אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסשפראך (פראונאנסיעישאן)

די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער

אוועטאר
א שטענדיג צעמישטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 8:58 pm

אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסשפראך (פראונאנסיעישאן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטענדיג צעמישטער »

אויסשפראך אין אידיש איז נישט זעלבסט פארשטענדליך

"אויגוסט" זאגט מען וויאזוי?
אָאָגוסט - מיט א קמץ ווי אין מילי אן
אָגוסט - מיט א קמץ ווי אין ה אט
אדער גאר אָוגוסט?
מען דערציילט נישט היסטאריע צו שילדערן דעם עבר, מען טוט דאס אויסצושטעלן די הווה און דער עתיד.
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1831
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסשפראך (פראנאסיעישן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

די קמץ פון "או"גוסט איז ווי די ערשטע משל, מיל"יאן"
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
אוועטאר
שווערמער
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 02, 2023 10:27 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסשפראך (פראנאסיעישן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערמער »

כדאי צו באמערקן אז אסאך י' אין אידיש זאגט מען נישט, נאר מ'פאלאטעליזירט (יא, ס'דא אזא חיה) דעם פריעקדיג אות.

קאליע כוואליע, ליאדע, קליאמקע, כניאק, און נאך אסאך - די י' אין אלע פעלער זענען שטום.
לערן מיר אויס זאכן וואס איך ווייס נישט, איך וועל דיר קענען רופן "מורי ורבי אלופי ומיודעי"
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1623
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

תגובה דורך יחליצך »

שווערמער האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 3:04 pm

נישט אין אלע דיאלעקטן זאגט מען "קאַלע ווערן"...
אז דו ווערסט פארלוירן, שפיר דיך נישט געטראפן...
קרעדיט: @הודונאנאש

יחליצך האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 3:06 pm
שווערמער האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 3:04 pm
כדאי צו באמערקן אז אסאך י' אין אידיש זאגט מען נישט, נאר מ'פאלאטעליזירט (יא, ס'דא אזא חיה) דעם פריעקדיג אות.

קאליע כוואליע, ליאדע, קליאמקע, כניאק, און נאך אסאך - די י' אין אלע פעלער זענען שטום.
נישט אין אלע דיאלעקטן זאגט מען "קאַלע ווערן"...
די א.ג. "דיאלעקטן" וואס זאגן קאליע, מאכן א גרייז - אויב מאך איך נישט קיין גרייז. די אויסלייג איז משפיע אויפ'ן אויסשפראך.
לערן מיר אויס זאכן וואס איך ווייס נישט, איך וועל דיר קענען רופן "מורי ורבי אלופי ומיודעי"
אוועטאר
שווערמער
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 02, 2023 10:27 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסשפראך (פראנאסיעישן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערמער »

שמעון ראלניצקי זאגט וואנ זיניג מיט א לאנגע חיריק, אזוי ווי זין - בנים.

איז ער גערעכט? לכאורה נאכ'ן פארגלייכן מיט זינלאז און אינזינען האבן קומט לכאורה זין מיט א קורצע חיריק.

(איינער האט א השגה וואו מען קען טרעפן געשריבענע מקורות איבער די פוילישע אויסשפראך פון אידיש?)
לערן מיר אויס זאכן וואס איך ווייס נישט, איך וועל דיר קענען רופן "מורי ורבי אלופי ומיודעי"
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1623
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסשפראך (פראנאסיעישן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

שווערמער האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 11:07 pm

און אויב מאכסטו יא א גרייז?
אז דו ווערסט פארלוירן, שפיר דיך נישט געטראפן...
קרעדיט: @הודונאנאש
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1623
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסשפראך (פראנאסיעישן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

שווערמער האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 11:21 pm

ער איז טאקע נישט גערעכט.
אז דו ווערסט פארלוירן, שפיר דיך נישט געטראפן...
קרעדיט: @הודונאנאש
אוועטאר
שווערמער
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 02, 2023 10:27 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסשפראך (פראנאסיעישן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערמער »

יחליצך האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 9:15 pm
שווערמער האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 11:07 pm
די א.ג. "דיאלעקטן" וואס זאגן קאליע, מאכן א גרייז - אויב מאך איך נישט קיין גרייז. די אויסלייג איז משפיע אויפ'ן אויסשפראך.
און אויב מאכסטו יא א גרייז?
ביסטו גערעכט...

