לאמיר זיך אומקערן אידעלעך!!

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
מיינע געדאנקען
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2024 9:54 pm
לאקאציע:איבערן פאפיר

לאמיר זיך אומקערן אידעלעך!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיינע געדאנקען »

פרשת ואתחנן - נחמו
(ניגון: לאמיר זיך אומקערן אידעלעך - ר' יום טוב עהרליך)


1) אויף די ערד שוין געזעסן שוין געוויינט בקרן זווית
אש אויפן שטערן געלייגט,
די גאולה ליידער נאך נישט דא-זי-איז
נאר ווייטער אין גלות מען ווייקט,

שוין טויזענטער יארן די זעלבע געשיכטעס
מען קלאגט און מען טרייסט זיך דערנאָך,
זיך שטארקן ווי קען מען ווען די גאולה מ'זוכט-עס
צודריקט אונטער דעם גלות יאך,

2) דער באשעפער ער הייסט
מיין קינד ווער געטרייסט
די שטראלן מען זעהט אויפן האריזאנט,
פארליר נישט דיין האף
מען האלט שוין צום סוף
בקרוב קיין ירושלים מען ראנ''ט,

פזמון:
מיר וועלן זיך אומקערן אידעלעך
צוריק צו די אמאליגע טעג,
מיר וועלן זיך נאך אומקערן ברידער'לעך
משיח ער איז אויפן וועג,

2) די בהמ''ק א פייערדיג
מיט קדושה זייער-דיק
און פליען אויפן פליגלעך פונעם אדלער,
אונז נעמען אויף זיין שויס
מארבע כנפות
די גלות לענדער בלייבן גראָד-לער,


1) דער באשעפער טוט טרייסטן כאטש אין גלות פירן דא מ'וועט
דאך די ישועה פארגעגרייט,
אז ט' באב נאכמיטאג איז לידת בן דוד עס שיינט אין די טונקעלסטע צייט

אין די קייטן מען פירט דיך אבער דאך נישט אנטויש-איך
משיח איז שוין געבוירן,
מעט אור דוחה הרבה חושך
אידעלע זיי נישט פארלוירן,

פזמון:
לאמער זיך טרייסטן אידעלעך
נחמו נחמו עמו,
לאמער זיך טרייסטן ברידערלעך
יאמר אלוקיכם,

2) בעהט און בעהט
עס איז קיינמאל צו שפעט
כל זמן די זון נאך עס שיינט,
מיר גלייבן אין באשעפער נאר
איז אין יארע טווענט''י פאָ''ר
קען ער נאך קומען נאך היינט,


פזמון:
מיר וועלן זיך נאך אומקערן אידעלעך
צוריק צו די אמאליגע טעג,
מיר וועלן זיך נאך אומקערן ברידערלעך
די גאולה עס איז אויפן וועג,

2) א בהמ''ק א פייערדיג
מיט קדושה זייער-דיק
און פליען אויפן פליגלעך פונעם אדלער,
אונז נעמען אויף זיין שויס
מארבע כנפות
די גלות לענדער בלייבן גראָד-לער.



!א גוט שבת
אוועטאר
בלויע ציצית
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 5:26 am

Re: לאמיר זיך אומקערן אידעלעך!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלויע ציצית »

#טאלאנט!
ונתנו על ציצית הכנף פתיל תכלת!!!
אוועטאר
אלטע קוגל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7900
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 03, 2021 11:34 pm
לאקאציע:דארטן

Re: לאמיר זיך אומקערן אידעלעך!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע קוגל »

אייזן!
אוועטאר
ארטיסטיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 2:37 pm

Re: לאמיר זיך אומקערן אידעלעך!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטיסטיש »

לאמיר זיך טרייסטן יודעלעך...

הערליך הערליך!
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1904
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: לאמיר זיך אומקערן אידעלעך!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

זייער שיין!
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אוועטאר
מיינע געדאנקען
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2024 9:54 pm
לאקאציע:איבערן פאפיר

Re: לאמיר זיך אומקערן אידעלעך!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיינע געדאנקען »

בלויע ציצית האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 16, 2024 12:18 pm
#טאלאנט!
אלטע קוגל האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 16, 2024 1:55 pm
אייזן!
ארטיסטיש האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 16, 2024 1:59 pm
לאמיר זיך טרייסטן יודעלעך...

הערליך הערליך!
גראדע שכל האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 16, 2024 2:05 pm
זייער שיין!
א שכח פאר אלע קאמפלימענטן!! עס מיינט אסאך פאר מיר!!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”