דאווענען מעריב און מאכן קידוש און פירן טיש!זמנים האט געשריבן: ↑ זונטאג יולי 21, 2024 1:41 amדאווענען מעריב? אדער בלויז מקבל שבת זיין?יידישע קהילות האט געשריבן: ↑ זונטאג יולי 21, 2024 1:07 amאיך זוך מער אינפארמאציע לגבי דאס וואס איז באקאנט אז דער הייליגער דברי חיים זי"ע פלעגט מקבל שבת זיין גאר פרי!
מקבל זיין פרי שבת - להלכה
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
- יידישע קהילות
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9688
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
Re: מקבל זיין פרי שבת - להלכה
Re: מקבל זיין פרי שבת - להלכה
נאך הערות אויף די גליון.
אין הערה 6 שרייבט ער אז כדאי ס'זאל נישט זיין א תרתי דסתרי קען מען דאווענען מנחה פאר די שקיעה, און מעריב נאך די שקיעה. בפשטות איז עס נישט אויסגעהאלטען, ווייל נאר לגבי ר' יהודה ורבנן קען מען משנה זיין, אבער אנדערע שיטות וואס איינער האט אנגענומען און ער פירט זיך אזוי, קען מען נישט משנה אפילו ערב שבת.
אין הערה 13 שרייבט ער אז מ'מעג נישט אנהייבען צו עסן נאר אויב מ'שטעלט א שומר צו ליינען קריאת שמע. למעשה איז די איסור נאר אין די האלבע שעה פון צאת הכוכבים, און ווען איינער דאווענט מנחה פאר די פלג, בדרך כלל הייבט מען אן די סעודה פאר א האלבע שעה פאר צאה"כ.
און בכלל דארף מען וויסען אז די באר שבע קריגט אויף די אגודה וואס איז מחדש אז א שומר העלפט, און אין מג"א סימן רל"ב און אין רעק"א דארט איז משמע אז זיי נעמען עס אן.
שפעטער האט ער א שאלה אויב א פרוי וויל צינדען ליכט פרי אלס א סגולה, פון ווען מ'קען שוין צינדען, און ער איז מצדד פארשידענע קולות געבויט אויף געוויסע מנהגים. למעשה די פוסקים פלאגען זיך צו פארענטפערן די מנהגים, און אפילו אויב מ'וועט זאגען אז בשעת הדחק קען מען מקיל זיין, איז אבער זיכער אז א סגולה איז עס שוין נישט, אדרבה די גרעסטע סגולה איז אז מ'זאל זיך אנשטרענגען צו צינדען אין די ריכטיגע צייט ומעשה דביתהו דרב יוסף יוכיח.
סוף זאגט ער אז לכתחילה איז ריכטיג אז ווען די מאמע צינדט ליכט, זאל מען מער נישט טון קיין מלאכה, בפרט די מיידלעך. און ער צייכענט נישט אן קיין מקור צו דעם, און בפשטות איז מפורש אין שו"ע אז מ'מעג יא טון מלאכות, אזוי ווי ער אליינס ברענגט אין הערה 8. און בכלל דארף מען פארשטיין וואס איז די חילוק פון יונגלעך און מיידלעך.
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 36738
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: מקבל זיין פרי שבת - להלכה
גאנץ זיכער אז דו מישסט מיטן "תורת חיים".יידישע קהילות האט געשריבן: ↑ זונטאג יולי 21, 2024 8:50 amדאווענען מעריב און מאכן קידוש און פירן טיש!זמנים האט געשריבן: ↑ זונטאג יולי 21, 2024 1:41 amדאווענען מעריב? אדער בלויז מקבל שבת זיין?יידישע קהילות האט געשריבן: ↑ זונטאג יולי 21, 2024 1:07 amאיך זוך מער אינפארמאציע לגבי דאס וואס איז באקאנט אז דער הייליגער דברי חיים זי"ע פלעגט מקבל שבת זיין גאר פרי!
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- שאול ידידיה
- שר חמש מאות
- תגובות: 940
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 3:18 pm
Re: מקבל זיין פרי שבת - להלכה
כידוע איז ביים הייליגן רב זי''ע נישט געווען קיין מנהגים קבועים, צומאל פלעגט ער קענען אריינקומען גאר פרי, ווידעראום צומאל פלעגט ער קענען אריינקומען גאר שפעט, ס'אז געווען דארטן א סדר הזמנים בטעם העליון וויאזוי די רב האט מרגיש געווען ברוח קדשו.farshlufen האט געשריבן: ↑ דינסטאג יולי 23, 2024 8:37 amגאנץ זיכער אז דו מישסט מיטן "תורת חיים".יידישע קהילות האט געשריבן: ↑ זונטאג יולי 21, 2024 8:50 amדאווענען מעריב און מאכן קידוש און פירן טיש!זמנים האט געשריבן: ↑ זונטאג יולי 21, 2024 1:41 amדאווענען מעריב? אדער בלויז מקבל שבת זיין?יידישע קהילות האט געשריבן: ↑ זונטאג יולי 21, 2024 1:07 amאיך זוך מער אינפארמאציע לגבי דאס וואס איז באקאנט אז דער הייליגער דברי חיים זי"ע פלעגט מקבל שבת זיין גאר פרי!
ס'איז בכלל נישט אפגעפרעגט אז דער רב זאל האבן אריינגעקומען איינמאל (אדער מער, אן א קביעות) ערב שבת גאר פרי און מקבל שבת זיין.