איך האב געקענט גענוג עלטערע אידן און אידענעס פון פארשידענע לענדער, אונגארן, גאליציע, ראמעניע, און נאך, ומעודי לא שמעתי "קאליע".

כוואלע האב איך זיך איינמאל געהערט פון אן עלטערע איד, אבער איך געדענק נישט זיין אפשטאם. דאס זעלבע לגבי כנאק.
לערן מיר אויס זאכן וואס איך ווייס נישט, איך וועל דיר קענען רופן "מורי ורבי אלופי ומיודעי"
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5407
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסשפראך (פראנאסיעישן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

שווערמער האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 3:04 pm
כדאי צו באמערקן אז אסאך י' אין אידיש זאגט מען נישט, נאר מ'פאלאטעליזירט (יא, ס'דא אזא חיה) דעם פריעקדיג אות.

קאליע כוואליע, ליאדע, קליאמקע, כניאק, און נאך אסאך - די י' אין אלע פעלער זענען שטום.
ס'איז נישט קיין פּאַלאַטעליזירונג, נאר ס'מאכט ווייך דעם ל'.

אבער קודם דארף איך מסביר זיין וואספארא חיה ס'איז פּאַלאַטעליזירונג. פּאַלאַטע איז דער גומען אין ענגליש, און געוויסע קאָנסאָנאַנטן קען מען ארויסזאגן מיט אן עפעקט פונעם גומען, דאס רופט זיך א פּאַלאַטעליזירטער אות.

יעצט וואס איז א ווייכער ל'? ביי אונז זענען אלע ל' די זעלבע. אבער אין די סלאווישע שפראכן זאגט מען געוויסע ל' שטארק, ווי מ'קען הערן די רוסישע אידן זאגן מילך, בעת אנדערע ל' זענען שוואך. דאס ווערט אנגעצייכנט אין רוסיש/אוקראיניש מיט א J, און אין אידיש האט מען דאס רעפרעזענטירט מיט א י'.

דאס למשל איז די סיבה פארוואס טייל שרייבן פּאָלאַק און אנדערע פּאָליאַק. דאס איז ווייל אין רוסיש שרייבט מען עס אזוי, הגם דער י' דא איז נישט קיין קאנסאנאנט.

אזוי צי אזוי, זאל דאס ווארט האבן געווארן פארדרייט. למעשה זאגן מיר היינט כוואליע און קאליע מיט'ן ארויסזאגן דעם י', און אמעריקאנער חסידים זענען היינט בעל הבית אויף אידיש. ס'זענען דא ערגערע גרייזן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסשפראך (פראנאסיעישן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

שווערמער האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 3:04 pm
כדאי צו באמערקן אז אסאך י' אין אידיש זאגט מען נישט, נאר מ'פאלאטעליזירט (יא, ס'דא אזא חיה) דעם פריעקדיג אות.

קאליע כוואליע, ליאדע, קליאמקע, כניאק, און נאך אסאך - די י' אין אלע פעלער זענען שטום.
כניאקאיז מיר א חידוש. זייער אסאך היינט זאגן עס ארויס כאניאק, גיב א קוק דא אויף אייוועלט וואו ס'איז געשריבן דריי מאל אזויפיל ווי כניאק.
לעצט פארראכטן דורך היסטאריש אום מיטוואך יוני 05, 2024 10:35 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפּגעשריבן.
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסשפראך (פראנאסיעישן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

גרשון האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 7:22 pm
שווערמער האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 3:04 pm
כדאי צו באמערקן אז אסאך י' אין אידיש זאגט מען נישט, נאר מ'פאלאטעליזירט (יא, ס'דא אזא חיה) דעם פריעקדיג אות.

קאליע כוואליע, ליאדע, קליאמקע, כניאק, און נאך אסאך - די י' אין אלע פעלער זענען שטום.
ס'איז נישט קיין פּאַלאַטעליזירונג, נאר ס'מאכט ווייך דעם ל'.

אבער קודם דארף איך מסביר זיין וואספארא חיה ס'איז פּאַלאַטעליזירונג. פּאַלאַטע איז דער גומען אין ענגליש, און געוויסע קאָנסאָנאַנטן קען מען ארויסזאגן מיט אן עפעקט פונעם גומען, דאס רופט זיך א פּאַלאַטעליזירטער אות.

