הלכות נעילת הסנדל

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
חיים97
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 03, 2024 10:05 am
לאקאציע:בארא פארק

הלכות נעילת הסנדל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים97 »

מען האלט יעצט מוצאי תשעה באב, און דער עולם האלט שוין נאכן אויס פאסטן.
און איך מיין דער עולם איז שוין צוריק צי נארמאל. ליידער!

איך וויל מיך שטעלן אויף איין נקודה,
איינער פון די הלכות פון תשעה באב איז אז מען טאר נישט גיין מיט לעדענע שיך.
גייט מען מיט קראקס , סליפערס, אדער פאפעטש.

איז אינטערסאנט צי הערן, היינט וואס איז געווארן א נארמאלע זאך אז א מענטש זאל גיין מיט קראקס,

נישט נאר דאס איך לדוגמה איז געהעריגע שיך נישט גוט פאר מיין פיס, איז ווען איך קום אריין אין מיין הויז גיי איך מיך גלייך אויסטוען מיין שיך אין אנטוען מיין קראקס, און איך טוע עס ווייל קראקס איז אסאך באקוועמערשּ פאר מיין פיס.
ווען איך קען ווען וואלט איך אזוי ארים געוואקט אויפן גאס אויכט, נאר ליידער איז עס נאכנישט קיין נארמאלע זאך.

איז מיין שאלה איז לכורה פאר מיר תשעה באב אסאך באקוועמער ווי א גאנצע יאר, ווייל איך פראביר די מערסטע צי גיין אן שיך און דא קומט מען זאגט מיר אז איך קען אזוי גיין א גאנצע טאג.

האלט איך אפשר היינט וואלט מען געדארפט שרייבן פארקערט.
שפילקעס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: הלכות נעילת הסנדל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

ס’דא וואס זענען מחמיר טאקע ווייל ס’הייסט נישט קיין עינוי.

אבער אנגענומען איז אז נאר אויב מ’גייט דערמיט ארויס אין גאס א גאנץ יאר דעמאלטס איז עס אסור.

קראקס איז (ביזדערווייל) נאך נישט אין די גדר.
ייחוס זוכער
שר האלף
תגובות: 1121
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 19, 2018 5:59 am

Re: הלכות נעילת הסנדל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ייחוס זוכער »

הגר"מ שטערנבוך שליט"א שרייבט טאקע מהאי טעמא נישט צו גיין מיט קראקס וואס מ'גייט מיט דעם א גאנץ יאהר רעגלמעסיג.
אוועטאר
כ'בין א פשוט'ער איד
שר האלף
תגובות: 1564
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 06, 2024 9:39 am

Re: הלכות נעילת הסנדל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'בין א פשוט'ער איד »

ייחוס זוכער האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 1:49 pm
הגר"מ שטערנבוך שליט"א שרייבט טאקע מהאי טעמא נישט צו גיין מיט קראקס וואס מ'גייט מיט דעם א גאנץ יאהר רעגלמעסיג.
ווי שרייבט ער דאס ?
עס וואלט געווען אינטערסאנט.
דער אייבירשטער האלט די רעכטע האנט!
ייחוס זוכער
שר האלף
תגובות: 1121
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 19, 2018 5:59 am

Re: הלכות נעילת הסנדל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ייחוס זוכער »

געזעהן די לעצטע וואך אין זיין בלעטל [וואס קומט ארויס יעדער וואך].
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”