מיין בלוטיגע פורים שפיל.

חיזוק ועידוד אין אלע מצבים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
וועלטס מבין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 11:53 pm
לאקאציע:ניו יארק

מיין בלוטיגע פורים שפיל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטס מבין »

איך וויל מיך פארשטעלן פאר א בער, וואס?  איך וויל מיך פארשטעלן פאר א בער, איך ווייס נישט צי ס'וועט זיין מיין סייז....

ער וויל זיין ווי א בער, וואס גיי איך זיין?
מיר איז עס שווער, איך האב נישט קיין פלאן.
המן מען הענגט, מיינע צרות איך ווער נישט פטור.
עס פייניגט און בענקט, איך זוך מיין פאטער.

זיך פארשטעלן ווי א האן, אין ארום גיין קרייען?
איך גיי עס נישט טאן, איך גיי נישט טרייען.
פארשטעלן ווי א עלעפאנט?, מיטן אראפגעלאזטע נאז?,
נישט אינטערעסאנט, כ'וועל ערקלערן פארוואס.

איך וויל זיך נישט פארשטעלן, זאג מיר פארוועמען.
איך גיי דא געפעלן, נישט מיינע פראבלעמען.

מיינע חבירים פארמאגן, א טאטע זיך צו באווייזן.
ביי מיר זיך שלאגן, איז מיין מאמע'ס שפייזן.

אלע קינדער קוקן ארויס, ס'קומט שוין פורים.
אין מיין צעבראכענע הויז, הער איך יעצט שיעורים.

ווען דיין טאטע וועט רופן, פרעגן אויב דו ווילסט גיין.
ער גייט זיין בגילופין, ענטפער אים א פעסטע ניין.
דארפסט אים די אמת זאגן, וואס עס באדערט דיר.
ער קען דיר נאך שלאגן, כאטש פאסירט האט עס קיינמאל פריער.

אויב די האסט מורא פון עמען, זאג אים עס קלאר .
אויב וועסטו זיך שעמען, האב איך געווארנט בעפאר.
זאלסט נאכדעם נישט פראבירן, ביי מיר זוכן שוץ.
איך גיי דיך איגנארירן, מוטשע דיך מיט דיין אייגענע שמוץ.

מאמי דאס אליין, רייסט אויף א לאטע.
שוין יעצט איך וויין, וויאזוי דו רופסט מיין טאטע.
איך האב אים ליעב אזוי, פונקט ווי דיר.
דאס איז מיין געבוי, פון ביידע איך עקזיסטיר.
איך ווער אין האלב צופליקט, ווען אזוי דו רעדסט.
פון דיר אפגערוקט, האסטו מיר יעצט.
טאקע יעצט בין איך קליין, אן אומבאהאלפן קינד.
איך וועל נאך אויפשטיין, און זעהן מיין וואונד.

איך גיי זיך נישט בענקן, נאך די סטראשען און שפילן.
אבער יא געדענקן, וויאזוי דו האסט מיר געמאכט פילן.

איך וויל צו מיין טאטע גיין, ס'איז פול די טייכל.
אויף פורים מיטאג וועל איך צוריק זיין, פארשטעלט מיט א שמייכל.

איידער מיר מען פארשרייט, דערמאנען איז מיר א חובה.
אויף טאטעס די זעלביגע גייט, אלא דיבור הכתוב בהווה.


גיבט מיר נאך איין מינוט, עס זאל ענק געפעלן.
מיין פורים שפיל מיט בלוט, וועל איך פאר-שטעלן.

פארן ניגון וועל איך נוצן, פון מגילת אסתר מיט געזאנג.
עס איז נישט קיין וויצן, נאר עס טוט מיר באנק.

1:
איך דריי זיך ארום אליין,
כבין געבליבן עלענד ווי א שטיין,
איך בין נאר א קליין אינגל,
מיין טאטע מאמע געווארן א סינגל,

1:
איך בין אריין געפאלן אין א זומפ,
אויפן גאס מען הענגט מיין שטרימפ,
איך בין אזוי ציקראכן,
איעדער מיט מיר טוט קאכן,

2:
פון איין מינוט אויפן צווייטע,
געכאפט א רגע א צעדרייטע,
העכער מיין קאפ זיך ביטער צופליקט,
אין יעדער שפירט זיך באגליקט,

2:
פון איין מינוט אויפן צווייטע,
געכאפט א רגע א צעדרייטע,
העכער מיין קאפ זיך ביטער צופליקט,
אין יעדער שפירט זיך באגליקט,

1:
נייע וועגן זיך זוכן,
מיין תכלית נישט פארקריכן,
מען קען זיך נישט אויפפירן ווי חיות,
נאר צוליב א פעלענדע שלום בית,

1:
מיר נאך א געלעגנהייט געבן,
צו קענען ווייטער אנגיין אין לעבן,
מען קען זיך נישט אויפפירן ווי חיות,
נאר צוליב א פעלענדע שלום בית,

2:
פון איין מינוט אויפן צווייטע,
מיט א שטארקע רצון א גרייטע,
הענגן די מחלוקת אויפן שטריק,
און לאזן מיך טרעפן דעם גליק,

