היסטאריע פון ירושלים - חלק א'

אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
מי יודע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9106
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

יישר כח @יחזקאל סגל לנדא פאר די הערליכע אינפארמאציע
האב איך נישט געוואוסט אז די חומה איז נישט מער ווי 500 יאר אלט, קען זיין דאס גייט שוין פארענטפערן מיינע קשיות, אבער די ערשטע קשיא איז, האט מען געבויט די חומה אויף די מקום פון די ארגינעלע?
צווייטנס די לעגענדע פון שער הרחמים, אויב איז דאס נישט די זעלבע חומה, וואס שייך צו זאגן אז פון דארט איז מען געגאנגען אין גלות? חוץ אויב ס'איז טאקע אויפן זעלבן יסוד

דריטנס אויב איז דאס יא די ארגינעלע חומה, קומט אויס די מקום המקדש האט זיך געגרעניצט ממש מיט חומת ירושלים?

אויב מ'קען אביסל געבן הסבר

יישר כח

א זייטיגע נייגער, איינמאל בין איך אריין אין אלט שטאט, נעבן קבר דוד, וויאזוי הייסט יענע שער?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2821
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

מי יודע האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2024 4:44 pm
יישר כח @יחזקאל סגל לנדא פאר די הערליכע אינפארמאציע
האב איך נישט געוואוסט אז די חומה איז נישט מער ווי 500 יאר אלט, קען זיין דאס גייט שוין פארענטפערן מיינע קשיות, אבער די ערשטע קשיא איז, האט מען געבויט די חומה אויף די מקום פון די ארגינעלע?
צווייטנס די לעגענדע פון שער הרחמים, אויב איז דאס נישט די זעלבע חומה, וואס שייך צו זאגן אז פון דארט איז מען געגאנגען אין גלות? חוץ אויב ס'איז טאקע אויפן זעלבן יסוד

דריטנס אויב איז דאס יא די ארגינעלע חומה, קומט אויס די מקום המקדש האט זיך געגרעניצט ממש מיט חומת ירושלים?

אויב מ'קען אביסל געבן הסבר

יישר כח

א זייטיגע נייגער, איינמאל בין איך אריין אין אלט שטאט, נעבן קבר דוד, וויאזוי הייסט יענע שער?
די זייט פון די שער הרחמים איז ממש אויף די זעלבע פלאץ, איך בין אבער נישט באקאנט איבער די שער אליינס, זעהסט דאך אז די הר הזיתים מיט מתים גייט ממש ביז דארט, און די מקום המקדש איז זיכער געווען ביים עק פון ירושלים און די הר הזיתים קעגן איבער אינדרויסן, די אנדערע זייטן איז זיכער נישט אויף די ארגענעלע פלאץ, עס גייט ערגעץ ווי ביז אנהייב מא”ש, וועגן דעם הייסט עס החומה השלישית.
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5190
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

מי יודע האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2024 4:44 pm


א זייטיגע נייגער, איינמאל בין איך אריין אין אלט שטאט, נעבן קבר דוד, וויאזוי הייסט יענע שער?
שער ציון
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר האלף
תגובות: 1161
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

חלק גימל ארויף viewtopic.php?t=70547
זייטיגע נאטיץ
מאכט איר חתונה? 🎹 זוכט איר סטעמפס? ✉️📫 גוטע פרייזען!
☎️ רופט/טעקסט 9176183475 אימעילט⌨️ [email protected]
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר האלף
תגובות: 1161
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

ליבי ובשרי האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2024 5:06 pm
מי יודע האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2024 4:44 pm
יישר כח @יחזקאל סגל לנדא פאר די הערליכע אינפארמאציע
האב איך נישט געוואוסט אז די חומה איז נישט מער ווי 500 יאר אלט, קען זיין דאס גייט שוין פארענטפערן מיינע קשיות, אבער די ערשטע קשיא איז, האט מען געבויט די חומה אויף די מקום פון די ארגינעלע?
צווייטנס די לעגענדע פון שער הרחמים, אויב איז דאס נישט די זעלבע חומה, וואס שייך צו זאגן אז פון דארט איז מען געגאנגען אין גלות? חוץ אויב ס'איז טאקע אויפן זעלבן יסוד

דריטנס אויב איז דאס יא די ארגינעלע חומה, קומט אויס די מקום המקדש האט זיך געגרעניצט ממש מיט חומת ירושלים?

