אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3097
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

זייטיגע נאטיץ
📌די לינק פאר די אשכול צו קאמענטירן אויף די באריכטן פון דעם אשכול:
viewtopic.php?t=67135&view=unread#unread
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 44999
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א פארשוין וועט האט פאטאל דערשאסן א מאן מיט 20 יאר צוריק אין אהייא האט באוויזן צו אנטלויפן און אויסמיידן יוסטיץ פאר 20 יאר צייט פיגורירנדיג אויף די ליסטע פון מערסט געזוכטע קרימינאלן אין אמעריקא

אצינד האט מען אים אנדעקט ארבעטנדיג אין מעקסיקא אלס פאליציאנט און ער איז גענומען געווארן אין ארעסט
אטעטשמענטס
UTUTYUFT.jpg
UTUTYUFT.jpg (48.56 KiB) געזען 3723 מאל
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 44999
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מער פון 20 קינדער האבן באוויזן צו עוואקואירן באצייטנס א שולע באס וועלכע האט אויפגעריסן אין פלאמען היינט אינדערפרי אויפן וועג צו א פריוואטע שולע אין פאלם בעי פלארידא
אטעטשמענטס
GNGHNHGN.jpg
GNGHNHGN.jpg (141.05 KiB) געזען 3679 מאל
אוועטאר
שדכן גדול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:56 pm
לאקאציע:אומאן

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שדכן גדול »

די שרעקליכע אנשטעקנדיקע מאנקי פאקס איז אנגעקומען קיין אייראפע, אין שוועדן זענען שוין דא עטליכע אנגעשטעקט.
אטעטשמענטס
GVCW6gfXsAcsQaZ.jpeg
GVCW6gfXsAcsQaZ.jpeg (26.43 KiB) געזען 3569 מאל
שקר נוטל כסף דובר
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 44999
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פרעזידענט ביידען:

די פאראייניגטע שטאטן איז אין שטיצע פון נייע וואלן אין ווענעזועלא

א 15 יעריגער איז דער ערשטער צו ווערן אנגעקלאגט מיט הארבע ראיאטן קלאגעס אין די ענגלישע אנטי אימיגראנטן איבערקערענישן

קלאגעס וואס טראגן מיט זיך א מאקסימום פון 10 יאר טורמע
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 44999
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

צענדליגע פאציענטן און שטאב ווערן עוואקואירט פון די קינדפעטארין אפטיילונג ביי די ווייט פלעינס שפיטאל אין וועסטשעסטער ניו יארק נאך וואס א פייער ספרינקלער סיסטעם האט זיך צובראכן און פארפלייצט די שפיטאל
אטעטשמענטס
RERER.jpg
RERER.jpg (83.92 KiB) געזען 3343 מאל
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 1:32 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 44999
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

געוועזענע טראמפ ווייסע הויז שטאב הויפט מארק מעדאוס פארלאנגט אז זיין קעיס אין די אריזאנא אלטערנאטיווע עלעקטאר פראצעס זאל ווערן אריבערגעפירט צו די פעדעראלע געריכט
אטעטשמענטס
JBKK.LLIIO.jpg
JBKK.LLIIO.jpg (71.18 KiB) געזען 3294 מאל
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 44999
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

17 יעריגער יעקב בערערא פון שיקאגאו פאראורטיילט צו 8 יאר טורמע נאכן איבערפאלן און שווער שעדיגן אן אוטיסטישער מאן ווען ער איז אלט געווען 16 יאר
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 44999
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מען קען שוין עסן פלייש און צוליב די גרויסע אנלויף האבן די עסקנים דאסמאל ארגאנאזירט א לאנגפארצווייגטע חלוקה אויפן רוט 61 איו פענסילוועניע וואו א טראקטאר טרעילאר פארט איצט נאכמיטאג אריבער און שפייעט אויס פרישע צאמבלעך און מאטאריסטן וועלכע פארן פארביי קענען אהיימנעמען לכבוד שבת בדרך כבוד
אטעטשמענטס
fhhhhf.jpg
fhhhhf.jpg (176.14 KiB) געזען 2769 מאל
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 16474
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 1:15 pm
פרעזידענט ביידען:

די פאראייניגטע שטאטן איז אין שטיצע פון נייע וואלן אין ווענעזועלא
וואס איז שלעכט געווען מיט די אלטע?