2:
פון איין מינוט אויפן צווייטן,
קען מען די מצב בייטן,
עס פעלט נישט אויס די שטיק,
און גיבט מיר מיין לעבן צוריק,

1:
ענקער דיפערענצן וויל איך נישט הערן,
מיין לעבן איז שוין גענוג א שווערן,
מען קען זיך נישט אויפפירן ווי חיות,
נאר צוליב א פעלענדע שלום בית,

1:
איך וויל קענען גיין און קומען,
וויאזוי עס טוט מיר שטימען,
מען קען זיך נישט אויפפירן ווי חיות,
נאר צוליב א פעלענדע שלום בית,
ווייל א טאטע בלייבט א טאטע....
אוועטאר
ליטווישער
שר האלפיים
תגובות: 2017
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: מיין בלוטיגע פורים שפיל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

צו טרויעריג פאר חודש אדר, אבער מען דארף טאקע דאס האבן אין מיינד, אז אפילו פורים נעבעך.. אוי באשעפער העלף שוין אלע אידישע קינדער
די ניק איז מער נישט אקטיוו
אוועטאר
וועלטס מבין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 11:53 pm
לאקאציע:ניו יארק

Re: מיין בלוטיגע פורים שפיל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטס מבין »

אמת דאס איז צי טרויעריג פאר פורים.

איעדער וויל זיין בשמחה פורים, פאר אסאך פון אינזערע ברידער אין שוועסטער קומט די מצווה אן זייער זייער שווער.

מיטן ארויסווייזן אז זייער ווייטאג איז דערהערט, קענען זיי גיין ווייטער אין פראבירן צי זיין בשמחה.
ווייל א טאטע בלייבט א טאטע....
אוועטאר
ריעל ניוז
שר האלף
תגובות: 1653
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 16, 2021 10:50 pm

Re: מיין בלוטיגע פורים שפיל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריעל ניוז »

שארן בארן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5248
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2022 4:44 pm

Re: מיין בלוטיגע פורים שפיל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שארן בארן »

הארץ
אוועטאר
וועלטס מבין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 11:53 pm
לאקאציע:ניו יארק

Re: מיין בלוטיגע פורים שפיל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטס מבין »

ריעל ניוז האט געשריבן: זונטאג מארטש 17, 2024 2:35 pm
🙏🙏🙏🙏
ווייל א טאטע בלייבט א טאטע....
אוועטאר
וועלטס מבין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 11:53 pm
לאקאציע:ניו יארק

Re: מיין בלוטיגע פורים שפיל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטס מבין »

מיין בלוטיגע פורים שפיל ביי 104 מינוט אויף קול מבשר דרעזדנער-שמעלצער שמועס.

דרעזדנער-שמעלצער שמועס https://www.yiddish24.com/interviews/184/102991

יישר כח ר' יצחק שלמה און ר' וועלוול פאר די מיטגעפיל אין פאבליק אווערנעס.
ווייל א טאטע בלייבט א טאטע....
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1692
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: מיין בלוטיגע פורים שפיל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

וועלטס מבין האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 11:03 pm
מיין בלוטיגע פורים שפיל ביי 104 מינוט אויף קול מבשר דרעזדנער-שמעלצער שמועס.

דרעזדנער-שמעלצער שמועס https://www.yiddish24.com/interviews/184/102991

יישר כח ר' יצחק שלמה און ר' וועלוול פאר די מיטגעפיל אין פאבליק אווערנעס.
איך וויל אייך פשוט מחזק זיין.

ווען איך בין געווען א אינגל איז א ’בולי’ געווען א נערמאלע ערשיינונג. גענומען יארן ביז אפאר יחידים האבן מצליח געווען צו טוישן דעם ’מנהג’. היינט ווייסט שוין יעדער מלמד דאס אפצושטעלן תיכף ומיד. אבער עס האט גענומען יארן פאר די יחידים, קיינער ווייסט אפילו נישט צו געבן קרעדיט. (לדוגמה, דעם מאמענט העדליין ’מיין בלוט איז נישט הפקר’ האט געטוישט דעם היימישן וואטסאפ אויף אייביג. איינער געדענקט נאך אמאל ווי אזוי לצנות אויף א יחיד איז געווען א גאנגבארא ארטיקל??).

די זעלבע איז מיט אייך. עס איז ביטערלעך שווער וואס איר טוט, עס קאסט אייך אסאך כוחות דאס צו טוהן. אבער יבוא יומו ווען די היימישע וועלט וועט נישט קענען פארשטיין אז אפאר יאר צוריק האט מען רואיג גע’שחט’ן קינדער על אדמת קודש צוליב א גט. עס וועט נאך קומען א צייט ווען מ’וועט זיך שעמען צו עגריען אז אזא זאך האט אפילו פאסירט במחננו. איר וועט נאך זעהן חלקך בכל עמלך! לא רחוק יום אלא קרובה היא לבוא!!!

גייט ווייטער אן מיט אייער עבודת הקדוש!
אוועטאר
וועלטס מבין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 11:53 pm
לאקאציע:ניו יארק

Re: מיין בלוטיגע פורים שפיל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטס מבין »

כשר פאר תשעה באב.

viewtopic.php?p=4980701#p4980701
ווייל א טאטע בלייבט א טאטע....
שרייב תגובה

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”