אויב מ'קען אביסל געבן הסבר

יישר כח

א זייטיגע נייגער, איינמאל בין איך אריין אין אלט שטאט, נעבן קבר דוד, וויאזוי הייסט יענע שער?
די זייט פון די שער הרחמים איז ממש אויף די זעלבע פלאץ, איך בין אבער נישט באקאנט איבער די שער אליינס, זעהסט דאך אז די הר הזיתים מיט מתים גייט ממש ביז דארט, און די מקום המקדש איז זיכער געווען ביים עק פון ירושלים און די הר הזיתים קעגן איבער אינדרויסן, די אנדערע זייטן איז זיכער נישט אויף די ארגענעלע פלאץ, עס גייט ערגעץ ווי ביז אנהייב מא”ש, וועגן דעם הייסט עס החומה השלישית.
די הר הבית האט א אייגענע חומה אלע 4 זייטען, אבער א חלק דינט אויך אלץ חומת ירושלים (דרום און מזרח זייטען)

די חומה איז נישט געבויעט פונקטליך אויף די פלאץ פון די אלטע חומה. געוויסע מקומות יא און געוויסע נישט..
די חומה האט פילע גענעראציעס בית ראשון/ בית שני / הורדוס / צלבנים ועוד
סאו געוויסע מקומות איז עס יא אויף די. אלטע יסודות...

די חומה השלישית איז א נושא פאר זעך...
הרחיבו העיר פעמיים - ע"י הוספת מקום מוקף חומה חדשה - ליד הישנה.
החומה השנייה נבנתה לצד דרום - למטה.
החומה השלישית נבנתה לצד מערב - וזה אכן הגיע עד למאה שערים...
עדיין יש שירים מהחומה - לצד תחנת דלק שבטי ישראל/החומה השלישית.
זייטיגע נאטיץ
מאכט איר חתונה? 🎹 זוכט איר סטעמפס? ✉️📫 גוטע פרייזען!
☎️ רופט/טעקסט 9176183475 אימעילט⌨️ [email protected]
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר האלף
תגובות: 1161
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 4:20 pm
אקעי

סאיז געווען באשערט. האסט מיך אויסגעכאפט.

צוליב דעים וועל איך עס דא לייגן פון א דרעפט.

תבנה חומות ירושלים

במשך רוב יארן איז ירושלים געווען ארומגענומען מיט א חומה. אבער כמעט אלע מאל וואס ירושלים איז איינגענומען געווארן, איז די חומה אויך צעווארפן געווארן. סאיז געווען אסאך יארן וואס ירושלים האט בכלל נישט געהאט קיין מויער. רוב מאל איז עס צוריק געבויט געווארן דורך דער וואס האט עס איינגענומען אדער דורך די תושבים.

די ערשטע חומה איז שוין געבויט געווארן מיט אריבער 4000 יאר צוריק אין די צייטען פון די כנענים. אבער פון דעמאלטס איז עס אסאך מאל חרוב געווארן און צוריק געבויט געווארן.

די חומה וואס נעמט היינט ארום ירושלים איז בערך 500 יאר אלט. די חומה איז געבויט געווארן דורך סולימאן הראשון ער איז געווען א סולטאן פאר די האימפריה העות'מאנית (אין ענגליש Ottoman Empire)

די היינטיגע חומה איז געבויט געווארן בערך אין 1538.

פאר די יעצטיגע חומה, איז ירושלים געשטאנען בערך 300 יאר אן קיין חומה.

רבי עובדיה מברטנורא וואס האט באזוכט אין ירושלים אין 1488 שרייבט די פאלגענדע.
”וירושלים רובה חרבה ושוממה, ואין צריך לומר שאין לה חומה סביב... וכמעט לא נשאר בה איש שלא יחסר לחמו”
סאיז נאך דא פארשידענע פלעצער ווי מען קען נאך זעהן איבערבלייבעניש פון די פריערדיגע חומות.

אלט שטאט ירושלים איז צוטיילט אין 4 קווארטלעך. דאס זענען די הרובע המוסלמי דאס איז פאר די בני ישמעאל, הרובע הנוצרי פאר די קריסטליכע, הרובע הארמני און הרובע היהודי.

שערי ירושלים זענען די טויערן וואס ערלויבט אריינצוגיין אין אלט שטאט (עיר העתיקה) ירושלים. (נישט אויפטוישען מיט שערי הר הבית)

היינט צוטאגס זענען דא 7 אפענע טויערן און א שיינע צאל פארמאכטע.

איינער פון די באוויסטע שערים וואס זענען פארמאכט איז שער הרחמים, אנדערע ווילן עס רעכענען אין די מנין פון די שערים, און רעכענען לויט דעים 8.

די שער הרחמים געפינט זיך אויף די מזרח זייט. ווען איינער שטייט אויף די הר הזיתם וואס איז אויך אויף מזרח זייט, וועט דאס זיין פונקט קעגען איבער זיין פנים. די שער איז סיי א שער פאר די חומה פון ירושלים, און סיי א שער פאר די הר הבית צוליב וואס די הר הבית געפונט זיך ממש נעבען די מזרח וואנט פון ירושלים. זעה בילד.

סאיז דא א מסורה אז פון יענע שער איז די שכינה @געגאנגען אין גלות, און פון יענע שער וועט משיח צוריק אריינקומען אין ירושלים.

צוליב די מסורה זענען די גוים געגאנגען און עס פארשפארט, ווי האבן די ישמעאלים געבויט דארט א בית הפגרים מיט די טענה אז אליהו איז דאך א כהן וואס קען זיך נישט מטמא זיין און אזוי ארום אפהאלטן די גאולה. וואס די שוטים האבן נישט געוויסט איז אז יתוש קדמך און די תורה ווערט געפאסקענט אז קברי עכו"ם אינם מטמאים.

