אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

קרעדיט קארד
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 18, 2024 10:59 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעדיט קארד »

eller האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 6:22 pm
@קרעדיט קארד וואס מיינט דאס רֶגַ"ע???
Screenshot.png
Screenshot.png (24.53 KiB) געזען 1266 מאל

רגע האט גלייך געארבעט, בית האב איך זיך געדארפט אביסל ארום שפילן...
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10930
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע:דאנקט השי"ת

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

קרעדיט קארד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 2:10 pm
eller האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 6:22 pm
@קרעדיט קארד וואס מיינט דאס רֶגַ"ע???
Screenshot.png

רגע האט גלייך געארבעט, בית האב איך זיך געדארפט אביסל ארום שפילן...
יא אבער ערגעץ איז געשטאנען רגע ?
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
קרעדיט קארד
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 18, 2024 10:59 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעדיט קארד »

eller האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 2:40 pm
קרעדיט קארד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 2:10 pm
eller האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 6:22 pm
@קרעדיט קארד וואס מיינט דאס רֶגַ"ע???
Screenshot.png

רגע האט גלייך געארבעט, בית האב איך זיך געדארפט אביסל ארום שפילן...
יא אבער ערגעץ איז געשטאנען רגע ?
ניין. כהאב פשוט געזעהן ווי די הנהלה פארמעקט די אשכול מיט די אלע תגובות איבער די מאמענט-שטיבל צוזאמשטעל, און כהאב נישט געוואלט אז זיי זאלן פארמעקן אויך מיינס, האב איך געשריבן רגע אין פלאץ פון מאמענט, אז זייערע אטאמאטישע באט זאל עס נישט קענען אויפכאפן... אויסגעשפילט די סיסטעם...

אגב, וואס איז טאקע געווען פשט אז מהאט עס פארמעקט, איז עס אנהייב וואך נאכנישט געווען זיכער אז דאס איז וואס גייט געשעהן?
עסקינג פאר עי פרענד
קרעדיט קארד
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 18, 2024 10:59 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעדיט קארד »

סקוקט אויס אז סקומט גוטע צייטן...

כהאב געוואלט אריין קומען מיט אן אבזערוואציע איבער די פינעף הונדערסטע מאמענט, אבער למעשה האט זיך עס נישט אויסגעשטעלט.

איך קען אבער יא זאגן אז די אינטערוויו מיט דער יוד וואס האט געהאט 2 מאל יענע מעשה ה"י האט מיך פשוט צוגעברענגט צו וויינען. סאיז געווען אראפ געלייגט מיט אזא פאכמאנישקייט און מיט אזא פשטות. אריין געשניטן אינעם זיבעטן ריפ אן צו נוצן העכערע פאעטישע ווערטער. די טריקענקייט מיט וואס די ווערטער זענען געשריבן געווארן און די מעשיות וואס זענען אראפ געלייגט געווארן אן די דראמא פון ארום, פשוט די מעשה אזוי ווי סאיז געווען, דאס האט אריין געשמיסן און ארויס געטראסקעט א טוץ פון טרערן.

ירחם המרחם וואס די יודן מאכן אלס מיט. סהאט מיר ליטערלי איבער גענומען אויף א פארנעם וואס כ'גדענק זיך נישט האבן געווארן אזוי עמאציאנאל גערירט פון א געשריבענעם ארטיקל.

סהאט ארום גענומען די קענסער ליידנדע ה"י פון אלע אספעקטן און אלע הינזיכטן. די ארטיקל באקומט פון מיך א צענער אויף אלע פראנטן. די געבוי וויאזוי די ארטיקל איז געווארן אהער געשטעלט; די אינפארמאציע מיט וואס די ליינער זענען באוויסטזיניג געווארן; די פערזענליכע לעבן'ס געשיכטע ווי א מענטש פארציילט זיין לעבנס ערפארונג; די וועג וויאזוי די עמאציאנאלע חלקים זענען אראפ געלייגט געווארן, א שטייגער ווי די פארציילן ווי די פאטאגראפן זענען אראפ געקומען צו נעמען בילדער פון טאטי מיט די קינדער, ווען קיינער ווייסט נישט צו סאיז אפשר זייערע לעצטע מאל וואס זיי גייען זעהן זייערע טאטי אין זייערע גאנצע לעבן. יויש. באשעפער. די זינגען אין בית מדרש שמחת תורה ואזכה לראות בנים, איינגעוויקלט מיט די קינדער אינטערן טלית, ווערנדיג באגלייט מיט בכיות פונעם גאנצן בית מדרש, ווען קיינער ווייסט נישט צו אצינד האלטן זיי מיט דאס לעצטע יו"ט פונעם טאטן מיט די קינדער.

עניוועי. אזא ארטיקל דארף געליינט ווערן.

די שרייבער אברהם חיים ברוין האט דעליווערט א באמבע פון אן ארטיקל, און איך וואלט מיך געטרויט צו זאגן אז אין די היסטאריע פון מאמענט'ס אויפוואכונג סעריע ווי זיי האבן ארויף געברענגט יודן וואס האבן מיטגעמאכט כל מיני ווייטאגליכע געשיכטעס, איז נאך אזאנס נישט געווען. און לכאורה האט די ארטיקל איבערגעוואויגען אלע אנדערע ארטיקלען. סאיז געווען א מייסטער ארטיקל וואס האט באוויזן צו בארירן די טיפסטע סטרונעס פון הארץ.

סאיז טאקע געוווען די 500'סטע מאמענט. סאיז טאקע גארנישט געווען ספעציעל דערין. איך בין טאקע געווען גאר שטארק דיסעפוינטעט פון די רעדאקציע. אבער די ארטיקל 'גבורות לייבי' איז געווען א היט פון אן ארטיקל וואס סלאזט זיך זאגן אז סאיז נאך אינעם היימישן ליטעראטורישע היסטאריע אזאנס נישט געווען!

סאיז זייער שווער צו סעלעברירן א 500'סטע אויסגאבע מיט אזא הארץ רייסנדע ארטיקל, אבער מיט דעם אלעם האט די 500'סטע אויסגאבע פארמאגט אן היסטארישע ארטיקל, און אן ארטיקל וואס א נארמאלע שטייגערליכע מאגאזין אנטהאלט נישט און געווענליכע פעלער. און מקען אפשר זאגן אז לכבוד די 500'סטע אויסגאבע האט מען אזאנס אריין געשטעלט.

אבער, סאיז קלאר אז די מאמענט רעדאקציע וואלט געמעגט מאכן א ספעציעלע "מיטינג" בעפאר די 500'סטע מאגאזין, און אהער שטעלן וואס זיי קענען.

אבער לאמיר נישט ענדיגן מיט קריטיק. מקען זאגן אז ווי סקוקט אויס קומט מאסיווע גוטע נייעס! און מוועט זעהן וויאזוי זאכן גייען זיך אויסקאכן דא. און דערנאך דארף נאך נאכפאלגן אן ערנסטע "זיכרון להולכים" אבזערוואציע...
אוועטאר
קאטשקע פיס
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 08, 2024 4:02 pm
לאקאציע:כולל

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע פיס »

כ'האף ס'קומט א לענגערע אנאליז די וואך!
לאקינג פאוערד!
האסט מיר א גוטע איידיע פאר אן אינטערשריפט?

אישי!
אוועטאר
fiena nieas
שר ששת אלפים
תגובות: 6029
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

תגובה דורך fiena nieas »

קאטשקע פיס האט געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 24, 2024 11:00 pm
כ'האף ס'קומט א לענגערע אנאליז די וואך!
לאקינג פאוערד!
Can't wait

@קרעדיט קארד
קרעדיט קארד
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 18, 2024 10:59 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעדיט קארד »

אוקעי סאיז געשעהן. מאמענט האט זיך צאם געשטעלט מיט די שטיבל. סאיז ריעל.

הערליך. פאנטאסטיש.

איך מוז זאגן, כהאב גענומען די מאמענט אין האנט אריין און איך בין ממש נתפעל געווארן פון די ארבעט וואס די חברה האבן אריין געלייגט און מקען זאגן אז סאיז ממש א פנים חדשות באו לכאן.

אבער שלא כהרגלי און נישט ווי איך בין צוגעוואוינט וויל איך אצינד אנהייבן מיין וועכנטליכע אבזערוואציע מיט א קריטיק וואס איך האב.

איך וויל אנהייבן מיט א קריטיק וויבאלד איך האלט אז סאיז א טעות וואס איינער אינסייד די באערדע האט געטון און סאיז א זאך וואס מקען נאך צוריק דרייען און במילא וויל איך עס מעורר זיין גלייך, אז מזאל זיכער מאכן צוריק צו דרייען און פאררעכטן די מיסטעיק.

אסאך טוישונגען זענען געשעהן אינעם מאגאזין. קאלומס זענען צוגעקומען, קאלומס זענען געגאנגען, שטאב מיטגלידער האבן זיך געטוישט און סאיז נייע צייטן. סאיז נישט קיין סוד אז עטליכע קאלומס און רובריקן האבן זיך אצינד פארמאכט מיטן נייעם פארוואלטונג, סיי קאלומס פון מאמענט און סיי פון די שטיבל. און סאיז פשוט אזוי אז אויב דארף מען פון צוויי מאכן איינס וועלן עטליכע זיך מוזן טרעפן אינדערויסן. און סאיז עכט א ווייטאג אויף יעדע וואס איז געגאנגען. יעדער איינער האט זיך זיין אייגנארטיגקייט און יוניקנעס וואס ער האט געברענגט צום טיש מיט זיין טעם, און יעדער וואס גייט איז א פארלוסט.

סאיז אבער דא איין קאלום וואס האט זיך אויפגעהערט וואס לדעתי איז עס א ריזיגע מיסטעיק וואס מהאט געטון און סאיז עפעס וואס מעג נישט געשעהן.

סאיז דא אמאל איינער וואס שרייבט אינטרעסאנטע זאכן וועכנטליך און מקען דעבאטירן צו סאיז אינטערסאנט צו נישט. און די תשובה איז אייביג די זעלבע אז כשם שאין פרצופיהן שווין כך אין דעותיהן שווין און פאר יעדעם איז דא אן אנדערע קאלום וואס איז אים אינטרעסאנט. אדער ווי די שפריך ווארט גייט: על טעם וריח אין להתווכח. סאיז עפעס וואס יעדער האט אן אנדערע טעיסט.

איך גלייב אז די רעדאקציע איז געזעצן און בכובד ראש דן געווען וועלכע קאלומס זאלן בלייבן און וועלכע נישט. און זיי האבן גענומען החלטות אזוי ווי מקען זיך טאקע איבער צייגן ווען מהאט אפיר גענומען די לעצטע איבער געפרישטע מאמענט. און די אמת איז אז די מאגאזין איז זייערס און זיי האבן די פולסטן רעכט צו מחליט זיין וויאזוי סזאל ווערן געפירט און וועלכע רובריקן סזאלן ערשיינען.

סאיז אבער פארהאן אזא מין זאך ווי פארמאגן די טראסט פון די ליינער. דאס הייסט אז ווען איך קויף די מאמענט ווייס איך ביי מיך אז סקומט גוטע ווארע. פארוואס? וויבאלד זיי האבן אין די לעצטע פאר יאר אויפגעבויעט ביי מיך א טראסט אז די מאגאזין איז א גוטע און זיי שטעלן צו גוטע סחורה צו ליינען. זיי האבן מיין טראסט.

