וואס האב איך מיטן חורבן און בנין בית המקדש?
אסאך אידן פרעגן אין די יעצטיגע טעג, וואס האב איך מיט די חורבן בית המקדש? פארוואס זאל איך קלאגן אויף עפעס וואס איז געווען 2000 יאר צוריק?
און דאס איז נישט נאר נוגע פאר יעצט, נאר אויך פאר א גאנץ יאר, תיקון חצות, ולירושלים עירך, ותחזינה עינינו, תקע בשופר ועוד ועוד.
אבער באמת שטייט שוין אין אלע ספרים אז די ענין פון די בית המקדש איז נישט נאר א בנין פון ציגל, נאר בעיקר א געוויסע דעת וואס עס שטעלט פאר, און דאס איז נוגע פאר יעדעם איינעם טאג טעגליך, און אין דעם איז תלוי די חורבן בית המקדש און די בנין ביהמ''ק.
וואס איז טאקע די דעת פונעם בית המקדש וואס איז אונז נוגע?
איז, די פשוטע זאך וואס יעדער קען אליין פארשטיין וואס די ביהמ''ק איז, דאס איז די ענין פון דירתו בתחתונים.
דער אייבערשטער האט באשאפן אן א שיעור עולמות עליונים, מלאכים ושרפים וחיות ואופני הקודש, טריליאנע שטערנ'ס, אבער אלעס איז באשאפן געווארן נאר פאר איין קליינע פיצקעלע ד' על ד', דער וועלט וואס אונז געפינען זיך, און נאר פון דער וועלט האט ער א נחת רוח און נאר אין דער וועלטל איז תלוי איז אלע עולמות און מלאכים און קדושות וכו'.
און באמת, די אמאליגע פילוסופים האבן זיך שטארק געפלאגט אויף דעם, זיי האבן טאקע געגלייבט די פשוטע זאך אז איינער האט באשאפן דער וועלט, אבער נישט געקענט פארשטיין פארוואס דער ריזיגער באשעפער זאל דארפן די עבודה פון אונז נארישע מענטשעלעך, דאס איז באמת קעגן די שכל.
אבער באמת טאקע דאס איז די אייבערשטנ'ס גרויסקייט, 'ואבית תהלה מגושי עפר מקרוצי חומר', אז די באשעפער איז 'אזוי' גרויס אז ער איז אפילו ביז אונטן אונטן אראפ, פארקערט טאקע פון א מענטש וואס ווי גרעסער ער ווערט אלץ ווייניגער לאזט ער זיך אראפ צו קלייניגקייטן און צו פשוטע מענטשן, איז די באשעפער פארקערט אז אלץ מער לאזט ער זיך אראפ טיפער און איז משגיח איבעראל און איז מפרנס מקרני ראמים ועד ביצי כינים, במקום גדולתו שם אתה מוצא ענותנותו.
איז וואס טאקע וויל די אייבערשטער פון אונז דא אויף דעם עולם השפל?
נאר קומט מען צו צו די נקודה פונעם תכלית פונעם בריאה.
די אייבערשטער האט כביכול מסלק געווען זיין אור פון דעם וועלט, אויף דעם וועלט איז כאילו די 'טבע' די מלך, אז מען ארבעט מאכט מען געלט, אז מען גייט צו א דאקטער ווערט מען אויסגעהיילט, גוטע עסן און תאוות טעיסטן גוט, ווער ס'האט מער געלט איז גרעסער און האט מער חשיבות אויף די וועלט.
און ווער רעדט שוין מיט אלע סייענטיסטן און זייערע ערפינדונגען וואס שטעלן פאר די גרעסטע כחי ועוצם ידי, די גרעסטע מלכות פונעם טבע, מען קען אריינגיין ביז די טיפסטע סודות פונעם בריאה אן גלייבן בכלל אינעם אייבערשטן, און די גאנצע וועלט לויפט אויף כפירות און אפיקורסות און די מאמינים בה' זענען צוריקגעשטאנען און פארשעמט, בפרוח רשעים כמו עשב ויציצו כל פועלי און, דאס אלעס איז א חלק פון די גרויסע העלמה און הסתרה פונעם בריאה.