יעצט לאמיר אויסרעכענען די אפענע טויערען.

1. השער החדש

דאס איז נפרץ געווארן. (א שער בויט מען נישט נאר מען נעמט ארויס און מען מאכט א פריצה ווערט עס ממילא אפן) אזוי שפעט ווי 1889. וכשמו כן הוא. דאס איז די נייעסטע שער וואס איז דא. די שער איז אין די רובע הנוצרי.

גלייך נאך די @6 טאגלי מלחמה האט משה דיין (מסתמא א גרויסע ענדע צדיק. @חברונער וועט אפשר וויסען מער איבער דער פארשוין.) געוואלט אויפברעכן א פרישע שער און עס א נאמען געבען שער השבות, אבער פון דאס פלאן איז געווארן אן ערעפלאן.

2. שער שכם

שער שכם איז געבויט געווארן אין 1538. שער שכם הייסט צוזיין די שענסטע שער פון אלע שערים וואס זענען דעמאלטס געבויט געווארן.

סווערט אנגערופען שער שכם ווייל פון דארט פלעגט מען פארן קיין צפון צו שכם. אין געוויסע שפראכען ווערט עס אנגערופען שער דמשק פאר די זעלבע סיבה ווייל פון דארט פארט מען קיין צפון קיין דמשק.

די שער געפונט זיך אין הרובע המוסלמי. די שער איז ברייט באקאנט פאר די בחורים וואס לערען (?) אין ירושלים. פאר דיע וואס גייען צום כותל ( זייערע עלטערן גייען אויך?) גייען פרייטאג צונאכטס דורך די שער צוליב וואס דאס הייסט צו זיין די שנעלסטע וועג פון די היימישע געגענטער.

3. שער הפרחים

די שער איז געבויט געווארן אין 1539.

די נאמען קומט פון א טעות פון די אראבישע נאמען וואס האט באדייט די שער וואס מען גייט ביינאכט. סהייסט נישט פרחים וועגען בלומען ווייל יעדע שער האט בלומען.

סאיז דא וואס רופען עס שער הורדוס צוליב וואס הורדוס האט דארט דערנעבן געהאט זיין הוז.

שער הפרחים איז אויך אין הרובע המוסלמי.

4. שער האריות

דאס איז געבויט געווארן אין 1538-1539

די נאמען איז צוליב די 2 פּארן לייבן וואס שטעקן זיך ארויס פון די צוויי זייטן פונעם טויער.

אנדערע זאגן אז דאס איז א טעות און סאיז א @ברדלס נישט א לייב.

א ברדלס איז א טשיטא. סאיז דא וואס זאגן אז די נאמען איז צוליב די פלעקן וואס די חיה האט מלשון הפסוק "עֲקֻדִּים נְקֻדִּים וּבְרֻדִּים" (בראשית, ל"א, י'). @יש הנאה וועט וויסען בעסער.

די שער איז אויך אין הרובע המוסלמי. סאיז אויף די זעלעבע וואנט פון שער הרחמים קעגען איבער די הר הזיתם.

5. שער האשפות

דאס איז אויך געבויט געווארן אין 1538.

די שער געפונט זיך אין הרובע היהודי.

די שער איז ממש נעבן די כותל המזרחי. די אויטאבוסים וואס פארן פון די היימישע געגענטער צום כותל פארן אריין אין די שער און לאזן דארט אראפ דער עולם.

די נאמען ווערט שוין דערמאנט אין נחמי'

וָאֵצְאָה בְשַׁעַר הַגַּיא לַיְלָה וְאֶל פְּנֵי עֵין הַתַּנִּין וְאֶל שַׁעַר הָאַשְׁפֹּת וָאֱהִי שֹׂבֵר בְּחוֹמֹת יְרוּשָׁלַ‍ִם אֲשֶׁר הֵם פְּרוּצִים וּשְׁעָרֶיהָ אֻכְּלוּ בָאֵשׁ.

אזוי אויך אין די משנה אין עדיות עד שבאו שני גרדיים משער האשפות.

סאיז דא וואס זאגן אז דורך די שער פלעגט מען ארויסטראגן פון בית המקדש צו נחל קדרון די אפר און די אשפה.

6. שער ציון

דאס ווערט אויך אנגערופען שער דוד. דאס איז אויך אין הרובע היהודי.

די שער איז געבויט געווארן אין 1540.

7. שער יפו

די שער איז געבויט געווארן אין 1538.

דאס ווערט אנגערופען שער יפו צוליב וואס דפון דארט פארט מען מערב צום ים קיין יפו. היינט גייט עס צו רחוב יפו.

דאס ווערט אויך אנגערופען דרך חברון וויל פון דארט פלעגט מען פארן קיין חברון.

פאר די אלע וואס גייען צופיס פון די היימיש געגענטער ווי למשל פון רחוב @תרמב אינמיטען דערוואך צום כותל (אדער צום סאטמערע פארטש) וועלן אסאך נוצען די שער.
בילד
אפאר נקודות והערות בנוגע 'שערי ירושלים'.

