילדי העברים האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 8:28 pm
די פד"ף דארף מען איבער ארבייטן נאך אלע קאמענטארן פון גאנץ אייוועלט
וואס הייסט?
אזוי ווי דער עולם קומט אריין מיט זייערע ידיעות אין פליאות איז ווען מען נעמט עס צוזאמען צום סוף איז א גוטע זאך אביסל איבער שרייבן אין צולייגן די פארפעלטע זאכן
נו קומט אריין

@בריטיש עירוועיס
@מיללער
@חברונער
@הארזים
@דיך
נאך איינער...
מאכט איר חתונה? זוכט איר סטעמפס? גוטע פרייזן!
רופט/טעקסט 9176183475 • אימעילט [email protected]

א פארמאכן בריוו, צו אייוועלט.קאם
אוועטאר
טעיפ רעקארדער
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק גימל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעיפ רעקארדער »

דאכט זיך מיר אז עס איז נאך דא עפעס שריים פון די געגנד, אויף די רעכטע זייט אינדערויסן פון די היינטיגע רחבת הכותל.

אבער אז מען רעדט שוין די היסטאריע פון ירושלים, איז א שאד נישט אנצוהייבן פון אנהייב, פון די צייטן פון אברהם אבינו מיט יצחק אבינו - די עקידה, פון דארט צו יעקב אבינו - ויפגע במקום, די נישט איין נעמען בימי יהושע, די אפקויף דורך דוד המלך, דערנאך גאנץ תקופת מלכות בית דוד, בוין די נקבת חזקיהו ווען די שטאט איז געוען ארומגעומען, שפעטער די נישט גוטע צייטן וואס עס איז אריבער מלכות בית ישראל האט זיך אפגעטיילט פון מלכות בית דוד, שפעטער גלות בית ראשון, שיבת ציון דורך די עולי בבל, די אויפבוי פון די 2טע בית המקדש, די מעשה פון חנוכה, ווען פאר יארן האבן אידן נישט געקענט צוקומען, דערנאך די נצחונות פון די חשמונאים..
שפעטער די דילס אין די מלחות מיט די רוימער, די רוימישע גאווערנערס, תקופת הורדוס, תקופת אגריפת (החומה השלישית)
די מרידה אין די רוימער, די קנאים אין די בריונים, חורבן בית שני, אפאר יאר דערנאך מרד בר כוכבה, (צוריק אנגעהויבן קרבנות אויף הר הבית פאר א קארצע תקופה)
די רוימישע אויסמעקן יעדע זכר פון די שטאט, (ווען קרינסטנטום האט זיך געגרינדעט) טוישנדיג די נאמען צו Aelia Capitolina, די מוסלמענע פארכאפונג פון די שטאט, אויפבויען זייער טומאה אויפן מקום ווי די קריסטן האבן שוין געבויעט זיירעס אן עקל פארדעם, די ערשטע קרייציגלער, נאך עפעס אראבישע פארכאפונג, רמב״ןס באזוך, צווייטע אין דריטע קרייץ צוג, די אטטעמען קעניגרייך, די טערקן, אין די ענגלענדער,
(ועוד ועוד ועוד, ואי אפשר לפרטם כי רבים הם)

ווי באקאנט האט שוין די שטאט געטוישט הענט איבער 40 מאל אין שוין מיטגעהאלן איבער 50 מלחמות
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק גימל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

טעיפ רעקארדער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 10:42 pm

נו הייב אן...

טעיפ רעקארדער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 10:20 pm
דאכט זיך מיר אז עס איז נאך דא עפעס שריים פון די געגנד, אויף די רעכטע זייט אינדערויסן פון די היינטיגע רחבת הכותל.
יענץ איז פיל עלטער.

