ס׳איז תשעה באב! ליין נישט די אשכול! וויין עס!

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
מסילת ישרים
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 2:56 pm
לאקאציע:אינעם שענקל נעבן רב׳ס שטענדער

ס׳איז תשעה באב! ליין נישט די אשכול! וויין עס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסילת ישרים »

IMG_1195.jpeg
IMG_1195.jpeg (288.36 KiB) געזען 444 מאל
ס׳איז תשעה באב! ליין נישט די אשכול! וויין עס!
צו פייניגן אין הארגנען אידן האבן שוין אסאך אריינגעלייגט הארעוואניע,
פין פרעה אין מצרים ביז די אינקאוועזיציע אין שפאניע,
אין אלעס אינדערמיט אויך דעם פייער פין מישאל עזריה אין חנניה,
ביז ממש לעצטנס ביי די נאציס אין גרמניע,

אפילו אין אמעריקע ווי די אידן לעבן מיט די גוים פאניע,
קימט ארויס א שווארצע רעפ זינגער קאניע,
אין צינד אן א פייער אין לעשט אויס די הארעמאניע,
אין דאס יאר איז עס געווען די חמס טעראר אטאקע אנגעפירט דורך איסמאל האניע,

ליין נישט די שירות!, וויין עס!,
מען האט אינז פארברענט די ביהמ''ק הראשון והשנית,
אין די גלות ביי אינז ווי חריין איז
,

שמחת תורה תשפ״ד אקטאבער זיבן,
וועט אין היסטאריע ווערן פארשריבן,
אלץ א טאג וואס אידן זענען געווארן ציפליקט אין ציריבן,
גאנצע משפחות וואס איז פין זיי גארנישט געבליבן,

מיט אזא אכזריות איסגעהארגעט גלייך ציפרי נאך אין די פידשאמעס,
מאמעס פארנט פין די קינדער אין קינדער פארנט פין די מאמעס,
הינדערטע גענימען אלץ משכונות קיין עזה אין ווייסן נישט וואס די פלאן איז,
אין סווערט זיי נישט גרינגער ווען א וועלט פירער זאגט ״איך פארדאם עס״,

ליין נישט די שירות!, וויין עס!,
מען האט אינז פארברענט די ביהמ''ק הראשון והשנית,
אין די גלות ביי אינז ווי חריין איז
,

די טעראריסטן ווילן נאר פחד אנזייען,
כמעט יעדע טאג הערט מען פון שרעקליכע שיסערייען,
וואס האט שוין אוועקגענומען שטיקער פין אינזער פאלק פון אלע חסידות'ער קרייזן און פארטייען,
איבעראל אויף די וועלט עס העלפט נישט קיין שטארקע ארמייען,

מען הערט ליידער אזויפיל שרעקליכע מעשיות וואס מ׳קען נישט פארדייען,
פייער׳ס עקסדענטס אזויפיל זענען אויפן קראנקען בעט אן קיין היילונג אוי עזרי מאין,
מען האלט שוין ביי א מצב פין ידי נשים רחמניות בשלו ילדיהן,
וויפיל קליינע קינדער אליין געמאכט צי זייער לעבן א סוף זייערע עלטערן בליט טיען שפייען,

אוי אוי איך קען שוין נישט מער… נעם אוועק די גלות די ביהמ״ק טי שוין באנייען.

ליין נישט די שירות!, וויין עס!,
מען האט אינז פארברענט די ביהמ''ק הראשון והשנית,
אין די גלות ביי אינז ווי חריין איז
,
לישועתך קויתי ה׳
אוועטאר
מיינע געדאנקען
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2024 9:54 pm
לאקאציע:איבערן פאפיר

Re: ס׳איז תשעה באב! ליין נישט די אשכול! וויין עס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיינע געדאנקען »

דער אשכול נישט ליין-עס
נאר וויין - עס
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”