שער האשפות. איז אנדערש פון אלע אנדערע שערים מיט איר געבוי, זייענדיג פלאך און ברייט, גענוג אז אפילו א אוטובוס קען דארט אריינפארן, משא"כ שער יפו/שכם/ציון זענען נאר פאר פוסגייער.

נישט נאר דאס, די אויבנדערמאנטע שערים זענען נישט סתם אויסגעשניטן א לאך אינעם וואנט פונעם חומה, נאר זענען א געביידע פאר זיך - עס גייט געדרייט (שווער מסביר צו זיין... ווער ס'האט איינמאל דורך א שער פארשטייט... אפשר א בילד קען טון די דזשאב...), משא"כ שער האשפות איז פשוט א פירצה אינעם חומה.

שער יפו. ווערט אזוי גערופן על שם 'דרך יפו' וואס ציט זיך פונעם שער ביזן שטאט יפו און די פארצייטישע 'יפו פארט' אויפן ים התיכון, די וועג איז היינט באוואוסט אלץ 'רחוב יפו', און שפעטער ווערט עס כביש ירושלים/ת"א-כביש 1.

שער ציון. על שם הר ציון/עיר ציון וואס געפונט זיך הארט אינדרויסן פונעם שער, דארט איז היינט קבר דוד המלך, און עטליכע קריסטליכע פארהייליגטע בנינים, וואו יאשקע שרי האט כלומפרשט געגעסן זיין לעצטע מאלצייט.

שער הפרחים. געפונט זיך איבער די מערה הנקרא 'מערת צדקיהו' וואו צדקיהו המלך האט אנגעבליך פון דארט אנטלאפן פון נבוכדנצר צו ערבות יריחו... אין פסוק איז די משמעות אנדערש...
איינמאל האב איך געזען איינעם רייטן א קעמל ביי שער הפרחים.

שער הרחמים. איז בעצם צוויי שערים פאראלעל, איינס הייסט שער הרחמים די צווייטע שער האהבה. לעצטנס האט דארט געוואקסן די שם יקו"ק אויף די וואנט.

די אייציגע פירצה אינעם חומה: איז צווישן שער יפו און מגדל דויד, וואס איז די איינציגע עכטע וועג אריין אין עתיקה מיט א קאר.
עס איז נפרץ געווארן בערך 150 יאר צוריק לכבוד די דייטשע קייזער ווילהעלם דער צווייטער, וואס האט באזוכט ירושלים מיט גרויס פאמפע, און אריינצולאזן זיין סוויטע האט מען געבראכן א פירצה הראויה לכבד...
די געברויך יענע יארן פאר די חומה איז געווען געענדיגט, די גאנצע ארום איז שוין געווען באזעצט מיט צענדליגע שכונות און שטעטלאך... האט מען זיך ערלויבט פורץ צו זיין אינעם חומה.
זייטיגע נאטיץ
מאכט איר חתונה? 🎹 זוכט איר סטעמפס? ✉️📫 גוטע פרייזען!
☎️ רופט/טעקסט 9176183475 אימעילט⌨️ [email protected]
אוועטאר
טעיפ רעקארדער
שר האלף
תגובות: 1580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm
לאקאציע:מיין הארץ איז אין ירושלים

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעיפ רעקארדער »

כ'זאג נישט אויס האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2024 4:50 am
אמאל געהערט ווייס איך נישט צו ס’איז אמת
ווען מען האט געבויט די היינטיגע חומה זענען די אינדזשענירן אויפגעקומען מיט א מהלך צו מאכן די טויערן שטערקער דהיינו אנשטאט מאכן א באקס מאכט מען עס רינדעכיג און ס’האלט זיך סאך שטערקער ISR-2015-Jerusalem-Lions'_Gate.jpg די העכסטע ליגט אויף די צוויי אונטער דעם. די צוויי אונטער דעם ליגן אויף די פיר אונטער און אזוי ווייטער ביז די ערד
ווען די סולטאן האט געהערט פון דעם האט ער געהאלטן אז מ’מאכט חוזק פון אים און ער האט געהייסן הארגענען די צוויי קבלנים מ’קען זיי היינט גיין באזוכן נעבן שער יפו
Screenshot_20240804_044039_Maps~3.jpg
איך האב געהערט צוויי אנדערע סיבות פארוואס ער האט זיי געהארגעט,
1- ער האט מורא געהאט אז זיי וועלן איבערמאכן די זעלבע מין חומה אין אנדערע שטעט, איןער האט געהאלטן אז דאס וועט אוועקנעמען די אייגנארטיגקייט פון די חומה.
2- א ענדליכע סיבה, ער האט מורא געהאט אז זיי וועלן ווידערשפעניגן אין אים, אין וועלן איבערגעבן די סודות פון די חומה פאר אנדערע הערער, אט ער אוועק גענומען די אפציע פון זיי..
אוועטאר
טעיפ רעקארדער
שר האלף
תגובות: 1580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm
לאקאציע:מיין הארץ איז אין ירושלים

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעיפ רעקארדער »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 12:21 am
בריטיש עירוועיס האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 4:20 pm
אקעי

סאיז געווען באשערט. האסט מיך אויסגעכאפט.