אבער. טראסט איז עפעס וואס מקען פארלירן אויב מען געבט נישט אבאכט און מגעבט נישט אכטונג צו מאכן זיכער אז די ליינער זאלן זיך פילן זיכער אז די חברה זענען דא צו דעליווערן.

צו וואו אהין ציל איך?

איינער פון די קאלומס וואס האבן זיך די וואך געענדיגט און סאיז שוין נישט ערשינען איז מיין בעסטע קאלום 'פארטאגס שפאציר'. ווי איך האב שוין עטליכע מאל ערווענט אין די אבזערוואציעס אז די קאלום איז די איינציגסטע קאלום וואס ברענגט עפעס זאכליך צום טיש וואס ווען מען ענדיגט עס צו ליינען האט מען עפעס קונה געווען פארן לעבן. און דאס האט אויפגעהערט צו ערשיינען.

סאיז גראדע נישט די איינציגסטע קאלום וואס האט אויפגעהערט צו ערשיינען די וואך, סאיז אבער יא די איינציגסטע פארזעצונג קאלום וואס האט זיך אויפגעהערט אינמיטן די פארזעצונג, און דא קום איך צו צום טראסט.

ווען סערשיינט א נייע פארזעצונג אין א מאגאזין, וויאזוי סארבעט נארמאל איז אז מליינט עס די ערשטע וואך און מגעבט א קוק מיטן ערשטן בליק צו סקוקט אויס אינטערסאנט און צו סכאפט די אויג. אויב זעהט מען אז סאיז אינטרעסאנט און סקוקט אויס ציענד טראכט מען עס נאכאמאל איבער צו סלוינט זיך עס אנצוהייבן צו ליינען און זיין אין א דראמא פארן קומענדיגן יאר, און ווען די קאלום ענדיגט זיך ביים סוף פונעם בלאט און סשטייט דארט 'פארזעצוונג קומענדיגע וואך אי"ה' און דו קענסט גארנישט טון חוץ פון זיך נעמען טאנצן און דו מוזט צו ווארטן נאך א גאנצע וואך ביז די המשך ערשיינט, און מען טראכט צו סלוינט זיך טאקע, און אויב איז מען מחליט אז יא, מגייט אריין טאנצן דערין, דעמאלט לייגט מען דאס ארויף אויפן ליסטע פון די קאלומס וואס זענען א מוז צו ליינען וועכנטליך ביי הוק און ביי קוק, זינט קומענדיגע וואך גייט עס שוין ווייטער און אויב האסטו נישט געליינט די וואכענדיגע וועסטו נישט וויסן די חלק און וועסט נישט פארשטיין די קומענדיגע וואכענדיגע, סא מען מוז עס ליינען יעדע וואך און אזוי גייט עס טאקע צו מיט די אלע פארזעצונגען.

שטעלט זיך די שאלה וויאזוי קען מען טאקע וויסן אז די פארזעצונג גייט זיך ענדיגן, אפשר גייט די רעדאקציע מחליט זיין עס אפצושטעלן ערגעץ אינמיטן די פארזעצונג און נישט צוענדיגן צו פובליצירן די ענדע? איז די פשוטע ענטפער דערויף איז, אז כהאב א טראסט אינעם מאגאזין רעדאקציע אז אויב האבן זיי אנגעהויבן א פארזעצונג וועלן זיי זיכער מאכן עס צו ענדיגן ביזן סוף. פארוואס טראסט איך זיי? פאר 2 סיבות. קודם כל וויבאלד זיי זענען מענטשן און נישט קיין חיות פון וואלד, און אויב האבן זיי אנגעהויבן א פארזעצונג איז עס די נארמאלסטע מינימאלסטע מענטשליכסטע רעכט דענקיגע ציוויליזירטע זאך עס צו ענדיגן ביזן סוף. און די צווייטע סיבה איז וויבאלד זיי פלאנען נישט צו פארמאכן די מאגאזין מארגן און אויב גייען זיי אויפהערן א פארזעצונג אינמיטן די געשיכטע, גייען זיי פארלירן די טראסט פון די ליינערס און מגייט שוין מורא באקומען צו ליינען עפעס וואס ענדיגט זיך נישט יענע וואך וויבאלד מקען שוין נישט וויסן צו סגייט טאקע קומענדיגע וואך ערשיינען די המשך, און עווענטועל קען א מאגאזין נישט צו לאנג עקזעסטירן ווען זיי פארמאגן נישט קיין טראסט פון די ליינערס. וויבאלד אפילו אויב מגייט עס ווייטער קויפן וועט אבער די קאסטומער אלס געדענקען אז מקען נישט טראסטן די מאגאזין מיט גארנישט. און עווענטועל דרייט זיך דאס רעדל, און ביי די ערשטע געלגענהייט וואס די קאסטומער וועט זעהן א נייע אלטערנאטיוו צו זיין אלטע אומטראסטבארע מאגאזין און ער וועט זעהן אז סאיז דא איינער וואס קען אים צושטעלן בערך דאס זעלביגע און אין צוגאב קען מען יענעם טראסטן, וועט די קאסטומער עווענטועל אפלאזן די אלטע מאגאזין און אריבער גיין צום נייעם אלטערנאטיוון. און במילא טאקע וויבאלד די ליינער ווייסט אז קיין שום מאגאזין רעדאקציע וויל נישט אזאנס, גייט די רעדאקציע זיכער מאכן אז קיין שום פארזעצונג האקט זיך נישט אפ אינמיטן, און במילא קען מען טראסטן די מאגאזין און אנהייבן ליינען א נייע פארזעצונג ווען סערשיינט און מען דארף נישט מורא האבן אז סגייט געשעהן דאס אומגלויבליכע אז א רעדאקציע זאל אפהאקן א פארזעצונג אינמיטן וואס סלויפט.

אזוי האב איך אייביג געהאט געמיינט. ביז: כהאב אפיר גענומען דאס לעצטע מאמענט און געזעהן טאקע אט דאס אומגלויבליכע און שכללאזע אקט, אז די רעדאקציע האט פשוט אפגעהאקט א פארזעצונג אינמיטן די געשיכטע. אין אנהייב האט זיך עס נישט געוואלט גלייבן. סהאט עפעס נישט געמאכט קיין סענס און סהאט עפס נישט פארמאגט קיין האפט אין זיך אז איך זאל עכט טראכטן אז דאס אומציווליזירטע אקט איז ווירקליך געשעהן, אבער נאכן אריבער מישן ביידע ביכער פון אנהייבן ביזן סוף און פונעם סוף צום אנהייב און זיך אמתדיג אנקערן מיטן מאדנעם און פילייכט אויפרעגנדע זאך אז די פארזעצונג האט זיך פשוט און גראד אפגעהאקט אינמיטן די געשיכטע האב איך אנגעהויבן צו טראכטן אז עפעס ערנסט האט געמוזט פאסירן מיט די רעדאקציע אז זיי זענען פשוט דא אויף א זעלבסט-מארד מיסיע פון זיך שיסן אליינס אינעם פיס.

סאיז דאך עפעס נישט נארמאל דאס. די פארטאגס שפאציר האט געהאלטן ביי די בעסטע שטאפלען פון סיי ווען, ער האט זיך שוין געריקט צו פלעצער וואו ער האט נאך קיינמאל אנגעכאפט און סהאט שוין ווירקליך אנגעמאכט פערזענליכע טוישונגען אין מיין פריוואטן לעבן. און איך זאג עס נישט יעצט ווייל אזוי מאכט עס אויס קוקן בעסער די גאנצע סיטואציע דא, איך זאג עס ווייל דאס איז די מציאות. און איך מיין עס ערנסט. די פארטאגס שפאציר האט שוין געהעריג אנגעהויבן אריין צו גיין אינעם מסביר זיין און צונעמען אויף קליין געלט די 6 זאכן וואס מזאל מאכן יעדן צופרי. ער האט שוין גאר גוט מסביר געווען די מעדיטאציע מעטאד, און ער האט שוין אנגעהויבן מסביר צו זיין די אפירמאציע מעטאד פונקטליך וואס דאס איז און וויאזוי מען פראקטיצירט דאס, און דאן איז עס געשעהן. נישט מער און נישט ווייניגער, די פארטאגס שפאציר עקזעסטירט שוין נישט. אוי באשעפער, למען השם, פונקט פארטאגס שפאציר האט מען געדארפט ענדיגן פון אלע קאלומס און רובריקן? דאס מוז זיין א געהעריג דזשאוק. דאס קען נישט זיין ערנסט. דאס מאכט דאך געהעריג נישט קיין סענס. די איינציגסטע קאלום וואס ברענגט צום טיש עפעס זאכליך און עכט וואס רעדט צום מענטש פאר זיין פריוואטן לעבן, און פונקט דאס האט מען געדארפט אפהאקן?

און אפגערעדט פון דעם אז דאס איז די בעסטע קאלום איז עס דאך א פארזעצונג, סהאט דאך א המשך, סהאלט אינמיטן די געשיכטע, אפצוהאקן א פארזעצונג אינמיטן איז א געהעריג קריים! סאיז א געהעריגע קריים. דאס איז א זאך וואס איז אומדעהערט און אומאקצעפטירבאר!

אויב האבן די מקבלי ההחלטות געהאלטן אז די קאלום איז נישט אינטרעסאנט האבן זיי געהאט איין אפציע, און דאס איז: עס נישט אנצוהייבן. די סעקונדע וואס די פארטאגס שפאציר סעריע האט זיך אנגעהויבן, טאר נישט און מעג נישט און קען נישט געשעהן אזא מין סיטואציע אז סהאקט זיך אפ אינמיטן!

איך צוזאמען מיט נאך פולע הונדערטע ליינערס פלעגן זיך דערקוויקן דערמיט וועכנטליך, איך פלעג ארויס קוקן יעדע וואך פאר די קומענדיגע המשך פון די קאלום, און אז מהאקט אפ אזא סעריע אינמיטן די געשיכטע ברענגט דאס צו צו פארלירן די טראסט אינעם מאגאזין, און כווייס שוין נישט צו סאיז עפעס וואס פארמאגט נאך די ווירדן וואס ספלעגט אמאל אנטהאלטן.

און איך פארשטיי אז די רעדאקציע איז א נייע, און סאיז נישט זיי די וואס האבן עס אנגעהויבן. אבער דאס איז קיין תירוץ נישט, זינט אונז אלע ווייסן מיר אז רובו ככולו פונעם אלטן מאמענט שטאב איז געבליבן און איז אויך אינעם נייעם שטאב. און אפילו די רעדאקטאר וואס איז יא ניי, האט דאך אבער איבער גענומען די ברענד פון די פריעדיגע רעדאקטער. און צווישן מיך און דיך איז דאך די אדמיניטראטאר געבליבן די זעלבע, און זיי אפעלירן צום זעלבן באזע. סא דאס איז קיין תירוץ נישט, און סבארעכטיגט נישט די עוולה וואס איז דא געטון געווארן.