און דאס אלעס האט די אייבערשטער אליין באשאפן און געמאכט, ער געט כח פאר די טבע און פאר די סייענטיסטן, און דאס אלעס וויל ער ס'זאל דוקא גיין אזוי, ווייל טאקע דאס איז די אייבערשטנ'ס נחת רוח, אז ס'זאל זיין א פלאץ ווי מען זעט אים נישט, א מקום ווי מען זעט בכלל נישט דעם אייבערשטן, און טאקע דארט זאל מען ממשיך זיין זיין אלוקות, מגלה זיין אז דער אייבערשטער איז 'יא' דא אפילו מען זעט אים נישט!
די גאנצע תכלית פון די ריזיגע בריאה מתחילת ראשית האצילות, איז אז עס זאל דוקא צוקומען צו דעם וועלטל ווי אונז זענען, א וועלט וואו מען זעט נישט אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, צדיק ורע לו רשע וטוב לו, העלמות און הסתרות, א וועלט ווי מען קען לייגן תפלין און נישט שפירן גארנישט אז מען האט יעצט אויף זיך די כתרי דמלכא, א וועלט ווי מען קען גיין אויפן גאס און בכלל האבן א נסיון פון זיך נישט היטן די אויגן און פוגם זיין אין כבוד ה', א וועלט ווי מען קען פארגעסן אז דער אייבערשטער פירט די וועלט און אריינפאלן אין השתדלות און כחי ועוצם ידי.
דאס אלעס איז א זאך וואס איז נישט דא אין קיין איין עולם, איבעראל זעט מען ממש דעם אייבערשטנס כבוד און זיין וועזן, אין אלע עולמות ציטערט מען פונעם אייבערשטן יעדער רגע, וכולם מקבלים עליהם עול מלכות שמים, נאר דא זעט מען עס נישט, און טאקע דאס האט דער אייבערשטער געוואלט, עס זאל זיין אזא פלאץ!
און יעצט האט ער איבערגעגעבן די בחירה אין אונזערע הענט, אונז קענען אים מאכן דא וואוינען אדער נישט ח''ו, אלעס ווענט זיך יעצט אין אונז, יעדע מצוה וואס אונז טוען מיט כונה און לב כל אחד כפי יכולתו, מאכן אונז אז כביכול דער אייבערשטער וואוינט טאקע דא! אונז בויען אים דא א מקום און שטוב צו וואוינען!
דאס מיינט בחירה, אז דער אייבערשטער קען נישט כביכול אליין טון דאס וואס אונז קענען, ער האט כביכול מסלק געווען זיין אנוועזנהייט פון דעם ארט, ער האט געמאכט א חלל הפנוי, א פיסטע ליידיגע פלאץ ווי א מענטש קען אנגיין זיינע זיבעציג אכציג יאר און נישט וויסן אז ס'דא א באשעפער אויף די וועלט, אדער קען די מענטש דוקא יא זיך מעורר זיין דערויף און עס אריינעמען אין זיך, לעבן אז דער אייבערשטער איז דא מיט אים, טון מצוות מיט אמונה און חיות, בדחילו ורחימו, זיך היטן פון עבירות מיט א תמימות.
און מיט דעם איז ער מגלה אז דער אייבערשטער איז 'יא' דא וואס דאס איז דאך אוודאי די אמת, ווייל באמת איז דאך דער אייבערשטער יא דא יעדע רגע, ער איז מחיה די גאנצע בריאה אפילו אין די עשרה כתרי דמסאבותא, נאר ער וויל אונז זאלן עס מגלה זיין מיט אונזער עבודה.
אויב איז מען עס מגלה דאן נעמט מען ארויס די שכינה פון גלות, וואס די פשט פון די שכינה איז פשט 'די ריאונג' פונעם אייבערשטן אויף דעם וועלט, און אויב נישט חלילה לייגט מען מער אריין די שכינה אין גלות.
און דאס איז פון די יסודות אין קבלה און חסידות, וועגן דעם האבן זיי אסאך גערעדט פון גלות השכינה און חצות, און אויך פון טון מצוות מיט חיות און אמונה, ווייל עס איז איינס, דאס אז מען טוט מצוות מיט חיות, מען געדענקט פונעם אייבערשטן, מען גלייבט אז מען מאכט יעצט א נחת רוח פארן אייבערשטן, דאן טוט די מצוה אויף דאס עיקר פעולה פון מגלה זיין דעם אייבערשטנ'ס דירתו בתחתונים, מען נעמט ארויס די שכינה פון גלות, מען איז מקשר דעם דאזיגן נידריגן טבע'דיגן וועלט מיטן אייבערשטן וואס דאס מיינט א יחוד קוב''ה ושכינתיה.