צוליב דעים וועל איך עס דא לייגן פון א דרעפט.

תבנה חומות ירושלים

במשך רוב יארן איז ירושלים געווען ארומגענומען מיט א חומה. אבער כמעט אלע מאל וואס ירושלים איז איינגענומען געווארן, איז די חומה אויך צעווארפן געווארן. סאיז געווען אסאך יארן וואס ירושלים האט בכלל נישט געהאט קיין מויער. רוב מאל איז עס צוריק געבויט געווארן דורך דער וואס האט עס איינגענומען אדער דורך די תושבים.

די ערשטע חומה איז שוין געבויט געווארן מיט אריבער 4000 יאר צוריק אין די צייטען פון די כנענים. אבער פון דעמאלטס איז עס אסאך מאל חרוב געווארן און צוריק געבויט געווארן.

די חומה וואס נעמט היינט ארום ירושלים איז בערך 500 יאר אלט. די חומה איז געבויט געווארן דורך סולימאן הראשון ער איז געווען א סולטאן פאר די האימפריה העות'מאנית (אין ענגליש Ottoman Empire)

די היינטיגע חומה איז געבויט געווארן בערך אין 1538.

פאר די יעצטיגע חומה, איז ירושלים געשטאנען בערך 300 יאר אן קיין חומה.

רבי עובדיה מברטנורא וואס האט באזוכט אין ירושלים אין 1488 שרייבט די פאלגענדע.
”וירושלים רובה חרבה ושוממה, ואין צריך לומר שאין לה חומה סביב... וכמעט לא נשאר בה איש שלא יחסר לחמו”
סאיז נאך דא פארשידענע פלעצער ווי מען קען נאך זעהן איבערבלייבעניש פון די פריערדיגע חומות.

אלט שטאט ירושלים איז צוטיילט אין 4 קווארטלעך. דאס זענען די הרובע המוסלמי דאס איז פאר די בני ישמעאל, הרובע הנוצרי פאר די קריסטליכע, הרובע הארמני און הרובע היהודי.

שערי ירושלים זענען די טויערן וואס ערלויבט אריינצוגיין אין אלט שטאט (עיר העתיקה) ירושלים. (נישט אויפטוישען מיט שערי הר הבית)

היינט צוטאגס זענען דא 7 אפענע טויערן און א שיינע צאל פארמאכטע.

איינער פון די באוויסטע שערים וואס זענען פארמאכט איז שער הרחמים, אנדערע ווילן עס רעכענען אין די מנין פון די שערים, און רעכענען לויט דעים 8.

די שער הרחמים געפינט זיך אויף די מזרח זייט. ווען איינער שטייט אויף די הר הזיתם וואס איז אויך אויף מזרח זייט, וועט דאס זיין פונקט קעגען איבער זיין פנים. די שער איז סיי א שער פאר די חומה פון ירושלים, און סיי א שער פאר די הר הבית צוליב וואס די הר הבית געפונט זיך ממש נעבען די מזרח וואנט פון ירושלים. זעה בילד.

סאיז דא א מסורה אז פון יענע שער איז די שכינה @געגאנגען אין גלות, און פון יענע שער וועט משיח צוריק אריינקומען אין ירושלים.

צוליב די מסורה זענען די גוים געגאנגען און עס פארשפארט, ווי האבן די ישמעאלים געבויט דארט א בית הפגרים מיט די טענה אז אליהו איז דאך א כהן וואס קען זיך נישט מטמא זיין און אזוי ארום אפהאלטן די גאולה. וואס די שוטים האבן נישט געוויסט איז אז יתוש קדמך און די תורה ווערט געפאסקענט אז קברי עכו"ם אינם מטמאים.

יעצט לאמיר אויסרעכענען די אפענע טויערען.

1. השער החדש

דאס איז נפרץ געווארן. (א שער בויט מען נישט נאר מען נעמט ארויס און מען מאכט א פריצה ווערט עס ממילא אפן) אזוי שפעט ווי 1889. וכשמו כן הוא. דאס איז די נייעסטע שער וואס איז דא. די שער איז אין די רובע הנוצרי.

גלייך נאך די @6 טאגלי מלחמה האט משה דיין (מסתמא א גרויסע ענדע צדיק. @חברונער וועט אפשר וויסען מער איבער דער פארשוין.) געוואלט אויפברעכן א פרישע שער און עס א נאמען געבען שער השבות, אבער פון דאס פלאן איז געווארן אן ערעפלאן.

2. שער שכם

שער שכם איז געבויט געווארן אין 1538. שער שכם הייסט צוזיין די שענסטע שער פון אלע שערים וואס זענען דעמאלטס געבויט געווארן.