אבער די שער וואס עפנט זיך צום הר הבית העכערן עזרת נשים פונעם כותל, איז די איבערבלייבעניש צום געגנט. ויקרא "שער המוגרבים"

ויש סיפור בענין הגשר... ועוד חזון...
מאכט איר חתונה? זוכט איר סטעמפס? גוטע פרייזן!
רופט/טעקסט 9176183475 • אימעילט [email protected]

א פארמאכן בריוו, צו אייוועלט.קאם
אוועטאר
טעיפ רעקארדער
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק גימל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעיפ רעקארדער »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 10:45 pm
טעיפ רעקארדער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 10:42 pm
אבער אז מען רעדט שוין די היסטאריע פון ירושלים, איז א שאד נישט אנצוהייבן פון אנהייב, פון די צייטן פון אברהם אבינו מיט יצחק אבינו - די עקידה, פון דארט צו יעקב אבינו - ויפגע במקום, די נישט איין נעמען בימי יהושע, די אפקויף דורך דוד המלך, דערנאך גאנץ תקופת מלכות בית דוד, בוין די נקבת חזקיהו ווען די שטאט איז געוען ארומגעומען, שפעטער די נישט גוטע צייטן וואס עס איז אריבער מלכות בית ישראל האט זיך אפגעטיילט פון מלכות בית דוד, שפעטער גלות בית ראשון, שיבת ציון דורך די עולי בבל, די אויפבוי פון די 2טע בית המקדש, די מעשה פון חנוכה, ווען פאר יארן האבן אידן נישט געקענט צוקומען, דערנאך די נצחונות פון די חשמונאים..
שפעטער די דילס אין די מלחות מיט די רוימער, די רוימישע גאווערנערס, תקופת הורדוס, תקופת אגריפת (החומה השלישית)
די מרידה אין די רוימער, די קנאים אין די בריונים, חורבן בית שני, אפאר יאר דערנאך מרד בר כוכבה, (צוריק אנגעהויבן קרבנות אויף הר הבית פאר א קארצע תקופה)
די רוימישע אויסמעקן יעדע זכר פון די שטאט, (ווען קרינסטנטום האט זיך געגרינדעט) טוישנדיג די נאמען צו Aelia Capitolina, די מוסלמענע פארכאפונג פון די שטאט, אויפבויען זייער טומאה אויפן מקום ווי די קריסטן האבן שוין געבויעט זיירעס אן עקל פארדעם, די ערשטע קרייציגלער, נאך עפעס אראבישע פארכאפונג, רמב״ןס באזוך, צווייטע אין דריטע קרייץ צוג, די אטטעמען קעניגרייך, די טערקן, אין די ענגלענדער,
(ועוד ועוד ועוד, ואי אפשר לפרטם כי רבים הם)

ווי באקאנט האט שוין די שטאט געטוישט הענט איבער 40 מאל אין שוין מיטגעהאלן איבער 50 מלחמות
נו הייב אן...
בל״נ ווען מען וועט האבן א ביסל\אסאך מער צייט.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 22732
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק גימל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

הערליך! איך ליין מיט דארשט!

א
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 22732
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק גימל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

ליבי ובשרי האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 11:37 pm
יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 11:33 pm
לאמיר גיין ווייטער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 11:27 pm
זייער שיין!!!

וואלט געווען אינטערסאנט צו זעהן בילדער

אזוי אויך וואלט געווען אינטערסאנט צו וויסן וויפיל משפחות האבן געוואוינט אין די געגנט?
viewtopic.php?p=5300750#p5300750
דא זעט מען ווי מען מאכט פלאך דעם שטח

viewtopic.php?p=5300451#p5300451
דא זעט מען אביסל פון די חורבות השכונה
הו הא איך האב יעצט געזוכט די בילדער און נישט געקענט טרעפן...

די שכונה איז געשטאנען ממש נאר ווי די רחבת הכותל איז היינט?
WhatsApp Image 2024-08-09 at 09.23.14_478bc49e.jpg
WhatsApp Image 2024-08-09 at 09.23.14_478bc49e.jpg (148.32 KiB) געזען 155 מאל
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
שרייב תגובה

צוריק צו “היסטאריע”