Re: ברודער מיין, ביטע העלף מיך
Ny-17 האט געשריבן:Ny-17 האט געשריבן:jews4zeldin האט געשריבן:איך שרייב נישט דא קיין ארטיקל איך שרייב אן אמתע געשיכטע מיט נאסע אויגן וואס שפילט זיך אפ היינט דאנערשטאג כי תצא תשפ"ב
הנני העני ממעש נעם איך די פעדער אין האנט
שרייבן אביסעלע פון מיין לעבענס געשיכטע,
צום אלעם ערשט לאמיר אנהייבן מיט די פרטים פון היינט און צוביסלעך צוריקגיין די טעג מיין מצב יעצט איז איך בין 22 יאר חתונה געהאט, מיט א קינד א מיידעלע
איך וואוין אין מאנסי איך באלאנג צו א גרויסע קהילה וואס איז סטאנציענירט אין א אנדערע שטאט, און דאס איז מיין בעסיק פראפייל, עכ"פ וואס איך קען דא שרייבן ברבים
מיינע טעג באשטיין פון חשכות און יסורים
אין די גאס הייס איך צו זיין א געלונגענע אינגערמאן אבער מיין אינעוויניג פון מיר גייט דורך א אושוויץ במלוא מובן המילה
איך זוך נישט איבערצוטרייבן גארנישט איך וויל פשוט קענען איבער געבן מיין לעבן
איך פיל א מורא'דיגע טיפע דעפרעסיע,
אומבאשרייבליכע איינזאמקייט, ענקזייעטי, געפילן פון פארשעמקייט, רוישיגע מחשבות, איך פיל אליין אויף דער וועלט אן קיינעם, פאניק אטאקס יעדע ביינאכט, א דורכשניטליכע טאג וויין איך אין מיין בעט לכל הפחות 3 שעה
און דאס אלעס דארף מיין ב"ב צוזעהן, מיינע יסורים זענען ביטערער ווי גאל
איך האב א שטארקע שנאה אויף מיר אליין וכהנה כהנה פראבלעמען
איך זיץ א גאנצע טאג אין וויין, איך האב אויפגעגעבן מיינע חברותות אין כולל איך זיץ ליידיג א גאנצע טאג
איך בין שוין געווען ביי היפש אסאך טעראפיסטן יעדע האט א געשיכטע פאר זיך אבער זאכן זענען געבליבן שטיין אן קיין שינוים איך האב נישט געפילט אז זיי פארשטייען צו מיין דורכגאנג
אין די לעצטע האלבע יאר בין איך געגאנגען צו איינע פון די גרעסטע סייקעטריסטן וואס די היימישע עולם באנוצט זיך ער האט מיר פרובירט מיט כל מיני מעדעצינען
געטוישט אהער אין אהין אבער מיין הארץ טוט וויי צו שרייבן אז קיין שום רעזולטאטן האב איך נישט געזעהן
איך נעם אפאר ssri און נאך מעדעצינען א יעדן טאג
און דאס אלעס טוה איך אויף מיין אייגענע הענט, איך טרעף טעראפיסטן און סייקעטריסטן אן קיין הילף פון אינדרויסן אן קיין עסקנים וואס זאלן שטיין צודערזייט
מיין טעג זענען איין שטיק יסורים איך זיך ווי איך קען אנטלויפן ווער קען מיר העלפן ווער קען דא זיין פאר מיר ?
מיינע טייערע ברודער דא אויף איי וועלט אפשר קענט איר מיר העלפן מיט עצות און הדרכה
איך בעט ענק העלפטס מיר
איך פיל איך קען שוין נישט מער!
(געלט איז נישט קיין פראבלעם אויפן מינוט)
מיינע טייערע ברידער@ JEWS4ZELDIN אני הקטן איך בין א גרוש הכהן איך האב געהאט אויך שווער לעבן, מיינע יאר גאנג האבן שוין 4/5 קינדערלעך, איך בין שוין געווען א פאר סייקעטריסטן וואס די היימישע עולם באנוצט זיך ער האט מיר פרובירט מיט כל מיני מעדעצינען איך מיטש מיך נאך אלץ ארום, איך בין שוין געווען פאר טעראפיסטן אויך .....
ליידער נישט דא קיין עסקנים אין דעי פעלד.....
[email protected]
קומען אריין געבן חיזוק פאר ענקערע ברודערס גרושים
viewtopic.php?t=48351#p2865116
https://abcharity.org/AB
קומען אריין געבן חיזוק פאר ענקערע ברודערס גרושים
viewtopic.php?t=48351#p2865116
https://abcharity.org/AB