יעצט וואס איז א ווייכער ל'? ביי אונז זענען אלע ל' די זעלבע. אבער אין די סלאווישע שפראכן זאגט מען געוויסע ל' שטארק, ווי מ'קען הערן די רוסישע אידן זאגן מילך, בעת אנדערע ל' זענען שוואך. דאס ווערט אנגעצייכנט אין רוסיש/אוקראיניש מיט א J, און אין אידיש האט מען דאס רעפרעזענטירט מיט א י'.

דאס למשל איז די סיבה פארוואס טייל שרייבן פּאָלאַק און אנדערע פּאָליאַק. דאס איז ווייל אין רוסיש שרייבט מען עס אזוי, הגם דער י' דא איז נישט קיין קאנסאנאנט.

אזוי צי אזוי, זאל דאס ווארט האבן געווארן פארדרייט. למעשה זאגן מיר היינט כוואליע און קאליע מיט'ן ארויסזאגן דעם י', און אמעריקאנער חסידים זענען היינט בעל הבית אויף אידיש. ס'זענען דא ערגערע גרייזן.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפּגעשריבן.
אוועטאר
שווערמער
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 02, 2023 10:27 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסשפראך (פראנאסיעישן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערמער »

גרשון האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 7:22 pm

אזוי צי אזוי, זאל דאס ווארט האבן געווארן פארדרייט. למעשה זאגן מיר היינט כוואליע און קאליע מיט'ן ארויסזאגן דעם י', און אמעריקאנער חסידים זענען היינט בעל הבית אויף אידיש. ס'זענען דא ערגערע גרייזן.
אויף כוואליע דינג איך זיך נישט, אבער לגבי קאליע יא, פארהאן גענוג א גרויסע ציבור וואס זאגן נאכאלץ קאלע.

אויך דאס אז היינט איז נאר דא איין למד איז נישט ריכטיג ביי יעדעם, מען באמערקט עס פשוט נישט (אזוי אסאך אנדערע פאנעטיש מינדערוויטיגקייטן)

און אפשר איז שוין צייט צו האבן "אויסapראך מגיהים" פאר רעדנער און האטליין מויל-מאכער?
לעצט פארראכטן דורך שווערמער אום דאנערשטאג יוני 06, 2024 2:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
לערן מיר אויס זאכן וואס איך ווייס נישט, איך וועל דיר קענען רופן "מורי ורבי אלופי ומיודעי"
אוועטאר
א שטענדיג צעמישטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 8:58 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסשפראך (פראנאסיעישן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטענדיג צעמישטער »

קוואל וואסער האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 3:41 pm
די קמץ פון "או"גוסט איז ווי די ערשטע משל, מיל"יאן"
וואס טוט זיך מיט אויטאנאמיע אויטא אויטאריטעט, אויך מיט דעם סארט קמץ?
מען דערציילט נישט היסטאריע צו שילדערן דעם עבר, מען טוט דאס אויסצושטעלן די הווה און דער עתיד.
אוועטאר
שווערמער
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 02, 2023 10:27 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסשפראך (פראנאסיעישן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערמער »

א שטענדיג צעמישטער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 2:43 pm
קוואל וואסער האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 3:41 pm
די קמץ פון "או"גוסט איז ווי די ערשטע משל, מיל"יאן"
וואס טוט זיך מיט אויטאנאמיע אויטא אויטאריטעט, אויך מיט דעם סארט קמץ?
אויטא איז לכאורה אָוטא, די אנדערע ווייס איך נישט (עכ"פ וואס איז ריכטיג).
לערן מיר אויס זאכן וואס איך ווייס נישט, איך וועל דיר קענען רופן "מורי ורבי אלופי ומיודעי"
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1623
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסשפראך (פראנאסיעישן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

שווערמער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 2:41 pm
אויך דאס אז היינט איז נאר דא איין למד איז נישט ריכטיג ביי יעדעם
גייסט לשיטתך אז מ'זאגט עס אזוי ארויס, און נישט יעדן?...
אז דו ווערסט פארלוירן, שפיר דיך נישט געטראפן...
קרעדיט: @הודונאנאש
אוועטאר
שווערמער
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 02, 2023 10:27 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסשפראך (פראנאסיעישן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערמער »

יחליצך האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 2:51 pm
שווערמער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 2:41 pm
אויך דאס אז היינט איז נאר דא איין למד איז נישט ריכטיג ביי יעדעם
גייסט לשיטתך אז מ'זאגט עס אזוי ארויס, און נישט יעדן?...
ווען איך שרייב אויף אייוועלט בין איך נישט שווערמער - כאפ מיר נישט ביי קיין טעותים. סיידן אינעם ספעלטשעקער אשכול.
לערן מיר אויס זאכן וואס איך ווייס נישט, איך וועל דיר קענען רופן "מורי ורבי אלופי ומיודעי"
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1623
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסשפראך (פראנאסיעישן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