איך וויל אבער נאך יא געבן מיין טראסט צום מאגאזין און סקוקט באמת אויס אז די נייע חברה זענען דא צו ארבעטן, און איך בין זיכער אז סאיז פשוט עפעס אן אומריכטיגע קאלקולאציע און חשבון וואס איינער דארט האט געמאכט בעפארן נעמען די החלטה פון ענדיגן די פארטאגס שפאציר, און מדארף עס פשוט מעורר זיין די רעדאקציע אז זיי זאלן וויסן אז זיי מאכן דא א ריזיגע מיסטעיק. איז וויל איך וויסן אויב איינער דא האט עפעס א ווירקזאמע וועג וואס קען צוריק ברענגען די פארטאגס שפאציר קאלום און איינוועגס צוריק ברענגען די טראסט פונעם מאגאזין צום ליינער. אויב האט איינער דעמאלט זאל ער מוחל זיין און עס מעלדן אדער קומען אין אישי.

איך האב געטראכט פון שיקן אן אימעיל צום רעדאקציע, אבער מיר אלע ווייסן דאך אז אויב האלט מען נישט ביים צוריק ענטפערן קען זיך די אימעיל אויסטויש ענדיגן ביים ערשטן אימעיל און מקען גארנישט טון. סא איך זוך עפעס א ווירקזאמע וועג וואס זאל קענען צוריק ברענגען די פארטאגס שפאציר און צוריק שטעלן די מאמענט אויף אירע רעלסן.

דער וואס האט א ווירזאמע וועג זאל זיך פליז מעלדן.

די אמת איז אז כהאב אזוי פיל צו קאמענטירן און אבזערווירן איבער די נייעם איבער געמאכטן מאמענט. אנגעהויבן פון די נייע שטאב, די נייע אדמיניסטראטאר, רעדאקציע, רעדאקטאר, מענעדשער און נייע אונער און בעל הבית פון די מאמענט. דערנאך איבער די גרעסטע חידוש בעיני וואס דאס איז די נייע קאלום פון אליעזר ראזען, נאכגעפאלגט מיטן נייעם קאלום פון מענדי אונגאר. אן אבזערוואציע איבער די נייע רעדאקטאר שמואל הערמאן. די חתונה פון די 2 שוואגערס אין טעלערלעך. און נאך פיל מיט אינטרעסאנטע מערקבארע אבזערוואציעס און קרישקעלעך וואס איך האב צו קאמענטירן אויפן נייעם איבער געמאכטן מאמענט מאגאזין.

אבער סאיז מיך שווער זיך צאם צונעמען און שרייבן אויף א מאגאזין וואס האט ליידער פארלוירן מיין טראסט און חשיבות ווען זיי קענען געהעריג אפהאקן א פארזעצונג אינמיטן די געשיכטע פאסירט. און איך וויל גראדע יא שרייבן מיינע אבזערוואציעס אבער איך קום קודם ארויס מיט א רוף צום ציבור, ווער סהאט עפעס א ווירקזאמע מהלך וויאזוי מקען צוריק ברענגען דעם פארטאגס שפאציר זאל זיך פליז מעלדן דא אדער אין אישי. און איינמאל די זאך וועט ווערן מסודר און די פארטאגס שפאציר וועט צוריק קומען און אזוי אויך די טראסט צום מאגאזין וועט צוריק קומען, וועט מען בעזר השם זיך נעמען אראפ שרייבן א געהעריגע אבזערוואציע איבער די נייע איבער געמאכטע מאמענט מאגאזין.

אדערווייל, אויב האסטו עפעס א ווירקזאמע מהלך אדער מיטל צוריק צו ברענגען דעם פארטאגס שפאציר איז לאז דיך הערן. מיט פיל דאנק פון פאראויס.
אוועטאר
fiena nieas
שר ששת אלפים
תגובות: 6029
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

דו ביסט מיליון פראצענט גערעכט און סאיז א עולה שאין כמוהו אפגעזעהן צו סאיז אינטערסאנט דעי קאלום צו נישט און גראדע איז עס גאר גאר אינטערסאנט איז עס אן המשכה און אן המשכה סטאפט מען נישט!!! פאר קיין געלט און דער וועלט

איך האף אז די רעדאקציע וועט זיך איבערקלערן ווייל סמאכט נישט קיין סענס וואס זיי האבן געטון!

viewtopic.php?p=5355094#p5355094

קרעדיט קארד איך האב דיר געפעדערט אפילו
דורכגייער
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 17, 2021 8:32 pm

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורכגייער »

אן אימעיל טוט די מערסטע אויף, עס האט נאך קיינמאל פאסירט אז איך זאל זיי שיקן אן אימעיל און נישט צוריק הערן פון זיי!
אוועטאר
קאטשקע פיס
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 08, 2024 4:02 pm
לאקאציע:כולל

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע פיס »

די מוזט דיך אביסל בארוהיגן, כפארשטיי דיר הינדערט פראצענט! סאיז טאקע א גרויסע עולה, און ס'נעמט אוועק די טראסט פין די ליינער, אבער טריי צי קוקן אויף די ביגער פיקטשער, סאיז דא אסאך מענטשן ובתוכם אני הקטן, וואס די קאלום איז מיר געקראכן אויף די געהירן, און עס אריבערגעמישט יעדע וואך,
און מהאט דא צזאמגעשטעלט 2 מאגאזינען און זיי האבן געמיזט אראפנעמען אסאך קאלומס, אפי' אסאך מענטשן גייען זיין דיסעפוינטיד, און סדא אסאך אנדערע קאלומס וואס זיי האבן געהאלטן אז די עולם גייט מער אפרישיעטן! און זיי האבן געמיזט אראפ נעמען אנדערע זאכן אויף די חשבון,

סא איך בעט דיך! טריי אביסל צי דן זיין לכף זכות און גיי אן ווייטער מיט דיינע אנאליזן! איך קוק ארויס דערויף יעדע וואך!
האסט מיר א גוטע איידיע פאר אן אינטערשריפט?

אישי!
אוועטאר
פראפעסאר
שר האלף
תגובות: 1301
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:01 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראפעסאר »

@קרעדיט קארד ביסט 100% גערעכט לגבי די נושא פון פארזעצונג, הייליג, אבער די עצם קאלום איז א מעטטער אף טעיסט, איך האלט עס איז געווען צו אויסגעצויגן...
Letshelpothers האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 8:26 pm
שלות הנפש איז נישט קיין דעיסטינעישן - עס איז דא יעצט.
אוועטאר
fiena nieas
שר ששת אלפים
תגובות: 6029
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

פראפעסאר האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2024 3:29 pm
@קרעדיט קארד ביסט 100% גערעכט לגבי די נושא פון פארזעצונג, הייליג, אבער די עצם קאלום איז א מעטטער אף טעיסט, איך האלט עס איז געווען צו אויסגעצויגן...
גראדע לעצטענס האט ער אנגעפאנגן צו ג'יין שנעלער
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6969
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

מיין אפיניאן איז אז עס איז א מאסיווער ארטיקל אונטער די ראנג קעפל.
אויפשטיין פארטאגס איז נאר דער טפל דערפון, עס וואלט געווען פיל מער פאסיג צו מאכן עפעס א בעסערע נאמען, און עס וואלט געברענגט מער מענטשן צו ליינען.
אוועטאר
fiena nieas
שר ששת אלפים
תגובות: 6029
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

סאיז עכט נישט מעלה און נישט מוריד אויב סאיז א גוטע ארטיקל צו נישט פונקט ווי ביי די צוויי המשכה מעשות איז זיי נישט בייגעפאלן אראפצונעמען ווייל סאיז אן המשכה ממילה קען מען עס נישט סטאפן כן הדבר הזה
אוועטאר
fiena nieas
שר ששת אלפים
תגובות: 6029
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

למעשה האבן זיי פארלוירן א קנאדיגע אבזערטואציע ארטיקל פון די נייע מאמענט וועגן זייער נארישע דעסידזען....
אוועטאר
איש ציון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3499
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע:רפיח, ארץ ישראל

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

@fiena nieas זאג מיר נישט אז די שרייבסט די פארטאגס שפאציר, כ'קען גראדע די שרייבער (און איין ניק זיינע אויך...)
זוכט איר א מגיה פאר אייער ספר/גליון וכדומה, דאן קומט אריין אין אישי.
אוועטאר
fiena nieas
שר ששת אלפים
תגובות: 6029
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

איש ציון האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 9:55 pm
@fiena nieas זאג מיר נישט אז די שרייבסט די פארטאגס שפאציר, כ'קען גראדע די שרייבער (און איין ניק זיינע אויך...)
גראדע נישט. וואס זאגט ער? ער האט הנאה אז די עולם בענקט צו זיין ארטיקל?... סקימט למעשה ציריק?
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6165
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

קרעדיט קארד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2024 11:17 am
די אמת איז אז כהאב אזוי פיל צו קאמענטירן און אבזערווירן איבער די נייעם איבער געמאכטן מאמענט. אנגעהויבן פון די נייע שטאב, די נייע אדמיניסטראטאר, רעדאקציע, רעדאקטאר, מענעדשער און נייע אונער און בעל הבית פון די מאמענט. דערנאך איבער די גרעסטע חידוש בעיני וואס דאס איז די נייע קאלום פון אליעזר ראזען, נאכגעפאלגט מיטן נייעם קאלום פון מענדי אונגאר. אן אבזערוואציע איבער די נייע רעדאקטאר שמואל הערמאן. די חתונה פון די 2 שוואגערס אין טעלערלעך. און נאך פיל מיט אינטרעסאנטע מערקבארע אבזערוואציעס און קרישקעלעך וואס איך האב צו קאמענטירן אויפן נייעם איבער געמאכטן מאמענט מאגאזין.

אבער סאיז מיך שווער זיך צאם צונעמען און שרייבן אויף א מאגאזין וואס האט ליידער פארלוירן מיין טראסט און חשיבות ווען זיי קענען געהעריג אפהאקן א פארזעצונג אינמיטן די געשיכטע פאסירט. און איך וויל גראדע יא שרייבן מיינע אבזערוואציעס אבער איך קום קודם ארויס מיט א רוף צום ציבור, ווער סהאט עפעס א ווירקזאמע מהלך וויאזוי מקען צוריק ברענגען דעם פארטאגס שפאציר זאל זיך פליז מעלדן דא אדער אין אישי. און איינמאל די זאך וועט ווערן מסודר און די פארטאגס שפאציר וועט צוריק קומען און אזוי אויך די טראסט צום מאגאזין וועט צוריק קומען, וועט מען בעזר השם זיך נעמען אראפ שרייבן א געהעריגע אבזערוואציע איבער די נייע איבער געמאכטע מאמענט מאגאזין.
טראסט אין אייוועלט האסטו נאך? דאן ביטע קום אריין מיט א קלארע אבזערוואציע, האסטאך קיינמאל געשריבן פאר די מאמענט נאר פאר אונז…
יעדע מענטש שטארבט, נישט יעדער לעבט…
מטעמים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:49 pm
איך בין מיט אייוועלט!!! איך בין א אבימלך איד!!!
אוועטאר
איש ציון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3499
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע:רפיח, ארץ ישראל

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

fiena nieas האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 28, 2024 11:09 pm
איש ציון האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 9:55 pm
@fiena nieas זאג מיר נישט אז די שרייבסט די פארטאגס שפאציר, כ'קען גראדע די שרייבער (און איין ניק זיינע אויך...)
גראדע נישט. וואס זאגט ער? ער האט הנאה אז די עולם בענקט צו זיין ארטיקל?... סקימט למעשה ציריק?
כ'האב אים שוין לאנג געוואלט זאגן אז ער ציעט עס אויס אביסל טאו מאדזש... אבער דאכט זיך אז אויפדערווייל קומט עס נישט צוריק.
זוכט איר א מגיה פאר אייער ספר/גליון וכדומה, דאן קומט אריין אין אישי.
אוועטאר
איש ציון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3499
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע:רפיח, ארץ ישראל

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

◄ ווייז ספוילער
קרעדיט קארד האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2024 11:17 am
אוקעי סאיז געשעהן. מאמענט האט זיך צאם געשטעלט מיט די שטיבל. סאיז ריעל.