און דעריבער קען אמאל זיין אז איין אמת'ע פעולה פון א פשוטע איד, אפילו אויב עס איז נישט די גרעסטע עבודה, איז עס אבער זייער חשוב און געמאכט א גרויסע נחת רוח פארן אייבערשטן, וויבאלד עס איז געטון געווארן מיט א אמת'ע יראה און אהבה, מיט אמת'ע רצון און שמחה, מיט א לב נשבר און ריינקייט, וואס דאס איז דאך די עיקר תכלית פון אלע מצוות צו ממליך זיין דעם אייבערשטן און ממשיך זיין זיין קדושה דא אויף דעם עולם וואס דאס ווערט לויט די כונה און פנימיות פונעם מענטש.
ממילא איז שוין פשוט אונזער שייכות מיטן חורבן בית המקדש.
די בית המקדש האט סימבאלעזירט און פארגעשטעלט די מושג פון דירתו בתחתונים, וואס ווילאנג מען האט טאקע געלעבט מיטן אייבערשטן אויף דעם אופן איז עס טאקע געשטאנען, אבער ווען מען האט פוגם געווען דערין איז אויך די צמצום דערפון וואס האט עס פארגעשטעלט - די בית המקדש חרוב געווארן.
קומט אויס אז יעדער לויט זיינע עוונות, לויט וויפיל ער האט פארגעסן פונעם אייבערשטן און נישט געטון זיין רצון, וואס מיט דעם האט ער דאך כביכול ארויפגעשטופט דעם אייבערשטן און אים נישט מגלה געווען דא, איז לויט דעם האט ער חרוב געמאכט די היינטיגע בית המקדש וואס וואלט ווען געדארפט צו ווערן אויפגעבויט, כל מי שלא נבנה בית המקדש בימיו כאילו נחרב בימיו.
און מיט דעם קען מען פארשטיין אז די ביהמ''ק איז חרוב געווארן על שלא ברכו בתורה תחלה, דאס הייסט אז זיי האבן געלערנט פיין, זיי האבן געמאכט פלפולים און פשעטלעך, אבער זיי האבן נישט געמאכט קיין ברכת התורה, זיי האבן נישט אריינגעברענגט דעם אייבערשטן דערין, זיי האבן פארגעסן פונעם נותן התורה, זיי האבן פארגעסן אז אלעס איז נאר 'ה' אלקינו מלך העולם אשר קדשנו במצוותיו וצינונו לעסוק בדברי תורה'! דער אייבערשטער האט אונז געהייסן לערנען כדי אונז צו הייליגן און פארדעם טוט מען עס וואס דאס איז די עיקר פון די גאנצע תורה.
און דערפאר איז אין יעדעם תלוי די בנין ביהמ''ק, ווי די גמרא זאגט כל מי שיש בו דעה כאילו נבנה ביהמ''ק בימיו, די עיקר איז די דעת, די עיקר איז וויסן אז ס'דא א באשעפער און וויסן ער איז מיט אונז טאקע דא ווי אונז זענען! נישט אים ארויפשטופן הויעך און זאגן אז ער איז געווען מיט די אלע צדיקים, ער איז ביי דערהויבענע אידן, ניין, ער איז דא מיט מיך טאקע ווי איך בין, דא ווארט ער אויף מיינע מצוות תשובה ומעשים טובים, און טאקע מיט דעם וואס א מענטש לעבט אזוי, אפילו אביסל נאר, איז יעדע ביסל מאכט מער די תכלית פונעם בריאה, דירתו בתחתונים!
און לויט דעם קומט אויס אז טאקע ווי גרעסער די הסתרה איז, ווי ווייניגער ער זעט דעם אייבערשטן, ווי מער דער אייבערשטער באהאלט זיך פון אים און אעפ''כ לאזט ער זיך נישט נאר ער שטארקט זיך צו גלייבן אינעם אייבערשטן און טון וואס ער קען, אלץ א גרעסערע תיקון מאכט ער, אלץ מער איז ער מגלה אז דירתו בתחתונים ממש, ווי עס ווערט אסאך ארומגערעדט אין די ספרים הק' ובפרט במאור עינים, וואס וועגן דעם איז טאקע פאר די גאולה דא אויף דער וועלט אזעלכע טריקענקייטן און העלמות, ווייל מען דארף שוין מאכן די תיקון השלם בקרוב ממש וואס איז תלוי דוקא אין דעם.
זאל שוין טאקע זיין אז עס זאל ווערן דורך אונזער עבודה ונגלה כבוד ה' ונראה עין בעין בשוב ה' ציון!