יישר כח יעדער איינער פאר די פידבעק יעצט לאמיר גיין שרייבן א שטיקל הקדמה פאר די וועכענטליכע שבת פעקל איך וויל אפילו נישט פרובירן גיין קאמפעטישן מיטן וועלט בארימטע@שרייבעראויסגאבע דורך ידידינו הרב@אברהם אייגנערוחבריא קדישא נאר וואזשע דען?!?! די לעצטע פאר וואכן האב איך פרייטאג נאכמיטאג ארויס געפרינט עטליכע ארטיקלעך אויף א ווארד פייל פאר מיין אייגענע באנוץ האב איך מיר געקלערט אז אפשר קען מען מהנה זיין מיינע ידידים דא אויף אייוועלט דאט קאם נאר דאס יא אז כדאי עס זאל האבן א זכות קיום האב איך אפגעמאכט אז יעבור עלי מה וועל איך בשו"א אופן נישט ספענדן דערויף מער ווי 25-30 מינוט