הערליך. פאנטאסטיש.

איך מוז זאגן, כהאב גענומען די מאמענט אין האנט אריין און איך בין ממש נתפעל געווארן פון די ארבעט וואס די חברה האבן אריין געלייגט און מקען זאגן אז סאיז ממש א פנים חדשות באו לכאן.

אבער שלא כהרגלי און נישט ווי איך בין צוגעוואוינט וויל איך אצינד אנהייבן מיין וועכנטליכע אבזערוואציע מיט א קריטיק וואס איך האב.

איך וויל אנהייבן מיט א קריטיק וויבאלד איך האלט אז סאיז א טעות וואס איינער אינסייד די באערדע האט געטון און סאיז א זאך וואס מקען נאך צוריק דרייען און במילא וויל איך עס מעורר זיין גלייך, אז מזאל זיכער מאכן צוריק צו דרייען און פאררעכטן די מיסטעיק.

אסאך טוישונגען זענען געשעהן אינעם מאגאזין. קאלומס זענען צוגעקומען, קאלומס זענען געגאנגען, שטאב מיטגלידער האבן זיך געטוישט און סאיז נייע צייטן. סאיז נישט קיין סוד אז עטליכע קאלומס און רובריקן האבן זיך אצינד פארמאכט מיטן נייעם פארוואלטונג, סיי קאלומס פון מאמענט און סיי פון די שטיבל. און סאיז פשוט אזוי אז אויב דארף מען פון צוויי מאכן איינס וועלן עטליכע זיך מוזן טרעפן אינדערויסן. און סאיז עכט א ווייטאג אויף יעדע וואס איז געגאנגען. יעדער איינער האט זיך זיין אייגנארטיגקייט און יוניקנעס וואס ער האט געברענגט צום טיש מיט זיין טעם, און יעדער וואס גייט איז א פארלוסט.

סאיז אבער דא איין קאלום וואס האט זיך אויפגעהערט וואס לדעתי איז עס א ריזיגע מיסטעיק וואס מהאט געטון און סאיז עפעס וואס מעג נישט געשעהן.

סאיז דא אמאל איינער וואס שרייבט אינטרעסאנטע זאכן וועכנטליך און מקען דעבאטירן צו סאיז אינטערסאנט צו נישט. און די תשובה איז אייביג די זעלבע אז כשם שאין פרצופיהן שווין כך אין דעותיהן שווין און פאר יעדעם איז דא אן אנדערע קאלום וואס איז אים אינטרעסאנט. אדער ווי די שפריך ווארט גייט: על טעם וריח אין להתווכח. סאיז עפעס וואס יעדער האט אן אנדערע טעיסט.

איך גלייב אז די רעדאקציע איז געזעצן און בכובד ראש דן געווען וועלכע קאלומס זאלן בלייבן און וועלכע נישט. און זיי האבן גענומען החלטות אזוי ווי מקען זיך טאקע איבער צייגן ווען מהאט אפיר גענומען די לעצטע איבער געפרישטע מאמענט. און די אמת איז אז די מאגאזין איז זייערס און זיי האבן די פולסטן רעכט צו מחליט זיין וויאזוי סזאל ווערן געפירט און וועלכע רובריקן סזאלן ערשיינען.

סאיז אבער פארהאן אזא מין זאך ווי פארמאגן די טראסט פון די ליינער. דאס הייסט אז ווען איך קויף די מאמענט ווייס איך ביי מיך אז סקומט גוטע ווארע. פארוואס? וויבאלד זיי האבן אין די לעצטע פאר יאר אויפגעבויעט ביי מיך א טראסט אז די מאגאזין איז א גוטע און זיי שטעלן צו גוטע סחורה צו ליינען. זיי האבן מיין טראסט.

אבער. טראסט איז עפעס וואס מקען פארלירן אויב מען געבט נישט אבאכט און מגעבט נישט אכטונג צו מאכן זיכער אז די ליינער זאלן זיך פילן זיכער אז די חברה זענען דא צו דעליווערן.

צו וואו אהין ציל איך?

איינער פון די קאלומס וואס האבן זיך די וואך געענדיגט און סאיז שוין נישט ערשינען איז מיין בעסטע קאלום 'פארטאגס שפאציר'. ווי איך האב שוין עטליכע מאל ערווענט אין די אבזערוואציעס אז די קאלום איז די איינציגסטע קאלום וואס ברענגט עפעס זאכליך צום טיש וואס ווען מען ענדיגט עס צו ליינען האט מען עפעס קונה געווען פארן לעבן. און דאס האט אויפגעהערט צו ערשיינען.

סאיז גראדע נישט די איינציגסטע קאלום וואס האט אויפגעהערט צו ערשיינען די וואך, סאיז אבער יא די איינציגסטע פארזעצונג קאלום וואס האט זיך אויפגעהערט אינמיטן די פארזעצונג, און דא קום איך צו צום טראסט.

ווען סערשיינט א נייע פארזעצונג אין א מאגאזין, וויאזוי סארבעט נארמאל איז אז מליינט עס די ערשטע וואך און מגעבט א קוק מיטן ערשטן בליק צו סקוקט אויס אינטערסאנט און צו סכאפט די אויג. אויב זעהט מען אז סאיז אינטרעסאנט און סקוקט אויס ציענד טראכט מען עס נאכאמאל איבער צו סלוינט זיך עס אנצוהייבן צו ליינען און זיין אין א דראמא פארן קומענדיגן יאר, און ווען די קאלום ענדיגט זיך ביים סוף פונעם בלאט און סשטייט דארט 'פארזעצוונג קומענדיגע וואך אי"ה' און דו קענסט גארנישט טון חוץ פון זיך נעמען טאנצן און דו מוזט צו ווארטן נאך א גאנצע וואך ביז די המשך ערשיינט, און מען טראכט צו סלוינט זיך טאקע, און אויב איז מען מחליט אז יא, מגייט אריין טאנצן דערין, דעמאלט לייגט מען דאס ארויף אויפן ליסטע פון די קאלומס וואס זענען א מוז צו ליינען וועכנטליך ביי הוק און ביי קוק, זינט קומענדיגע וואך גייט עס שוין ווייטער און אויב האסטו נישט געליינט די וואכענדיגע וועסטו נישט וויסן די חלק און וועסט נישט פארשטיין די קומענדיגע וואכענדיגע, סא מען מוז עס ליינען יעדע וואך און אזוי גייט עס טאקע צו מיט די אלע פארזעצונגען.

שטעלט זיך די שאלה וויאזוי קען מען טאקע וויסן אז די פארזעצונג גייט זיך ענדיגן, אפשר גייט די רעדאקציע מחליט זיין עס אפצושטעלן ערגעץ אינמיטן די פארזעצונג און נישט צוענדיגן צו פובליצירן די ענדע? איז די פשוטע ענטפער דערויף איז, אז כהאב א טראסט אינעם מאגאזין רעדאקציע אז אויב האבן זיי אנגעהויבן א פארזעצונג וועלן זיי זיכער מאכן עס צו ענדיגן ביזן סוף. פארוואס טראסט איך זיי? פאר 2 סיבות. קודם כל וויבאלד זיי זענען מענטשן און נישט קיין חיות פון וואלד, און אויב האבן זיי אנגעהויבן א פארזעצונג איז עס די נארמאלסטע מינימאלסטע מענטשליכסטע רעכט דענקיגע ציוויליזירטע זאך עס צו ענדיגן ביזן סוף. און די צווייטע סיבה איז וויבאלד זיי פלאנען נישט צו פארמאכן די מאגאזין מארגן און אויב גייען זיי אויפהערן א פארזעצונג אינמיטן די געשיכטע, גייען זיי פארלירן די טראסט פון די ליינערס און מגייט שוין מורא באקומען צו ליינען עפעס וואס ענדיגט זיך נישט יענע וואך וויבאלד מקען שוין נישט וויסן צו סגייט טאקע קומענדיגע וואך ערשיינען די המשך, און עווענטועל קען א מאגאזין נישט צו לאנג עקזעסטירן ווען זיי פארמאגן נישט קיין טראסט פון די ליינערס. וויבאלד אפילו אויב מגייט עס ווייטער קויפן וועט אבער די קאסטומער אלס געדענקען אז מקען נישט טראסטן די מאגאזין מיט גארנישט. און עווענטועל דרייט זיך דאס רעדל, און ביי די ערשטע געלגענהייט וואס די קאסטומער וועט זעהן א נייע אלטערנאטיוו צו זיין אלטע אומטראסטבארע מאגאזין און ער וועט זעהן אז סאיז דא איינער וואס קען אים צושטעלן בערך דאס זעלביגע און אין צוגאב קען מען יענעם טראסטן, וועט די קאסטומער עווענטועל אפלאזן די אלטע מאגאזין און אריבער גיין צום נייעם אלטערנאטיוון. און במילא טאקע וויבאלד די ליינער ווייסט אז קיין שום מאגאזין רעדאקציע וויל נישט אזאנס, גייט די רעדאקציע זיכער מאכן אז קיין שום פארזעצונג האקט זיך נישט אפ אינמיטן, און במילא קען מען טראסטן די מאגאזין און אנהייבן ליינען א נייע פארזעצונג ווען סערשיינט און מען דארף נישט מורא האבן אז סגייט געשעהן דאס אומגלויבליכע אז א רעדאקציע זאל אפהאקן א פארזעצונג אינמיטן וואס סלויפט.

אזוי האב איך אייביג געהאט געמיינט. ביז: כהאב אפיר גענומען דאס לעצטע מאמענט און געזעהן טאקע אט דאס אומגלויבליכע און שכללאזע אקט, אז די רעדאקציע האט פשוט אפגעהאקט א פארזעצונג אינמיטן די געשיכטע. אין אנהייב האט זיך עס נישט געוואלט גלייבן. סהאט עפעס נישט געמאכט קיין סענס און סהאט עפס נישט פארמאגט קיין האפט אין זיך אז איך זאל עכט טראכטן אז דאס אומציווליזירטע אקט איז ווירקליך געשעהן, אבער נאכן אריבער מישן ביידע ביכער פון אנהייבן ביזן סוף און פונעם סוף צום אנהייב און זיך אמתדיג אנקערן מיטן מאדנעם און פילייכט אויפרעגנדע זאך אז די פארזעצונג האט זיך פשוט און גראד אפגעהאקט אינמיטן די געשיכטע האב איך אנגעהויבן צו טראכטן אז עפעס ערנסט האט געמוזט פאסירן מיט די רעדאקציע אז זיי זענען פשוט דא אויף א זעלבסט-מארד מיסיע פון זיך שיסן אליינס אינעם פיס.