שווערמער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 9:13 pm
ווען איך שרייב אויף אייוועלט בין איך נישט שווערמער - כאפ מיר נישט ביי קיין טעותים. סיידן אינעם ספעלטשעקער אשכול.
ביי מיר איז גראדע פארקערט; אין ריעל לייף קען מיר קיינער נישט אלס יחליצך...
אז דו ווערסט פארלוירן, שפיר דיך נישט געטראפן...
קרעדיט: @הודונאנאש
אוועטאר
ביבליאגראף
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 7:16 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסשפראך (פראנאסיעישן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביבליאגראף »

גרשון האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 7:22 pm
און אמעריקאנער חסידים זענען היינט בעל הבית אויף אידיש.
אוועטאר
ביבליאגראף
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 7:16 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסשפראך (פראנאסיעישן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביבליאגראף »

שווערמער האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 11:21 pm

(איינער האט א השגה וואו מען קען טרעפן געשריבענע מקורות איבער די פוילישע אויסשפראך פון אידיש?)
זע אין בינבוימ'ס ביכער, געברענגט דא .
בעיקר אין "יידיש ווערטער ביכל", וואו ער גייט דורך די באנוצטע (באנוצסטע) ווערטער פון פוילישן אידיש.
פון זיין ווערטערבוך קענסטו וויסן גענוי וויאזוי די ווערטער זענען געווארן ארויסגעזאגט אין פוילן. אויב דו ליינסט קודם די כללים אנהייב פונעם ביכל, פארשטייט-זיך.
אוועטאר
שווערמער
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 02, 2023 10:27 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסשפראך (פראנאסיעישן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערמער »

ביבליאגראף האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 11:39 am
שווערמער האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 11:21 pm

(איינער האט א השגה וואו מען קען טרעפן געשריבענע מקורות איבער די פוילישע אויסשפראך פון אידיש?)
זע אין בינבוימ'ס ביכער, געברענגט דא .
בעיקר אין "יידיש ווערטער ביכל", וואו ער גייט דורך די באנוצטע (באנוצסטע) ווערטער פון פוילישן אידיש.
פון זיין ווערטערבוך קענסטו וויסן גענוי וויאזוי די ווערטער זענען געווארן ארויסגעזאגט אין פוילן. אויב דו ליינסט קודם די כללים אנהייב פונעם ביכל, פארשטייט-זיך.
פיל דאנק!
לערן מיר אויס זאכן וואס איך ווייס נישט, איך וועל דיר קענען רופן "מורי ורבי אלופי ומיודעי"
אוועטאר
פיין געשריבן
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 3:45 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסשפראך (פראונאנסיעישאן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיין געשריבן »

זייער קאמיש. אידיש ברויך נישט קיין אויסשפראך פאר נישט-גערמאניש-אפשטאמיגע ווערטער. אויגאסט איז ראמאן/לאטיין נישט גערמאניש (ווי ענגליש און דייטש).
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1623
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסשפראך (פראונאנסיעישאן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

זייער טשיקאוו...
וויאזוי זאגסטו ארויס דעם ווארט?
אז דו ווערסט פארלוירן, שפיר דיך נישט געטראפן...
קרעדיט: @הודונאנאש
אוועטאר
שווערמער
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 02, 2023 10:27 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסשפראך (פראונאנסיעישאן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערמער »

יחליצך האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 11:34 am
זייער טשיקאוו...
וויאזוי זאגסטו ארויס דעם ווארט?
קורצע חיריק, פתח, מלרע
איל וואלט גראדע דא געשריבן טישקאווע מיט אן ע'
לעצט פארראכטן דורך שווערמער אום דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 2:42 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
לערן מיר אויס זאכן וואס איך ווייס נישט, איך וועל דיר קענען רופן "מורי ורבי אלופי ומיודעי"
אוועטאר
ביבליאגראף
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 7:16 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסשפראך (פראונאנסיעישאן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביבליאגראף »

צ"ק
איינער זאל ביטע איבערגעבן פאר אליעזר קרויס אז "אקטו ע לע אנאליזן" זאגט מען מיט א צעירעי, נישט מיט א סגול.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”