סווערט אנגערופען שער שכם ווייל פון דארט פלעגט מען פארן קיין צפון צו שכם. אין געוויסע שפראכען ווערט עס אנגערופען שער דמשק פאר די זעלבע סיבה ווייל פון דארט פארט מען קיין צפון קיין דמשק.

די שער געפונט זיך אין הרובע המוסלמי. די שער איז ברייט באקאנט פאר די בחורים וואס לערען (?) אין ירושלים. פאר דיע וואס גייען צום כותל ( זייערע עלטערן גייען אויך?) גייען פרייטאג צונאכטס דורך די שער צוליב וואס דאס הייסט צו זיין די שנעלסטע וועג פון די היימישע געגענטער.

3. שער הפרחים

די שער איז געבויט געווארן אין 1539.

די נאמען קומט פון א טעות פון די אראבישע נאמען וואס האט באדייט די שער וואס מען גייט ביינאכט. סהייסט נישט פרחים וועגען בלומען ווייל יעדע שער האט בלומען.

סאיז דא וואס רופען עס שער הורדוס צוליב וואס הורדוס האט דארט דערנעבן געהאט זיין הוז.

שער הפרחים איז אויך אין הרובע המוסלמי.

4. שער האריות

דאס איז געבויט געווארן אין 1538-1539

די נאמען איז צוליב די 2 פּארן לייבן וואס שטעקן זיך ארויס פון די צוויי זייטן פונעם טויער.

אנדערע זאגן אז דאס איז א טעות און סאיז א @ברדלס נישט א לייב.

א ברדלס איז א טשיטא. סאיז דא וואס זאגן אז די נאמען איז צוליב די פלעקן וואס די חיה האט מלשון הפסוק "עֲקֻדִּים נְקֻדִּים וּבְרֻדִּים" (בראשית, ל"א, י'). @יש הנאה וועט וויסען בעסער.

די שער איז אויך אין הרובע המוסלמי. סאיז אויף די זעלעבע וואנט פון שער הרחמים קעגען איבער די הר הזיתם.

5. שער האשפות

דאס איז אויך געבויט געווארן אין 1538.

די שער געפונט זיך אין הרובע היהודי.

די שער איז ממש נעבן די כותל המזרחי. די אויטאבוסים וואס פארן פון די היימישע געגענטער צום כותל פארן אריין אין די שער און לאזן דארט אראפ דער עולם.

די נאמען ווערט שוין דערמאנט אין נחמי'

וָאֵצְאָה בְשַׁעַר הַגַּיא לַיְלָה וְאֶל פְּנֵי עֵין הַתַּנִּין וְאֶל שַׁעַר הָאַשְׁפֹּת וָאֱהִי שֹׂבֵר בְּחוֹמֹת יְרוּשָׁלַ‍ִם אֲשֶׁר הֵם פְּרוּצִים וּשְׁעָרֶיהָ אֻכְּלוּ בָאֵשׁ.

אזוי אויך אין די משנה אין עדיות עד שבאו שני גרדיים משער האשפות.

סאיז דא וואס זאגן אז דורך די שער פלעגט מען ארויסטראגן פון בית המקדש צו נחל קדרון די אפר און די אשפה.

6. שער ציון

דאס ווערט אויך אנגערופען שער דוד. דאס איז אויך אין הרובע היהודי.

די שער איז געבויט געווארן אין 1540.

7. שער יפו

די שער איז געבויט געווארן אין 1538.

דאס ווערט אנגערופען שער יפו צוליב וואס דפון דארט פארט מען מערב צום ים קיין יפו. היינט גייט עס צו רחוב יפו.

דאס ווערט אויך אנגערופען דרך חברון וויל פון דארט פלעגט מען פארן קיין חברון.

פאר די אלע וואס גייען צופיס פון די היימיש געגענטער ווי למשל פון רחוב @תרמב אינמיטען דערוואך צום כותל (אדער צום סאטמערע פארטש) וועלן אסאך נוצען די שער.
בילד
אפאר נקודות והערות בנוגע 'שערי ירושלים'.

שער האשפות. איז אנדערש פון אלע אנדערע שערים מיט איר געבוי, זייענדיג פלאך און ברייט, גענוג אז אפילו א אוטובוס קען דארט אריינפארן, משא"כ שער יפו/שכם/ציון זענען נאר פאר פוסגייער.

נישט נאר דאס, די אויבנדערמאנטע שערים זענען נישט סתם אויסגעשניטן א לאך אינעם וואנט פונעם חומה, נאר זענען א געביידע פאר זיך - עס גייט געדרייט (שווער מסביר צו זיין... ווער ס'האט איינמאל דורך א שער פארשטייט... אפשר א בילד קען טון די דזשאב...), משא"כ שער האשפות איז פשוט א פירצה אינעם חומה.

שער יפו. ווערט אזוי גערופן על שם 'דרך יפו' וואס ציט זיך פונעם שער ביזן שטאט יפו און די פארצייטישע 'יפו פארט' אויפן ים התיכון, די וועג איז היינט באוואוסט אלץ 'רחוב יפו', און שפעטער ווערט עס כביש ירושלים/ת"א-כביש 1.