סאיז דאך עפעס נישט נארמאל דאס. די פארטאגס שפאציר האט געהאלטן ביי די בעסטע שטאפלען פון סיי ווען, ער האט זיך שוין געריקט צו פלעצער וואו ער האט נאך קיינמאל אנגעכאפט און סהאט שוין ווירקליך אנגעמאכט פערזענליכע טוישונגען אין מיין פריוואטן לעבן. און איך זאג עס נישט יעצט ווייל אזוי מאכט עס אויס קוקן בעסער די גאנצע סיטואציע דא, איך זאג עס ווייל דאס איז די מציאות. און איך מיין עס ערנסט. די פארטאגס שפאציר האט שוין געהעריג אנגעהויבן אריין צו גיין אינעם מסביר זיין און צונעמען אויף קליין געלט די 6 זאכן וואס מזאל מאכן יעדן צופרי. ער האט שוין גאר גוט מסביר געווען די מעדיטאציע מעטאד, און ער האט שוין אנגעהויבן מסביר צו זיין די אפירמאציע מעטאד פונקטליך וואס דאס איז און וויאזוי מען פראקטיצירט דאס, און דאן איז עס געשעהן. נישט מער און נישט ווייניגער, די פארטאגס שפאציר עקזעסטירט שוין נישט. אוי באשעפער, למען השם, פונקט פארטאגס שפאציר האט מען געדארפט ענדיגן פון אלע קאלומס און רובריקן? דאס מוז זיין א געהעריג דזשאוק. דאס קען נישט זיין ערנסט. דאס מאכט דאך געהעריג נישט קיין סענס. די איינציגסטע קאלום וואס ברענגט צום טיש עפעס זאכליך און עכט וואס רעדט צום מענטש פאר זיין פריוואטן לעבן, און פונקט דאס האט מען געדארפט אפהאקן?

און אפגערעדט פון דעם אז דאס איז די בעסטע קאלום איז עס דאך א פארזעצונג, סהאט דאך א המשך, סהאלט אינמיטן די געשיכטע, אפצוהאקן א פארזעצונג אינמיטן איז א געהעריג קריים! סאיז א געהעריגע קריים. דאס איז א זאך וואס איז אומדעהערט און אומאקצעפטירבאר!

אויב האבן די מקבלי ההחלטות געהאלטן אז די קאלום איז נישט אינטרעסאנט האבן זיי געהאט איין אפציע, און דאס איז: עס נישט אנצוהייבן. די סעקונדע וואס די פארטאגס שפאציר סעריע האט זיך אנגעהויבן, טאר נישט און מעג נישט און קען נישט געשעהן אזא מין סיטואציע אז סהאקט זיך אפ אינמיטן!

איך צוזאמען מיט נאך פולע הונדערטע ליינערס פלעגן זיך דערקוויקן דערמיט וועכנטליך, איך פלעג ארויס קוקן יעדע וואך פאר די קומענדיגע המשך פון די קאלום, און אז מהאקט אפ אזא סעריע אינמיטן די געשיכטע ברענגט דאס צו צו פארלירן די טראסט אינעם מאגאזין, און כווייס שוין נישט צו סאיז עפעס וואס פארמאגט נאך די ווירדן וואס ספלעגט אמאל אנטהאלטן.

און איך פארשטיי אז די רעדאקציע איז א נייע, און סאיז נישט זיי די וואס האבן עס אנגעהויבן. אבער דאס איז קיין תירוץ נישט, זינט אונז אלע ווייסן מיר אז רובו ככולו פונעם אלטן מאמענט שטאב איז געבליבן און איז אויך אינעם נייעם שטאב. און אפילו די רעדאקטאר וואס איז יא ניי, האט דאך אבער איבער גענומען די ברענד פון די פריעדיגע רעדאקטער. און צווישן מיך און דיך איז דאך די אדמיניטראטאר געבליבן די זעלבע, און זיי אפעלירן צום זעלבן באזע. סא דאס איז קיין תירוץ נישט, און סבארעכטיגט נישט די עוולה וואס איז דא געטון געווארן.

איך וויל אבער נאך יא געבן מיין טראסט צום מאגאזין און סקוקט באמת אויס אז די נייע חברה זענען דא צו ארבעטן, און איך בין זיכער אז סאיז פשוט עפעס אן אומריכטיגע קאלקולאציע און חשבון וואס איינער דארט האט געמאכט בעפארן נעמען די החלטה פון ענדיגן די פארטאגס שפאציר, און מדארף עס פשוט מעורר זיין די רעדאקציע אז זיי זאלן וויסן אז זיי מאכן דא א ריזיגע מיסטעיק. איז וויל איך וויסן אויב איינער דא האט עפעס א ווירקזאמע וועג וואס קען צוריק ברענגען די פארטאגס שפאציר קאלום און איינוועגס צוריק ברענגען די טראסט פונעם מאגאזין צום ליינער. אויב האט איינער דעמאלט זאל ער מוחל זיין און עס מעלדן אדער קומען אין אישי.

איך האב געטראכט פון שיקן אן אימעיל צום רעדאקציע, אבער מיר אלע ווייסן דאך אז אויב האלט מען נישט ביים צוריק ענטפערן קען זיך די אימעיל אויסטויש ענדיגן ביים ערשטן אימעיל און מקען גארנישט טון. סא איך זוך עפעס א ווירקזאמע וועג וואס זאל קענען צוריק ברענגען די פארטאגס שפאציר און צוריק שטעלן די מאמענט אויף אירע רעלסן.

דער וואס האט א ווירזאמע וועג זאל זיך פליז מעלדן.

די אמת איז אז כהאב אזוי פיל צו קאמענטירן און אבזערווירן איבער די נייעם איבער געמאכטן מאמענט. אנגעהויבן פון די נייע שטאב, די נייע אדמיניסטראטאר, רעדאקציע, רעדאקטאר, מענעדשער און נייע אונער און בעל הבית פון די מאמענט. דערנאך איבער די גרעסטע חידוש בעיני וואס דאס איז די נייע קאלום פון אליעזר ראזען, נאכגעפאלגט מיטן נייעם קאלום פון מענדי אונגאר. אן אבזערוואציע איבער די נייע רעדאקטאר שמואל הערמאן. די חתונה פון די 2 שוואגערס אין טעלערלעך. און נאך פיל מיט אינטרעסאנטע מערקבארע אבזערוואציעס און קרישקעלעך וואס איך האב צו קאמענטירן אויפן נייעם איבער געמאכטן מאמענט מאגאזין.

אבער סאיז מיך שווער זיך צאם צונעמען און שרייבן אויף א מאגאזין וואס האט ליידער פארלוירן מיין טראסט און חשיבות ווען זיי קענען געהעריג אפהאקן א פארזעצונג אינמיטן די געשיכטע פאסירט. און איך וויל גראדע יא שרייבן מיינע אבזערוואציעס אבער איך קום קודם ארויס מיט א רוף צום ציבור, ווער סהאט עפעס א ווירקזאמע מהלך וויאזוי מקען צוריק ברענגען דעם פארטאגס שפאציר זאל זיך פליז מעלדן דא אדער אין אישי. און איינמאל די זאך וועט ווערן מסודר און די פארטאגס שפאציר וועט צוריק קומען און אזוי אויך די טראסט צום מאגאזין וועט צוריק קומען, וועט מען בעזר השם זיך נעמען אראפ שרייבן א געהעריגע אבזערוואציע איבער די נייע איבער געמאכטע מאמענט מאגאזין.

אדערווייל, אויב האסטו עפעס א ווירקזאמע מהלך אדער מיטל צוריק צו ברענגען דעם פארטאגס שפאציר איז לאז דיך הערן. מיט פיל דאנק פון פאראויס.
אייער קריטיק איז משמע אז איר קענט גוט די שרייבער און איר פראבירט אים מחזק זיין וכדומה.
ביטע בארואיגט אייך. פארטאגס שפאציר איז געווען א שיינע קאלום, אזוי אויך איז א שיינע נושא, און בעיקר האט ער א גוטע פעדער - א שאד טאקע אז ער שרייבט נישט מער - אבער פון דארט ביזן שרייבן אזא מחאה, כ'מיין עס איז אביסל ווייט געגאנגען. (און איך ווייס נישט צו דער שרייבער נעמט דאס אזוי פראזענליך ווי איר נעמט דאס.)
זוכט איר א מגיה פאר אייער ספר/גליון וכדומה, דאן קומט אריין אין אישי.
אוועטאר
פראפעסאר
שר האלף
תגובות: 1301
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:01 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראפעסאר »

איש ציון האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 12:39 am

און ווער זאגט דיר אז זיין קענען דעם שרייבער קומט נישט פון דעם 'אדם קרוב אצל עצמו'?..
Letshelpothers האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 8:26 pm
שלות הנפש איז נישט קיין דעיסטינעישן - עס איז דא יעצט.
אוועטאר
איש ציון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3499
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע:רפיח, ארץ ישראל

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

פראפעסאר האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 5:37 pm

קען זיין ביסט גערעכט...
זוכט איר א מגיה פאר אייער ספר/גליון וכדומה, דאן קומט אריין אין אישי.
קרעדיט קארד
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 18, 2024 10:59 am

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעדיט קארד »

א פרישע מאמענט מיט פרישע געלונגענע אינטרעסאנטע ארטיקלען, קאלומס און רובריקן אזוי ווי נאר 'מאמענט' קען.

און ווער ווייסט? אפשר האבן זיי טאקע שוין צוריק געשטעלט דעם פארטאגס שפאציר קאלום? לאמיר א בליק טאן.

המממ... אפשר האבן זיי עס דאס מאל פלאצירט אינעם מאמענט+? לאמיר טשעקן... אהה א נייע קאלום פון יוסי געשטעטנער, קוקט אויס אינטרעסאנט, לאמיר נאר זעהן וואס טוט זיך מיטן פארטאגס שפאציר? המממ... ניין. סאיז נישטא. דער איז נישט צום האבן.

-זאג מיך, דו שרייבסט די פארטאגס שפאציר? וואס נעמסטו עס אזוי פערזענליך?

-דו קענסט דער שרייבער פון די פארטאגס שפאציר קאלום און דו פראבירסט אים צו מחזק זיין?

-יַאלַא, דער קאלום איז א פארגענגענהייט, וויש דיך אפ דעם נאניע און קוק וואס איז יא דא, און שוין. גיי אן מיט דיין לעבן.

-אז דו האסט א פראבלעם מיט די מאמענט רעדאקציע דארפסטו זיך נאכנישט אפהאלטן פון צו שרייבן דא אויף אייוועלט, דו באקומסט דאך עניוועי נישט קיין געלט פון זיי פארן שרייבן דא.

-וואס ווילסטו? די קאלום איז געגאנגען אויפן געהירן, ניטאמאל אינטרעסאנט געווען, און די נייע רעדאקציע האט מחליט געווען עס צו באזייטיגן וויבאלד זיי האבן געוואלט אז סזאל דיך זיין אינטרעסאנט די מאגאזין, איז געגאנגען, גיי אן מיט דיין לעבן, די זאך פארט ווייטער..

