Re: די פארטי איז אווער!
צייטליך האט געשריבן: ↑ מאנטאג אוגוסט 12, 2024 2:11 amמ'דארף צוטייילן די פראבלעם.
אמת סיז דא אידן וואס האבן געהאט 3-4 בעל בתישע יארן, צו מער, און ווי געשריבן "די פארטי איז אווער" און זיי ווילן דאס נישט איינזעהן. דאס איז א פראבלעם, אבער א גרויסע מינדערהייט אין די קאמיונעטי.
ווידעראום איז דא דער פשוטער המון עם, דער ברייטער ציבור וואס איז קיינמאל ביים 'פארטי' נישט געווען, סיז נישט אווער, ווייל סיז לכתחילה קיין פארטי נישט געווען. די 75 פראצענט וואס לעבן שוין יאהרן פעי-טשעק-טו-פעי-טשעק. די זענען אין די גרעסטע סכנה מיטן פשוטען סטאנדארט.
קענסט נישט פארלאנגן ער זאל זיך אויפוועקן צום מציאות. רבי, ער שלאפט נישט. אוי ווי די מציאות פאטשט אים אים פנים, טעגליך. ער זאל שניידן? פון וואס? ער לעבט באשיידן, ער דרייווט נישט קיין יוקאן, ער האט די ביליגסטע קרייסלער מיניווען. ער מאכט בר מצוה מיט תקנות. אלעס באשיידן און ביליג. אבער מיט אלעם איז אים נישט מעגליך דורכשוויצן דעם טאג. כוח היחיד? וואס פונקטליך?
אזויווי אנדערע האבן שוין געשריבן די פראבלעם מיט אונז איז אז מען מוז זיין ווי "יעדער"
יעדער מוז היינט האבן א געליעסטע קאר, אנשטאטס קויפן.
יעדער מוז וואוינען אין די טשולענט טאפ ווי יעדעם.
יעדער מוז היינט קויפן טייערע פירנטושור, "אזויווי יעדעם"
יעדער מוז היינט מאכן בר מצוה, באווארפן, ש"ב, אין א זאל, אנשטאטס אינדערהיים.
יעדער מוז גיין א קאווע הוט, אפילו עס איז דא ביליגערע ברענדס.
יעדער מוז מאכן א קידוש/ וואכנאכט אויף סטאנדארטן וואס מען קען נישט עפפארדען.
יעדער מוז פארן צו קערעסטיר, ליזענסק, וכו'.
ביי די עזרת נשים ווערט עס פילפאכיג ערגער,
יעדער מוז קויפן מיט די לעצטיגע טייערע ברענדס וואס מען האט אפגעמאכט ביי די קאנטרי סירקל, אז עס איז די זאך...
יעדער מוז האבן א באגעגבא קערידזש.
וכהנה וכהנה.
בקיצור מען לעבט א לעבן מען מאל העכער די סטאנדארטן וואס מען קען זיך ערלויבן אלעס צו זיין ווי יעדער.
אבער דאס איז נישט נאר א פראבלעם ביי די מיטל קלאס.
פונקט געהערט פין א אקאונטענט, אז עס איז דא אפאר גרויסע קאמפאניס, וואס האבן זיך צוגעמאכט, אדער שטייען ממש פארן באנקראטירן, פשוט ווייל מען האט ארויסגענומען פין די ביזנעס מער וויפיל די ביזנעס האט געמאכט.
אין עס איז דא צענדליגע אזאלכע ביזנעסער וואס מען דרייט געלט אן גארנישט מאכן, פשוט ווייל מען דארף ווייזן אז איך קען אויכעט חתונה מאכן ווי א גביר אין פארן ביזנעס קלאס.
די סטאנדארטן פין א א גביר האבן דאך ארויפגעשאסן, לאור די פלייץ פין קעש וואס האט זיך געדרייט ביים היימישן עולם די לעצטע פאר יאר, אין די אפציעלע גבירים האבן דאך געדארפט מיט שפרינגען דערמיט.
עס ברויך קומען א דראסטישע טויש. אין יא מען קען מאכן טויש!
מיט די ריכטיגע דיבורים קען מען רוקן ווענט. אין טוישן די מיינדסעט פין כלל ישראל.