די גאול איז צו מאכן מאדורא געווען ’לעדשיט’?
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 44999
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 11:53 am
א ענווייראמענט גרופע האט ארגאנאזירט א באזוך פאר מינדעריעריגע אין א געריכט הויז אין דעטרויט מישיגען און איינע פון די מוידן אין די יארגאנג פון 15 איז אנטשלאפן געווארן פון מידקייט אינמיטן די סעסיע

ריכטער קענעט קינג איז געווארן פערזענליך באטראפן און געווארן גאר אויפגעברויזט אז דאס קינד צייגט נישט ארויס די ריכטיגע רעספעקט פאר די געריכט און איר געצוואונגען אנצוטוהן די טורמע טראגע און קייטלעך אויף די הענט זאגנדיג אז ער מוז עס טוהן איר צו דיסציפלינירן און געווארנט אז אויב זי וועט זיך נישט דערלערנען וועט ער איז דארפן אריינשליידערן אין א טורמע פאר יוגנטליכע
ריכטער איצט געווארן סוספענדירט
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 44999
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א געוועזענע קוק קאונטי אילינאי פראקוראר און 2 פאליציי אפיצירן ווערן אנגעקלאגט אין א שווינדל צו רעכענען ביז 100 טויזנט דאלאר אין פאלשע אווערטיים ארבעט
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 44999
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דראמאטיש בילד פון א 12 יעריג קינד וועמען'ס מוטער ביים רעדל האט געכאפט א סיזשור אטאקע ל"ע און אריינגעפארן אין וואסער האבנדיג אירע 2 קינדער אין די אויטא

דער קליינער העלד האט זיך אנהאלטנדיג אינעם טיהר באוויזן צו פאכען מיט די הענט פאר פארבייפארנדע פאליציאנטן וועלכע האבן ארויסגעראטעוועט די פרוי מיט אירע קינדער און זי ערהוילט זיך איצט אין שפיטאל
אטעטשמענטס
GRTGRTG.jpg
GRTGRTG.jpg (39.65 KiB) געזען 1982 מאל
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 44999
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אן 41 יעריגע איד פון ברוקלין ניו יארק איז געווארן ארעסטירט פארלאפענע שבת און אנגעקלאגט דורך דיסטריקט אטוירני עריק גאנזאלעז מיט מער פון 40 קאונטס אריינגערעכנט צווייטע גראד מארד פארזוך

ער ווערט באשולדיגט און מערערע פארברעכנס וואס ער איז אנגעבליך באגאנגען אקעגן זיי מוסולמענע שכן אכמעד חבורה וועלכע האט זיך לעצטנס אריינגעצויגן אין זיין געביידע און לויט די קלאגע פירט ער שוין אקעגן אים א מאנאטן לאנגע קאמפיין וואס רעכנט אריין לעכערן זיינע רעדער, האקן אין קאפ מיט א האמער און דער שכן האט געדארפט ווערן באהאנדלט אין שפיטאל, און זיך איינברעכן ביי אים אין שטוב אנשמירנדיג די ווענט מיט בלויע פארב און אויל און באמיסטיגן א קוראן

דער אנגעקלאגטער האט זיך דערקלערט אומשולדיג און באקומען די אפציע פון ארויסגיין דערווייל אויף די פריי פאר 25 טויזנט דאלאר קעש בעיל אדער א 125 טויזנט באנד

גאווערנאר האקול האט שארף פארדאמט די אינצידענט וואס זיי באצייכנט אלס עקלהאפטיג און געזאגט אז האס פארברעכן האבן נישט קיין פלאץ אין ניו יארק
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום פרייטאג אוגוסט 16, 2024 12:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 44999
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ניו יארק סיטי בירגערמייסטער עריק עדעמס און זיין קאמפיין ערהאלטן סובפינעס פון די פעדעראלע גרענד דזשורי
אטעטשמענטס
HYHNYHYDT.jpg
HYHNYHYDT.jpg (50.93 KiB) געזען 1870 מאל
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 44999
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די ניו יארק סיטי קאונסיל האט באשטעטיגט א ריזאונינג פלאן וואס וועט ערמעגליכן די אויפבוי פון נאנט צו 7 טויזנט דירות אין מזרח בראנקס מיט טייל פון זיי וואס וועלן דארפן גיין פאר רענט נידריגער ווי די מארקעט פרייז

