דברים המותרים ללמוד בתשעה באב

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
פארדרייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 06, 2023 2:18 am
לאקאציע:El Paso Taxes

Re: דברים המותרים ללמוד בתשעה באב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדרייט »

המעריב ערבים האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2022 12:29 am
חידוש בעולם ההלכה


די ערשטע מאל וואס קומט ארויס א ספעציעלע קונטרס פון סדר לימוד חק לישראל פון דברים המותרים צו לערענען ת״ב

- מהדורת רוזנבערג -

אזוי ווי ס'איז באקאנט אז דער הייליגער לימוד חק לישראל איז א חק ולא יעבור און עס טאר נישט אריבער גיין א טאג אן לערנען א לימוד יומי אין דעם הייליגן לימוד וואס דער אר"י הק' האט מייסד געווען אז א מענטש זאל לערנען יעדן טאג א שטיקל תורה. נביאים. כתובים. משנה. גמרא. זוהר. הלכה. מוסר
אין ביי אלע דורות איז עס געווען א דבר קבוע אויך ביי גאונים וצדיקים בנוסף צו זייערע טעגליכע סדרי הלימודים

אזוי אויך איז נתפרסם געווארן די זעלטענע בריוו אין קריאת קודש פון מרן פוסק הדור הגאון הגדול רבי משה שטערנבוך שליט״א צו הנהלת מפעל החק העולמי בראשות כ״ק הגה״צ רבי מרדכי זאב הלברשטאם שליט״א אדמו"ר מצאנז אז עס איז א תיקון גדול אין א גרויסע חשיבות ווייל ער האלט להלכה אז ווען א מענטש איז נישט מקונן על החורבן איז ער מחויב מיט לימוד התורה אפילו ביום ת״ב.

איז געבליבן נאר צו דאנקען פאר הנהלת מפעל חק לישראל העולמי וואס טוט גדולות ונצורות צו מחזק אין מעודד זיין אין מרבה זיין די הייליגע לימוד חק לישראל בכל קצוות תבל

צו באקומען דעם קונטרס חק לישראל לתשעה באב שיקט א אימעיל צו:

[email protected]



PDF להורדה
די pdf איז ארויס געשריבן די שמות, ס'איז נישט קיין פראבלעם פון עס לערנען אויפן סקרין? (אלס המחקות השם)
מִזֶּה אֵלֶּה וּמִזֶּה אֵלֶּה בְּנֵי אֵיתָנַי וְרַבָּנַי. כֻּלָּם צָעֲקוּ וַתַּעַל שַׁוְעָתָם אֶל ה'. יָ-הּ לְקוֹל רִנּוּן כְּבוֹא שָׁאַל לִפְנָי. וּמֶה קוֹל הַצֹּאן הַזֶּה בְּאָזְנָי
עפל קוגל
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 27, 2016 7:59 pm

Re: דברים המותרים ללמוד בתשעה באב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפל קוגל »

איך לערנען יעדען טאג שוין פאר א שיינע פאר חדשים די לעצטע שטיקל פון פרשת ויחי פון די הייליגע בת עין, איך האב פארגעסען צו עס לערנען היינט צופרי, מעג איך עס יעצט לערנען?
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”