איז אזוי, גוטע שאלות און גוטע קשיות און די פרעגערס פרעגן גוט.
די שאלה איז גוט און סאיז במקומו עומדת, לאמיר נאר א רגע פארקירווערן די שמועס צו אן אנדערע זייט.

וואס נעמסטו די קאלום אזוי פערזענליך? איי איז דאס א גוטע שאלה, אדער בעסער געזאגט 'קשיא', פארוואס גייט עס דיך אין לעבן אריין? די פראגע ערגבערט און שניידט אריין שארף.

דאס גייט א שטאפל ווייטער: פארוואס נעמסטו בכלל די מאגאזין אזוי צום הארצן? פארוואס פילסטו א פערזענליכע קשר צום מאגאזין אויף אן אינטימישע לעוועל? פארוואס גארסטו אזוי שטארק מיט אזא השתוקקות צום מאגאזין? סאיז דאך בסך הכל עטליכע בוכשטאפן צאם געקלאפט פארמירנדיג דערמיט אן ארטיקל צוויי דריי, צולייגנדיג אן עדווערט צוויי דריי, און שוין, מצאלט אפאר טאלער דערפאר און מהאט וואס צו טון אין די זייטיגע צייטן, וואס איז אבער די פארבינדונג וואס דו שפירסט אויף גאר אן עמציאנאלן פארנעם?

סאיז א גוטע קשיא און סהאט מיך געגעבן אין די לעצטערע טעג אסאך חומר למחשבה, סהאט מיך געהאלטן פארנומען אסאך צייט אין די לעצטע פאר טעג פראבירנדיג צו פארשטיין וואס גייט מיך דא אזוי שטארק אין לעבן אריין. סאיז דאך ניטאמאל א ביזנעס פון וואס איך פארדין, סך הכל קאסט עס מיך געלט און מען ליינט אפאר אינטרעסאנטע אינטערוויוס מיט מענטשן וואס פארציילן זייערע געשיכטע, און דערנאך ליינט מען אביסל געדאנקען וואס עטליכע יודן האבן געטראכט במשך די לעצטע וואך און שוין. איך פארדין נישט קיין געלט דערפאר, איך ווער נישט זאט נאכן עס ליינען און איך ווער נישט אויסגעריהט ווען איך ענדיג די מאגאזין, סך הכל האט מען אביסל הנאה געהאט פון ליינען אינטרעסאנטע געשרייבעכצער און שוין.
סא פארוואס פיל איך אזא עמציאנאלע פארבינדונג צום מאגאזין?

נניח אז איך האב עס ליב און ענדשוי עס יעדע וואך, פיין. און לאמיר זאגן אז קומענדיגע וואך וועל איך עס פאר סיי וועלכע סיבה נישט באקומען, פארוואס גיי איך דאן פילן אז איך מוז זיך עס פארשאפן? וועגן די פארזעצונג? איז לאמיר זאגן אז די פארזעצונגען גיי איך זיך יא פארשאפן אבער נאר דאס און נישט אלעס אנדערש, איז פארוואס גייט עס מיך נאכאלטס גאר שטארק באדערן און איך גיי פילן א מוראדיגע דראנג עס צו קענען פארשאפן? האסט עס פאריגע וואך ענדשויט? נו נו, איז די וואך וועסטו ענדשויען עפעס אנדערש אנשטאט די מאגאזין, וועסט דיך קויפן נאך אן עקסטערע אייזקריעם וואס דו גייסט עסן אנשטאט די מאגאזין און דו גייסט אינזינען האבן אז סזאל זיין לזכות יענע ענדשוימענט, פארוואס גייסטו אבער דארפן און פילן א מוראדיגע דראנג צו קענען פארשאפן די מאגאזין און ליינען וואס דער שרייבער האט געטראכט די וואך, און קיין אנדערע ענדשוימענט גייט דיך נישט צופרידן שטעלן?

וואס באקומסטו פונעם מאגאזין און וואס געבט דיך די מאגאזין אז דו פילסט אז דו מוזט עס האבן און דו קענסט נישט אן דעם? דאס איז די שאלה וואס עגבערט מיך שוין פאר די לעצטע פאר טעג.

איך ווייס נאכנישט וואס די תשובה דערויף איז. איך בין זיכער אז די ענטפער איז סאך מער קאמפליצירט און פארצווייגט ווי סקען אויס קוקן פון אויבן אויף, און מגייט עס מוזן לאזן פארן טעראפיסט צו אנטשיידן.

אבער וואס די מחשבות האבן מיר יא געהאלפן פארשטיין איז, פארוואס איך פיל מיך אזוי אנגעפאטשט ווען די נייע רעדאקציע האט אויפגעהערט מיט די 'פארטאגס שפאציר'. און איינוועגס האט עס מיך אויך געהאלפן פארשטיין עטוואס מער טיפער פשט אינעם 'אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד' אשכול.

וואס פונקטליך איך דערגרייך מיטן מאגאזין האב מיך געשמועסט אז איך ווייס נאכנישט, אבער איך ווייס שוין יא אז סאיז עפעס וואס דערגרייכט ערגעץ טיף. ווען איך ליין די מאמענט מאגאזין פיל איך עס טיף אין מיך. סאיז נישט אז איך ליין יעצט א מעלדונג אינעם דבר יום ביומו. סאיז עפעס א זאך וואס איך ליין, און איך פיל בשעת מעשה אן עמציאנאלע פערזענליכע קשר צום געשריבענעם ווארט.

פארוואס דאס איז אזוי, איז ווי געשמועסט נאך פארנעפלט און נישט קלאר. וואס סאיז איז מיך שוין יא קלאר איז אז סאיז דא עפעס א טיפן קשר וואס איך האב מיך דעוועלעפט מיטן מאמענט מאגאזין דומם בלעטל. עפעס האט עס מיך געטאטשט.

סקען זיין אז סאיז געווען די ערשטע פלאץ וואו כהאב געטראפן ריכטיגע וואלנערביליטי, און געטראפן געשיכטעס פון מענטשן וואס איך האב געקענט רילעטן דערצו, און דאס האט מיך געמאכט אויפבויען אין מיין הערצעלע אומוואוסענדיג א געברויך דאס זיך איינצוהאנדלען יעדע וואך, און דאס געבט מיך סאבקאנטשעסלי א וואלידאציע, פילנדיג אז אינעם מאגאזין וועל איך פילן אז איך בין נישט אליינס מיטן פילן וואס איך פיל, און דארט וועל איך זעהן אז יעדער איינער האט זיך זיין געשיכטע און זיין פעקעלע. סקען זיין אז דאס איז די סיבה פארוואס איך האב אזא קשר מיטן מאגאזין. כבין נישט זיכער אבער סקען זיין.

הגם וואס איך בין יא זיכער אז די אלטע פענסטערלעך קאלום פון אליהו יואל און די נפשי געשיכטע פון פנחס גלויבער האבן געטוישט מיין לעבן, און סהאט ווירקליך געהאט א שטארקע השפעה אויף מיין דעוועלעפמענט. דאס זענען עפעס וואס איך פיל אז כוואלט נישט אנגעקומען צו וואו כבין היינט אנגעקומען (וואו? עניוועי, כווייס אליינס נישט.. דיי איידיע דערפון) ווען נישט די פענסטערלעך מיטן פערזענליכע נפשי געשיכטעס.

סאיז קלאר אז די מאמענט מאגאזין האט געלאזט אויף מיך א שטארקע השפעה, און צו סבארעכטיגט וועגן דעם אז איך זאל שפירן אזא עמציאנאלע פארבינדוג דערצו ווייס איך נישט, אבער א פאקט בלייבט א פאקט. און ווי געזאגט וועט מען נאך מוזן אנטשיידן וואס די ריכטיגע פשט דערפון איז.

איז א פאקט בלייבט א פאקט, און איך שפיר אן עמציאנאלן קשר צום מאמענט מאגאזין, און דאס האט עוענטועל צוגעברענגט אז אנשטאט צו ליינען די בוכשטאבן וואס די שרייבער האט געקלאפט אויפן קיבאורד, האב איך געפילט די ווערטער וואס די שרייבער האט געשריבן. ווען איך האב עפעס געליינט האב איך געשפירט די געשרייבעכטס אין מיך. כהאב געשפירט א קשר צום ארטיקל, כהאב געשפירט א קשר צום קאלום און כהאב געשפירט א קשר צום רובריק. כהאב געשפירט דאס געשריבענעם ווארט. כהאב עס נישט געליינט, כהאב עס געשפירט.
אויב האט איינער געשריבן איבער ווייס איך וואס, האב איך עס געשפירט און מיך. איך האב מיך דעוועלעפט א פערזענליכע קשר צום געשריבענעם ווארט פון מאמענט, און דאס איז וויאזוי די אבזערוואציעס אשכול איז צושטאנד געקומען.

די גאנצע אשכול איז פיל מיט געפילן וואס איך האב געפילט בשעתן ליינען די מאמענט מאגאזין. דאס איז געפילן וואס איך האב אבזערווירט בשעתן פילן די געפיל, און דורך דעם האט זיך פארמירט אבזערוואציעס איינמאל די אבזערוואציע איז אפגעשריבן געווארן.

גענומען האב איך די מאמענט אין האנט און געליינט. געליינט האב איך עס טאקע אבער איך האב געשפירט די ארטיקל אין מיך, איך האב עס געפילט. וואס האב איך געפילט? איז דאס האב איך אבזערווירט. איך האב פראבירט צו אבזערווירן וואס איך פיל בשעת איך ליין די מאגאזין. איך האב געפילט און זיך עס גלייכצייטיג אבזערווירט ווי איך פיל עס און זיך עס פארצייכנט. איינמאל איך האב אבזערווירט די געפיל האב איך עס אראפ געשריבן און פון דארט איז צושטאנד געקומען די אבזערוואציע.

אין אנדערע ווערטער, די אבזערוואציעס זענען געפילן וואס איך האב געפילט בשעתן ליינען די מאמענט, און דאס האט נאר געקענט געשעהן וויבאלד איך פיל די מאמענט און נישט סתם אז איך ליין עס.

דאס אלעס איז אריבער געלאפן אין מיין קאפ אין די לעצטע פאר טעג.

און איינמאל איך האב דאס פארשטאנען, האב איך אנגעהויבן כאפן וואס דא איז געשעהן מיט די פארטאגס שפאציר קאלום, און לאמיר פארדעם מקדים זיין א גילוי דעת.
אלס והייתם נקיים פיל איך זיך פארפליכטעט צו קלאר שטעלן דאס פאלגנדע:

כהאב נישט קיין בלאסן אנונג ווער די שרייבער פון די 'פארטאגס שפאציר' קאלום איז. נישט נאר וואס סאיז נישט מיך, און נישט נאר וואס איך ווייס נישט ווער סאיז יא, ווייס איך אויך נישט וואס זיין ניק דא אויף אייוועלט איז, און צו ער האט בכלל א ניק אויף אייוועלט. די איינציגסטע זאך וואס איך ווייס יא איז אז ער האט געשריבן די קאלום אינטערן נאמען 'ליכטמאן', און איך גלייב נישט אז דאס איז זיין עכטע נאמען, אבער אויב איז דאס יא זיין עכטע נאמען איז דאס די איינציגסטע אינפארמאציע וואס איך האב אויף די שרייבער.
עד כאן.