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 36738
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: מקבל זיין פרי שבת - להלכה
דרכי חייםיידישע קהילות האט געשריבן: ↑ זונטאג יולי 21, 2024 8:50 amדאווענען מעריב און מאכן קידוש און פירן טיש!זמנים האט געשריבן: ↑ זונטאג יולי 21, 2024 1:41 amדאווענען מעריב? אדער בלויז מקבל שבת זיין?יידישע קהילות האט געשריבן: ↑ זונטאג יולי 21, 2024 1:07 amאיך זוך מער אינפארמאציע לגבי דאס וואס איז באקאנט אז דער הייליגער דברי חיים זי"ע פלעגט מקבל שבת זיין גאר פרי!
חצי שעה קודם זמן הדלקת הנרות הניח הלולקע מידו
- אטעטשמענטס
-
- Capture.PNG (140.83 KiB) געזען 239 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- יידישע קהילות
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9688
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
Re: מקבל זיין פרי שבת - להלכה
יגעתי ומצאתיfarshlufen האט געשריבן: ↑ דינסטאג יולי 23, 2024 9:30 amדרכי חייםיידישע קהילות האט געשריבן: ↑ זונטאג יולי 21, 2024 8:50 amדאווענען מעריב און מאכן קידוש און פירן טיש!זמנים האט געשריבן: ↑ זונטאג יולי 21, 2024 1:41 amדאווענען מעריב? אדער בלויז מקבל שבת זיין?יידישע קהילות האט געשריבן: ↑ זונטאג יולי 21, 2024 1:07 amאיך זוך מער אינפארמאציע לגבי דאס וואס איז באקאנט אז דער הייליגער דברי חיים זי"ע פלעגט מקבל שבת זיין גאר פרי!
חצי שעה קודם זמן הדלקת הנרות הניח הלולקע מידו
- אטעטשמענטס
-
- Capture.JPG (112.16 KiB) געזען 217 מאל
-
- Ca2ture.JPG (21.04 KiB) געזען 217 מאל
Re: מקבל זיין פרי שבת - להלכה
די זמנים האבען זיך שוין היבש געטוישט, מ'קען שוין נאכאמאל לייגען...
יעצט זומער ווען אסאך אידען זענען מקבל שבת און דאווענען מעריב מבעוד יום, דארף מען זיין נזהר אין 5 זאכען:
נישט צו דאווענען מעריב פאר פלג המנחה.
נישט צו דאווענען מנחה נאך פלג המנחה.
די פרויען זאלען צינדען ליכט נאך פלג המנחה און פאר די מאן זאגט מזמור שיר ליום השבת.
מ'זאל זיך נישט וואשען צו די סעודה א האלבע שעה פאר צאת הכוכבים.
צו ליינען אלע דריי פרשיות פון קריאת שמע נאך צאת הכוכבים.
די זמנים פאר די וואך פרשת ואתחנן-נחמו תשפ"ד (מאנסי והגלילות)
פלג המנחה 7:24
חצי שעה קודם הלילה 8:34
צאת הכוכבים 9:05
יעצט זומער ווען אסאך אידען זענען מקבל שבת און דאווענען מעריב מבעוד יום, דארף מען זיין נזהר אין 5 זאכען:
נישט צו דאווענען מעריב פאר פלג המנחה.
נישט צו דאווענען מנחה נאך פלג המנחה.
די פרויען זאלען צינדען ליכט נאך פלג המנחה און פאר די מאן זאגט מזמור שיר ליום השבת.
מ'זאל זיך נישט וואשען צו די סעודה א האלבע שעה פאר צאת הכוכבים.
צו ליינען אלע דריי פרשיות פון קריאת שמע נאך צאת הכוכבים.
די זמנים פאר די וואך פרשת ואתחנן-נחמו תשפ"ד (מאנסי והגלילות)
פלג המנחה 7:24
חצי שעה קודם הלילה 8:34
צאת הכוכבים 9:05
Re: מקבל זיין פרי שבת - להלכה
כמעט קיין איין יום טוב קען מען נישט מאכען קידוש מבעוד יום, און א טייל אויך נישט מעריב.אוראייניקל האט געשריבן: ↑ מאנטאג סעפטעמבער 06, 2021 5:41 amדי מקור נישט מוסיף צו זיין מחול על הקודש ר"ה, איז פון שו"ת מהרי"ל (סי' לג), און דארט איז מבואר אז מ'האט יא געדאוונט מבעו"י. וז"לגעבורטסטאג האט געשריבן:איז דא עפעס א ספעציעלע ענין ליל ראשון של ר''ה צו דאווענען מעריב ווען סאיז שוין וודאי לילה/תשפ''ב א שטייגער ווי שבועות?
ומהר"א מווינא כתב בנימוקו. ויש שאין אוכלין ביום כדי שלא יוסיפו מחול על הקדש בהאי י"ט משום דיומא דדינא הוא וכמדומה שכן הורה מהר"מ ז"ל במעגניצ"א: ועל טעם זה תמהתי דהא כבר קדשוהו בתפלה, ושמא על הכוס עיקר דהוא דאורייתא.
פסח דארף מען מאכען קידוש בלילה, כמבואר בסימן תע"ב.
שבועות, לדעת הט"ז בסימן תצ"ד זאל מען נישט דאווענען מעריב מבע"י, ולדעת המג"א נאר קידוש.
ראש השנה, המהרי"ל הנ"ל.
יום כיפור מתפללין בלילה, כמבואר בסימן תרי"ט.
סוכות אין מקדשין מבע"י, כמבואר בסימן תרל"ט ס"ג במג"א.
שמיני עצרת, לדעת המהרש"ל המובא בט"ז סימן תרס"ח אין לקדש מבע"י, ולדעת הט"ז מותר.
בלויז שביעי של פסח מעג מען דאווענען און מאכען קידוש מבע"י לכל הדעות.