שער ציון. על שם הר ציון/עיר ציון וואס געפונט זיך הארט אינדרויסן פונעם שער, דארט איז היינט קבר דוד המלך, און עטליכע קריסטליכע פארהייליגטע בנינים, וואו יאשקע שרי האט כלומפרשט געגעסן זיין לעצטע מאלצייט.

שער הפרחים. געפונט זיך איבער די מערה הנקרא 'מערת צדקיהו' וואו צדקיהו המלך האט אנגעבליך פון דארט אנטלאפן פון נבוכדנצר צו ערבות יריחו... אין פסוק איז די משמעות אנדערש...
איינמאל האב איך געזען איינעם רייטן א קעמל ביי שער הפרחים.

שער הרחמים. איז בעצם צוויי שערים פאראלעל, איינס הייסט שער הרחמים די צווייטע שער האהבה. לעצטנס האט דארט געוואקסן די שם יקו"ק אויף די וואנט.

די אייציגע פירצה אינעם חומה: איז צווישן שער יפו און מגדל דויד, וואס איז די איינציגע עכטע וועג אריין אין עתיקה מיט א קאר.
עס איז נפרץ געווארן בערך 150 יאר צוריק לכבוד די דייטשע קייזער ווילהעלם דער צווייטער, וואס האט באזוכט ירושלים מיט גרויס פאמפע, און אריינצולאזן זיין סוויטע האט מען געבראכן א פירצה הראויה לכבד...
די געברויך יענע יארן פאר די חומה איז געווען געענדיגט, די גאנצע ארום איז שוין געווען באזעצט מיט צענדליגע שכונות און שטעטלאך... האט מען זיך ערלויבט פורץ צו זיין אינעם חומה.
שער החדש איז ענדליך צו שער האשפות אין די געבוי, אבער עס איז פיל קלענער.
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 12:21 am
די אייציגע פירצה אינעם חומה: איז צווישן שער יפו און מגדל דויד, וואס איז די איינציגע עכטע וועג אריין אין עתיקה מיט א קאר.
עס איז נפרץ געווארן בערך 150 יאר צוריק לכבוד די דייטשע קייזער ווילהעלם דער צווייטער, וואס האט באזוכט ירושלים מיט גרויס פאמפע, און אריינצולאזן זיין סוויטע האט מען געבראכן א פירצה הראויה לכבד...
די געברויך יענע יארן פאר די חומה איז געווען געענדיגט, די גאנצע ארום איז שוין געווען באזעצט מיט צענדליגע שכונות און שטעטלאך... האט מען זיך ערלויבט פורץ צו זיין אינעם חומה.
עפעס האב איך געליינט אמאל אז ווען ער האט באזוכט אין ירו' האט ער געשיקט בריוון צו די נוצרים אראבער און די יודען, און געפרעגט פון ווי זאל ער אריין גיין, פארשטייט זיך אז די אראבער האבן געזאגט שער שכם, די נוצרים שער..... און די יודען האבען געשריבן א בריוו [איינער פון די גדולים בזמנו - איך געדענק נישט אויף וועם מען דערציילט דאס]
ער האט געהאלטן פארמאכט די בריוו און געזאגט מען וועט עס עפענען שפעטער נאך וואס מען וועט אריין גיין.
לאחר מעשה ווען מען האט געעפענט די בריוו האט מען געזען אז די יודען האבן געשריבן 'מלך פורץ גדר'
איינער קען מיר אפשר דערמאנען וואו האב איך דאס געזען?
הרה"ק אדמו"ר הר"ר בונם זצלה"ה מפרשיסחא אמר שבאם הגוי קורא על ישראל דברי זלזול, והישראל עונה לגוי לעומתו הרי הוא מאריך את הגלות רח"ל, עכ"ד ..היפוך הכת הידועה שאינם יכולים לסבול הכניעה וסבלות הגלות..
שם משמואל שמות
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

@יחזקאל סגל לנדא א גרויסן ייש"כ אויף די הערליכע ידיעות
איך מיין אז קיינער האט נישט געברענגט
סדר הדורות אלף תקנ"ח
שם [בן נח] נולד אלף תקנ"ח, תק"ב לחיי נח, וחי ת"ר שנים, ונולד מהול. ובית דינו גזרו על הזנות. שם יש אומרים שהוא מלכי צדק, ו הוא היה הראשון להתחיל בנין חומות ירושלים וראה שנים עשר דורות (שלשלת הקבלה).
הרה"ק אדמו"ר הר"ר בונם זצלה"ה מפרשיסחא אמר שבאם הגוי קורא על ישראל דברי זלזול, והישראל עונה לגוי לעומתו הרי הוא מאריך את הגלות רח"ל, עכ"ד ..היפוך הכת הידועה שאינם יכולים לסבול הכניעה וסבלות הגלות..
שם משמואל שמות
אוועטאר
קליגער מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 29, 2019 5:01 pm

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליגער מענטש »