אצינד לאמיר צוריק גיין און אנהייבן אריין גיין וואס דא איז געשעהן מיטן פארטאגס שפאציר.

איז די שרייבער זאגסטו אז דו ביסט נישט, און דו זאגסט גאר אז דו קענסט אים ניטאמאל, איז וואס האסטו זיך דא נאריש געמאכט אויפן קאלום? וואס למען השם נעמסטו דא אזוי פערזענליך? יאלא. נו. קאם-אן. גו אן אין לייף.

און יא, די חברה זענען גערעכט. וואס נעם איך זיך דא אזוי פערזענליך די פארטאגס שפאציר געשיכטע?

דאס האט מיך געגעגבערט ביז איך האב אנגעהויבן באגרייפן בכלל די גאנצע הלוך ילך וואס סגייט פאר מיך מיך צום מאמענט ווי שוין געשריבן, און די גאנצע עמציאנאלע פארבינדונג וואס איך האב זיך דערוועלעפט צום מאגאזין, און דאס האט מיך צוגעברענגט צו פארשטיין עטוואס מער טיפער וואס דא איז טאקע געשעהן, און ווי פאלגנד.

וואס דא איז געשעהן איז אזוי. אויב האב איך גענומען די אלע קאלומס און רובריקן אזוי פערזענליך איז דאס אלעס געווען א קינדער שפיל קעגן די געפיל וואס איך האב באקומען ווען איך האב אנגעהויבן צו ליינען די פארטאגס שפאציר. און איך מיין אז דער וואס פאלגט שוין נאך די אבזערוואציעס פאר א שטיק צייט וועט קענען מעיד זיין דערויף אז צו די פארטאגס שפאציר האב איך געהאט א ספעציעלע פארבינדונג מער ווי מיט סיי וועלכע קאלום.

סאיז געווען די ערשטע מאל וואס איך האב געפילט אז פון מיין מאמענט ליבע גייט ארויס קומען עפעס עכט תכלית'דיג וואס גייט מיך עכט בעניפעטירן אין מיין לעבן, נישט סתם נאך ידיעות אדער מחשבות און רעיונות, נאר עפעס עכט תכלית'דיג און צום זאך. סאיז געווען די ערשטע מאל וואס איך האב געפילט אז דא קומט א קאלום וואס גייט מאכן פון מיך א מענטש. און סאיז נישט געווען דייקא וויבאלד כהאב געפילט אז מיין אויפשטיין דארף א תיקון, הגם סקען נוצן א תיקן, נאר כהאב געפילט אז די קאלום רעדט וועגן די פערזענליכע אנטוויקעלונג פונעם מענטש, און סגייט העלפן די מענטש דערגרייכן זיינע ריכטיגע פאטעציאלע צילן וואו ער קען און ער וויל דערגרייכן.

און ווי יעדער וואס האט געליינט יענע קאלום האט געזעהן, אז דער שרייבער האט גאר אסאך מאל דערמאנט וועגן די 10 פראצענט מענטשן וואס דערגרייכן צו וואו זיי וואלטן באמת געוואלט דערגרייכן און די רעשט בלייבן דערצו ביים חלום און דמיון, און ווי ער האט אזוי שיין אראפ געלייגט די הסברים פארוואס טאקע זענען 90 פראצענט מענטשהייט נישט מצליח צו דערגרייכן און אויסנוצן זייערע כשרונות אזוי ווי זיי וואלטן באמת געוואלט, און נאר א קארגע 10 פראצענט קענען ווערן געקרוינט אלס סוקסעספולע מענטשן.

און ער איז ווייטער געגאנגען מיט זיין פארזעצונג צו עקלערן וואס די סיבה איז און וויאזוי יעדער איינער קען בעצם דערגרייכן צו זיין פון די 10 פראצענט סוקסעספולע מענטשן, און ער האט געברענגט די 6 מעטאדן וואס מען דארף פראקטיצירן אינדערפרי און דאס האט א כוח איבער צו דרייען די טאג און אוטאמאטיש די מענטש צום גוטן.

און נאכן מאריך זיין איבער די חשיבות דערפון און וויאזוי סקען איבער דרייען די מענטש לטובה, האט ער אנגעהויבן אריין צו גיין אינעם מעטאדן און צונעמען יעדער איינער באזונדער וויאזוי מען זאל עס פראקטיצירן און וויאזוי סאיז די בעסטע וועג עס צו טון, און איך האב געפילט ווי דער בחור רעדט צום זאך, כהאב אמת'דיג ארויס געקוקט אויפן המשך יעדע וואך און קוים געווארט אז סזאל זיך שוין ענדיגן און איך זאל ארויס האבן די גאנצע מהלך על בוריו, און איך האב שוין געהאט געפלאנט צו ארויס קומען מיט א גאנצע פערזענליכע באשרייבונג וויאזוי די קאלום האט געטוישט מיין לעבן, און וויאזוי פון פראקטיצירן די מעטאדן ווערט די גאנצע לעבן קוואליטי פיל פיל בעסער, און דאן איז עס געשעהן.

טויט.

געשטארבן.

ב.ד.ה.

נ.פ.ש.ה.

וואס איז געשעהן? וואס גייט פאר? המממ, די משפחה ווייסט נאכנישט, מאך זיכער נישט צו רעדן דערפון ווייל סאיז יעצט א זיראנץ סיטואציע. מען פליהט פאר יעדע תגובה.

אפגעשאכטן א קאלום נעבעך פריצייטיג אינמיטן זיינע שענסטע וואקסנדע בליענדע יארן, ה"י.

געענדיגט מיטן קאלום. פִינִיטאָ. נישטא מער. מעיבי נעקסטיים, פאר נאו ווי אר קלאזט. טריי א דיפרענט וואן. גיי צו די אנדערע קאלומס וואס זענען נאך יא געבליבן אדער זענען יעצט צוגעקומען. די פארטאגס שפאציר איז נישטא מער.

וואס הייסט? פארוואס? ווייל אזוי האט די רעדאקציע באשלאסן.

אהא. איך הער וואס דו זאגסט. נו נו. נאכאמאל אז וואס? אהה. אזוי האבן זיי באשלאסן. אהה. אוקעי.

סא זיי האבן מחליט געווען אז די פארזעצונג האקט זיך אפ אינדערמיטן און שוין. עס עס אויף אדער שפיי עס אויס. טוה דערמיט וואס דו ווילסט.

אוקעי. די חברה האבן די רעכט עס אפצוהאקן? אוודאי יא. כמיין, סאיז דאך זייערע ביזנעס, זיי קענען טון דערמיט וואס אימער סגליסט זיך זיי נאר, און אז דו ווילסט נישט איז וויאזוי גייט די פזמון? קויף עס נישט.. אז דו ווילסט נישט דארפסט עס נישט קויפן. דו מוזט עס נישט קויפן. אז דו גלייכסט עס נישט איז האנדל דיך עס נישט איין.

אבער דא קומט די פונקט וואס די חברה דארפן אינאכט נעמען. זיי זענען נישט אייוועלט. פינטל.

אויף אייוועלט קען די הנהלה מחליט זיין אז עפעס א זאך ווערט פארבאטן און דאן קענסטו גארנישט טון. קענסט גיין קלאפן הושענות איין און זעכציג מאל און סגייט דיך נאכאלטס נישט העלפן, און אויב דו האסט א פראבלעם דערמיט קענסטו... גארנישט טון, חוץ פון סטראשענען אז דו גייסט אוועק גיין פון אייוועלט. חוץ פון דעם קענסטו גארנישט טון. קיינער גייט זיך נישט קימערן מיט דיך און קיינער גייט נישט דערלייגן אז דו גייסט האבן א פראבלעם מיט אייוועלט. און פארווואס איז עס אזוי? ווייל אייוועלט איז נישט קיין ביזנעס, סאיז סך הכל א פלאץ וואס איינער האט געעפענט פארן ברייטן ציבור צו קומען פארברענגען צוזאמען, און אויב דו גייסט גייט קיינער נישט דערלייגן דערפון קיין געלט.

מה שאין כן מאמענט. מאמענט איז נישט אזוי. מאמענט קען אויך די רעדאקציע מחליט זיין אויף א געוויסע קאלום אז סהערט אויף צו לויפן און דו קענסט גארנישט טון עס צוריק צו ברענגען, אבער מאמענט איז א ביזנעס און זיי זענען דא פאר געלט, און די חברה דארפן געדענקען אז א יעדע זאך האט קאנסעקווענצן. סהאט נאכפאלגן. און אויב ביסטו א ביזנעס דארפסטו געדענקען צו האלטן אין קאפ די חשבון פארוואס בין איך דא? וואס ציל איך און צו וואו אהין וויל איך דערגרייכן? און די תשובה דארף זיין קלאר, אז אונז זעמיר דא פאר צו מאכן געלט.

און אויב זענען די קאסטומערס נישט צופרידן – קענען זיי עווענטועל דערלייגן געלט.

יאפ. אייוועלט קען טאקע טון וואס זיי ווילן, מאמענט קען נישט.

איך האב געהאט א פריוואטן אויסטויש מיט איינעם איבער די פארטאגס שפאציר שחיטה, האט יענער געטנהעט אז די מאמענט האט זיך פארמאכט און סאיז שוין נישטא מער די מאמענט, יעצט איז געקומען א נייע מענטש און געעפענט א נייע מאגאזין און אפגעקויפט די נאמען פון די אלטע באלבוס און פאררופט זיך אויך מאמענט, אבער סהאט גארנישט קיין קשר מיט אלטן מאגאזין.

און יענער האט צוגעלייגט א משל אז סאיז אזוי ווי א בית מדרש וואס פארקויפט זיך פאר א ישיבה, גייסטו גיין יעצט צו די משגיח פון די נייע ישיבה און זאגן הלמאי דו קענסט נישט דאווענען דא מער? ניין. פארוואס? וויבאלד סהאט זיך שוין פארקויפט און יעצט איז עס שוין נישט קיין בית מדרש נאר א ישיבה.

די זעלבע זאך טענהעט יענער איז דא געשעהן. ביי די 500'סטע מאגאזין האט יואל קרויס קלאר געשריבן אז ער פארקויפט די מאגאזין פאר א בליק און ער איז שוין נישט באלבוס, און יעצט קומט זיך א נייע רעדאקציע און זיי זענען מחליט וואס איז פאר זיי אין זייערע אויגן יא אן אינטערסאנטע קאלום און וואס נישט, און זיי האבן מחליט געווען אז פארטאגס שפאציר איז נישט גוט און שוין דא ענדיגט זיך די מעשה. זיי זענען קיינעם נישט מחיוב גארנישט. זיי האבן נישט אנגעהויבן די פארזעצונג אז זיי זאלן עס מוזן צו ענדיגן, און זיי האבן נישט גארנישט מיט די אלטע רעדאקציע. און אויב זיי פילן נישט פאר וויכטיג צו לאזן די אלטע פארטאגס שפאציר אין מאמענט, זענען זיי נישט מער ווי גערעכט מיטן ער ארויס נעמען פון מאמענט.

דאס האט ער מיך געטענהעט.