די פרישע געביידעס וועלן ווערן ארויפגעצויגן אויפן ארט פון אינדוסטריאלע פאבריקן און וועלן שוין קענען זיין גרייט אויף יארע 2027 למספרם
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 44999
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מאטאריסטן אין ניו יארק סיטי זאלן זיין געווארנט אז אנגעהויבן פון קומענדיגע וואך וועלן MTA באסעס וואס כאפן אויף פארלעצונגען ארויסשיקן טיקעטס אנשטאט די ביז איצטיגע ווארענונגען
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 44999
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

טיילאנד שווערט איין זייער אינגסטע פרעמיער מיניסטארשע, די טאכטער פון די געוועזענע פרעמיער מיניסטאר אין די עלטער פון 37 יאר
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 44999
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פעדעראלע פראקורארן קלאגן אן 5 אינדיווידועלן וועם זיי באשולדיגן אין די טויט פון א מעטיו פערי, א באקאנטע אקטיאר פון לאס אנדזשעלעס

פערי האט זיך פאר א לאנגע צייט געמוטשעט מיט דעפרעסיע און ווען זיינע לאקאלע דאקטוירים האבן נישט געוואלט העכערן זיין אנטי דעפרעסיע מעדיצין דאזע האט ער זיך געוואנדן צו דראג דיעלער און אנדערע פארשוינען וועלכע האבן אים עס צוגעשטעלט פאר גוט באצאלט און עס האט געפירט צו זיין טויט

צווישן די אנגעקלאגטע ציילן זיך א גרויסע דראג דיעלער און 2 דאקטוירים און אויב געפונען שולדיג ערווארט זיי א מאקסימום פון 120 יאר טורמע
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 44999
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פרעזידענט ביידען פארארדנט די סיקרעט סערוויס צוצושטעלן שוץ פאר די געוועזענע דירעקטאר פון די אגענטור קימבערלי טשיטל
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 44999
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א טרעילער וועלכע האט געפירט שלויכן האט זיך איבערגעדרייט אויפן אינטערסטעיט 70 אין ווייץ רידזש קאלאראדא
אטעטשמענטס
THTRRTRR.jpg
THTRRTRR.jpg (88.39 KiB) געזען 1295 מאל
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 44999
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

נאך א מאסיווע זוך אפעראציע פון לאנגע שטונדן דורך העליקאפטער און ים טויכער האט מען איצט פרייטאג אינדערפרי באוויזן אפצוגעפונען און ארויסשלעפן א קאר וועלכע האט זיך אריינגעגליטשט פארטאגס אין די טייך ביי פילאדעלפיע'ס פעירמאנט פארק אבער קיינער איז נישט געווען אינווייניג אין די קאר
אטעטשמענטס
JUJJJ.jpg
JUJJJ.jpg (62.99 KiB) געזען 1210 מאל
JJUHJGK.jpg
JJUHJGK.jpg (27.31 KiB) געזען 1210 מאל
KUKUK.jpg
KUKUK.jpg (43.99 KiB) געזען 1210 מאל
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 44999
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

טוויטער מעלדט אז זי וועט עפענען איר אייגענע קאנפערענץ פלאטפארמע און עלימינירן די געברויך פאר זום און אנדערע פארמאטן פאר מענטשן אפצוהאלטן ווירטואלע זיצונגען
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 44999
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א 3 יעריג קינד פון נוארק ניו דזשערסי געפונט זיך אין שפיטאל אין א קריטישע צושטאנד נאך וואס ער האט זיך אליינס געשאסן
אוועטאר
שדכן גדול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:56 pm
לאקאציע:אומאן

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שדכן גדול »

אין איזמיר ,טערקיי, פראוועט מען א פייערדיגע שבת נחמו.
אטעטשמענטס
1000002709.jpg
1000002709.jpg (305.28 KiB) געזען 781 מאל
1000002708.jpg
1000002708.jpg (53.52 KiB) געזען 781 מאל
שקר נוטל כסף דובר
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”