כ'זאג נישט אויס האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2024 4:50 am
אמאל געהערט ווייס איך נישט צו ס’איז אמת
ווען מען האט געבויט די היינטיגע חומה זענען די אינדזשענירן אויפגעקומען מיט א מהלך צו מאכן די טויערן שטערקער דהיינו אנשטאט מאכן א באקס מאכט מען עס רינדעכיג און ס’האלט זיך סאך שטערקער ISR-2015-Jerusalem-Lions'_Gate.jpg די העכסטע ליגט אויף די צוויי אונטער דעם. די צוויי אונטער דעם ליגן אויף די פיר אונטער און אזוי ווייטער ביז די ערד
ווען די סולטאן האט געהערט פון דעם האט ער געהאלטן אז מ’מאכט חוזק פון אים און ער האט געהייסן הארגענען די צוויי קבלנים מ’קען זיי היינט גיין באזוכן נעבן שער יפו
Screenshot_20240804_044039_Maps~3.jpg
פיל מיט רומישע מויערן און בריקן איז געבויט אויף די מהלך. איך זעה נישט פארוואס עס איז געווען א נייעם ערפינדונג.
א חוץ אויב עס מיינט עפעס אנדערש ווי איך פארשטיי
קליג קען יעדער זיין, "קליגער" קען נישט יעדער!
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1889
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 6:33 pm
די חומה השלישית איז א נושא פאר זעך...
הרחיבו העיר פעמיים - ע"י הוספת מקום מוקף חומה חדשה - ליד הישנה.
החומה השנייה נבנתה לצד דרום - למטה.
החומה השלישית נבנתה לצד מערב - וזה אכן הגיע עד למאה שערים...
עדיין יש שירים מהחומה - לצד תחנת דלק שבטי ישראל/החומה השלישית.
ניין
דער נייע חומות זענען אייביג געוועהן נאר אויף צפון זייט

דער שיריים קען מען נישט טרעפן לצד תחנת דלק שבטי ישראל/החומה השלישית [איך האב עס געזוכט] עס הייסט אז אין דער קלויסטער דארט איז דא

ביי דער תחנת הדלק אויף כבש אחד[60]/דרך שכם [פז מנדלבאום] דארף מען יא קענען זעהן שיריים [בעצם איז דאס דער אנדערע עק פון רחוב החומה השלישית]
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1889
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 12:21 am

אפאר נקודות והערות בנוגע 'שערי ירושלים'.

שער האשפות. איז אנדערש פון אלע אנדערע שערים מיט איר געבוי, זייענדיג פלאך און ברייט, גענוג אז אפילו א אוטובוס קען דארט אריינפארן, משא"כ שער יפו/שכם/ציון זענען נאר פאר פוסגייער.

נישט נאר דאס, די אויבנדערמאנטע שערים זענען נישט סתם אויסגעשניטן א לאך אינעם וואנט פונעם חומה, נאר זענען א געביידע פאר זיך - עס גייט געדרייט (שווער מסביר צו זיין... ווער ס'האט איינמאל דורך א שער פארשטייט... אפשר א בילד קען טון די דזשאב...), משא"כ שער האשפות איז פשוט א פירצה אינעם חומה.
היינט איז עס טאקע אזוי אבער אמאל האט עס געהאט א געהעריגע בית שער [שער אריות איז אויך אזוי, אמאל האט עס געהאט, היינט נישט]
זעה דער בילד

דאס וואס עס איז ברייטער ווי דער אנדערע שערים איז נאר דער לעצטע זיבציג יאהר וואס מען האט עס אויסגעברייטערט [און געמאכט טיפער]


שער.jpg
שער.jpg (290.87 KiB) געזען 97 מאל
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1889
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

ברדלס האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2024 11:33 am
כ'זאג נישט אויס האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2024 4:50 am
ווען די סולטאן האט געהערט פון דעם האט ער געהאלטן אז מ’מאכט חוזק פון אים און ער האט געהייסן הארגענען די צוויי קבלנים מ’קען זיי היינט גיין באזוכן נעבן שער יפו
לויט די ירושלימער מסורה האט ער זיי געהארגעט ווייל זיי האבן עס געמאכט קלענער ווי די אלטע חומה, זיך צו שפארן אויסגאבן און אנפילן די קעשענע.
דאס איז געווען איינס פון די טענות צו ליינען מגילה בי"ד.
ווי אסאך "ירושלימער מסורות" איז דאס לכאורה א ריינע דמיון פון דער לעצטע הונדערט יאהר

זעה דא
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1889
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 4:20 pm

1. השער החדש

דאס איז נפרץ געווארן. (א שער בויט מען נישט נאר מען נעמט ארויס און מען מאכט א פריצה ווערט עס ממילא אפן) אזוי שפעט ווי 1889. וכשמו כן הוא. דאס איז די נייעסטע שער וואס איז דא. די שער איז אין די רובע הנוצרי.
מען מאכט נישט פשוט א לאך....
זעה בילד פון דער ארבעט פון מאכן דער שער החדש

6 (2366 x 1658).jpg
6 (2366 x 1658).jpg (204.98 KiB) געזען 36 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “היסטאריע”