האב איך אים געזאגט אז איך הער וואס דו זאגסט, אבער צווישן מיך און דיך ווייסטו דאך אז סאיז נישט אזוי און די אנדערע 2 פארזעצונגען זענען יא געבליבן אויפן פלאץ.

אבער די אמת איז אז סאיז נאך סאך שטערקער פון דעם.

אויב איז עס טאקע אזוי אז די מאמענט האט זיך פארקויפט און די נייע מאגאזין האט גארנישט מיט די אלטע, און ווי ער האט געזאגט אז סוואלט פונקט אזוי געקענט הייסט שטיבל און נישט מאמענט, איז אויב אזוי פארוואס האט קיין איינער סובסקרייבער נישט באקומען א טעלעפון קאל צו אן אימעיל פרעגן צו זיי ווילן ממשיך זיין מיט זייערע סוסבקריבשען אפילו די מאגאזין פארמאכט זיך און סעפענט זיך א נייע, אדער ווילן זיי נאר באקומען די מאמענט און די רגע מאמענט פארמאכט זיך ווילן זיי צוריק באקומען די געלט וואס זיי האבן געהאט געצאלט
פון פאראויס פאר די גאנצע יאר?

אויב איז עס א נייע מאגאזין איז פארוואס פרעגסטו נישט די סובסקרייבערס צו זיי ווילן בלייבן סובסקרייבט?

אלא מאי, איך און דיך ווייסן אז סאיז די זעלבע אלטע מאגאזין מיט די זעלבע ליינער באזע, און יא סוואלט געקענט הייסן די שטיבל אבער די ליינערס האבן זיי געוואלט האלטן פון די מאמענט, און זיי האבן געוואלט אז סזאל זיין א המשך פון די מאמענט, און סאיז נישט געווארן יעצט מאמענט 1 ווייל סאיז א נייע מאגאזין, ניין, סהאלט ביי 503 וויבאלד סאיז א המשך פון די מאמענט מאגאזין, און במילא איז עס נישט ריכטיג וואס יענער האט מיך געטענהעט אז סאיז א נייע מאגאזין.

און יא, כבין נאכאלטס מסכים אז די נייע רעדאקציע מעג און האט די רעכט צו טוישן און אראפ נעמען קאלומס אזוי ווי זיי באגערן נאר, סאיז זייערע מאגאזין און זיי קענען טון דערמיט וואס זיי ווילן נאר. אבער אויב נעמסטו אפיציעל איבער די מאמענט מאגאזין וואס איז געלאפן פאר די לעצטע 501 וואכן און דו אפעלירסט צו די מאמענט ליינער באזע און דו ווילסט אז זיי זאלן ווייטער קויפן די מאגאזין, דארפסטו וויסן אז דו מעגסט אראפ נעמען וועלכע קאלום דו ווילסט נאר, אבער אויב איז עס א פארזעצונג נעמט מען עס נישט אראפ. פינטל. א פארזעצונג נעמט מען נישט אראפ.

יא דו קענסט עס אראפ נעמען, אבער א פארזעצונג נעמט מען נישט אראפ. פינטל. אויב האלט עס געשפאנט ווענכטליך פיל מיט ליינער, נעמט מען עס נישט אראפ בעפאר סעענדיגט זיך. פינטל. און אויב נעמט מען עס יא אראפ איז עס א פערזענליכע פגיעה אין די ליינערס וואס פלעגן קויפן די מאמענט פאר די לעצטע יאר צייט און פלעגן ליינען קביעות'דיג די פארזעצונג.

דאס איז א לייכטזיניגקייט פון זיך נישט רעכענען מיטן ליינער און אויסנוצן די מאכט וואס מהאט פון קענען אראפ נעמען קאלומס און דערמיט מזלזל זיין אינעם ליינערס געפילן.
און אויב קומען ארויס עטליכע קביעות'דיגע מאמענט ליינערס און זאגן אז די קאלום איז געווען א קאלום וואס איך פלעגן ליינען וועכנטליך מיט גרויס דארשט, און ווילאנג סאיז א פארזעצונג און סאיז נאכנישט געענדיגט, און במילא לייג עס צוריק, און זיי לייגן עס נישט צוריק, פארוואס? וויבאלד אזוי האט די רעדאקציע מחליט געווען, איז עס א פערזענליכע פגיעה און זלזול אינעם ליינער.

די פארטאגס שפאציר האלט אינמיטן מסביר זיין וויאזוי צו פראקטיצירן די 6 מעטאדן, און דו קומסט און האקסט עס אפ, איז דאס א פגיעה אינעם ליינערס חשיבות.
דאס ווייזט אז די רעדאקציע רעכנט זיך נישט מיט די געפילן פון די ליינערס.

און אויב האלסטו אז די פארטאגס שפאציר איז אזוי געפערליך אז סהארגעט ממש אוועק די אימעדזש און פרעסטיטש פונעם מאגאזין, האב איך פאר דיך נייעס אז נניח אז פארטאגס שפאציר איז א געפערליכע קאלום, איז א מאגאזין וואס האקט אפ א פארזעצונג אינמיטן סלויפט אן זיך רעכענען מיטן געפיל פונעם ליינער האט סאך אן ערגערן אימעדזש און נאמען.

און במילא פיל איך זיך מוראדיג אראפ געקלאפט זעהנדיג אז די רעדאקציע איגנארירט די געפילן פינעם ליינער, און וועגן דעם פיל איך אז איך קען נישט ווייטער שרייבן די אבזערוואציעס דא.

פארוואס? דו שרייבסט עס נישט פאר די מאמענט, און דו באקומסט עניוועי נישט קיין געלט פון זיי, איז וואס גייט דיך אן צו מיט טיילן דיינע אבזערוואציעס מיט די אייוועלט מיטגלידער?

און די תירוץ דערויף איז, אז איך ווייס אויך און איך בין באוויסטזיניג דערצו אז די אשכול האט געמאכט גאר שטארקע אדווערטייזמענט פאר די מאמענט. צו סהאט זיי פאקטיש געברענגט נייע קאסטומערס, ווייס איך נישט. אבער דאס איז זיכער אז סהאט געמאכט אזא פאטריאטישקייט אינעם מאגאזין, און סהאט אסאך צוגעגעבן צום ברענד פון 'מאמענט'.

פארוואס האב איך עס געמאכט? כהאב דאך קיינמאל קיין געלט באקומען פון זיי. און די תשובה איז וויהאלד כהאב עס ענדשויט. כהאב הנאה געהאט צו אראפ שרייבן מיינע געפילן ליינענדיג די מאמענט, און וואס איך האלט און וואס איך טראכט. אבער ווילאנג איך ענדושוי עס. איינמאל איך האב דערגרייכט צו א סיטואציע ווי איך בין יעצט, ווי איך פיל אז די מאמענט רעדאקציע איז נישט אינטרעסירט אז איך זאל ענדשויען די מאגאזין, האט עס מיך אוועק גענומען די אפעטיט פון זיי צושטעלן אומזיסטע אדווערטייזמענט. אויב יענער רעכנט זיך נישט מיט מיך, איז פארוואס זאל איך זיך רעכענען מיט יענעם?

און במילא זעמיר דא וואו מיר זענען.

און די גאנצע סיטואציע האט מיך אבער יא געלאזט מיט עקסטערע חומר, אז ווער זאגט אז סאיז טאקע גוט אז איך זאל זיין אזוי שטארק צוגעבינדן צום מאגאזין אז ווען די רעדאקציע איז מחליט אוועק צו נעמען א קאלום זאל איך ווערן פערזענליך געטשעפעט?

אפשר איז טאקע מנחם גאלד גערעכט אין זיין טעלערלעך די וואך, אז סאיז נישט גוט און נישט געזונט אז א ליינער ווערט עמאציאנאל צוגעבינדן צום מאגאזין?

איך הייב שוין אן צו טראכטן אז אפשר אויב ברענגט עס מיך צו אז איך זאל ווערן פערזענליך באליידיגט ווען א קאלום פארמאכט זיך, אז אפשר לוינט זיך דעמאלט בכלל נישט די גאנצע מעשה? און אפשר אויב די פארטאגס שפאציר קומט צוריק זאל איך אויך נישט שרייבן די אבזערוואציעס אויב דאס איז די רעזולטאט פון עס שרייבן?

איך ווייס נישט, איך טראכט פשוט הויעך.

אבער וואס איז זיכער איז ווילאנג די פארטאגס שפאציר קומט נישט צוריק, איז קיין אבזערוואציעס נישטא...

און היות דאס קוקט מיך אויס צו זיין מיין לעצטע תגובה דא אינעם אבזערוואציעס אשכול (חוץ אויב די פארטאגס שפאציר קומט צוריק..), וויל איך ענדיגן מיט די ווערטער וואס אליהו יואל גליק האט געשריבן די וואך אינעם סטאנציע רובריק, און דאס איז ספעציעל געווידמעט פאר אונז אייוועלט יודן, און סאיז אזא בחינה ווי 'איך רעד צו מיך אליינס, און דער וואס וויל קען אויסהערן...'

און איך ציטיר אלי יואל'ען:

"אז איינער האלט באמת אז ער האט עפעס וויכטיג איבערצוגעבן פארן שרייבער, זאל ער שיקן א בליץ פאסט דירעקט אדער זיך ווענדן צו דער רעדאקציע. קריטיקירן א שרייבער ברבים קען באדערן, און מען דארף זיין א שטארקע בקי אין חפץ חיים צו וויסן אויב מ'מעג בכלל טון."

און יעצט גייט ער אריבער צום שרייבער מיט שטארקע טיפזיניגע ווערטער וואס איז גוט פאר יעדעם צו וויסן, אויך פאר דיך (און מיך) שרייבער פון אייוועלט..

"א ווארט צום שרייבער: דו ווילסט טאקע פידבעק, אבער זאלסט וויסן אז אויב דו גייסט נאכפאלגן וואס יעדע מאן דאמר האט צו זאגן, קען עס דיר אמאל ברענגען הארץ-וויי. אדער הער נישט און קוק נישט, אדער גרייט דיך צו מיט כוחות הנפש און געדענק אז דער זעלבער באשעפער וואס האט דיר געגעבן דיין טאלאנט, געבט דיר אויך די כוחות אנצונעמען קריטיק. נעם ארויס פון קריטיק בלויז וואס ס'פעלט אויס צו ווערן בעסער און דאס איבעריגע איגנאריר."

שטארקע ווערטער. סבלייבט מער גארנישט צוצולייגן, נאר פון צו זאגן האטס מיר אלע א לעכטיגן תמיד און האב מיר כל טוב.

נ.ב. ביפ מיך אריין ווען די פארטאגס שפאציר קומט צוריק.
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6165
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

צייט צו זעהן א טערעפיסט…
יעדע מענטש שטארבט, נישט יעדער לעבט…
מטעמים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:49 pm
איך בין מיט אייוועלט!!! איך בין א אבימלך איד!!!
אוועטאר
געגאנגען
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4101
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: אבזערוואציעס און קרישקעלעך אויפן 'מאמענט' מאגאזין - @קרעדיט קארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

באשיינפערליך האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2024 12:30 pm

צייט צו זעהן א טערעפיסט…
אריין אין די דזשאב אשכול...

האמיר דארט א שיינע פאר טעראפיסטן...
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”