אפשערן אין די דריי וואכן - ספירה

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2474
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע:באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

דאכט זיך מיר אז אין מנהג ישראל תורה שטייט עפעס דערוועגן
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
פייווישעל
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 22, 2010 3:04 pm
לאקאציע:איפה פייוויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייווישעל »

איך האב געהערט פין איינעם וואס האט געפרעגט זיין רבי, ווען מדארף אנטוהן די קאפעל, אין ציצית, אין וועגן נישט קוקן אויף גוים די טאג וואס דאס קינד ווערט 3. אין די רבי האט געזאגט אז סהאט מיט די טאג וואס מגייט און חדר מיטן קינד.
איפה פייוויש?
דא בין איך
אוועטאר
שמו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5092
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

קוקנדיג אין די פאריגע ספרים (געדענק איך נישט יעצט וועלכע אבער כ'האב ארויסגעפרינט א אלטע קאפי)
שטייט יא אז דאס טאג וואס מ'ווערט דריי, דארף מען אנטון קאפל און ציצית, לגבי היטן די אויגן, זאל מען הן ביום היותו בן ג', און הן ביום החדר פירן
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 6:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלך לחמך »

פייווישעל האט געשריבן: איך האב געהערט פין איינעם וואס האט געפרעגט זיין רבי, ווען מדארף אנטוהן די קאפעל, אין ציצית, אין וועגן נישט קוקן אויף גוים די טאג וואס דאס קינד ווערט 3. אין די רבי האט געזאגט אז סהאט מיט די טאג וואס מגייט און חדר מיטן קינד.

מיר האט מיין רבי אויך געזאגט אז מען דארף נישט קיין קאפל פאר מען מאכט די פיאות, עס איז שוין געווען ביי אונז צוויי מאל איינמאל און די דריי וואכן און איינמאל ראש חודש, ער האט געזאגט אז אלע ענינים איז אויף דעם טאג וואס מען מאכט די פיאות און מען גייט און חדר.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

עס איז דא אין די ענינים נהרא ונהרא ופשטי' גיב א קוק אין נטעי גבריא' בלעטער אויף בלעטער
מפתת לנטעי גבריאל
און סקווירא שערט מען ביי די 2 יאר א ט"ק ווען דאס קינד איז ריין חדר פירט מען ביי די 3
איך געדענק פון איינעם פון די פריערדיקע פוסקים (אולי דער מרדכי) א שמיעס וועגען מחיקה פון דעם פסוק אויף אן איי
וואס מען האט געגעבען פאר דעם קינד ש"ק ווען מען האט אים געפירט אין חדר
א שכן האט מיר אמאל ארויף געריפען צו מנחה חוה"מ פסח און איך זעה כיבוד אויף דעם טיש פרעג איך אים "יולדת ?"
זאגט ער האט אפגעשוירען א אינגעל כפי הוראת א מורה הוראה ווייל ער האט אם דאך נישט געקענט שערען עיו"ט מכח מנהג
ע"פ תקל"א סעיף ד'
ווען ער האט אים געפירט אין חדר ? אפשר האט א זיידע געזאגט מיט אים א"ב
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

געטראפען דעם סדר פון חדר פירען אין שבועות אין רוקח
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

שמו האט געשריבן: בין איך געוואר געווארן, אז .... וואס פלאנט צו אפשערן ל"ג בעומר אין חו"ל, האט נישט אנגעטוהן א קאפל פאר זיין אינגל וואס איז געווארן דריי פארגאנגענעם חוה"מ פסח

פארוואס האט ער נישט אפגעשארן חול המועד?

יעצט זע איך קיקיון זאגט שוין דאס...
לגבי דעם רוקח איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז דארט שטייט 'תורה תהא אומנותי' מלשון היהי רצון "שתהא תורתך אומנותנו"
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ללמוד וללמד »

maybeeynot האט געשריבן:
חכמהלאג האט געשריבן: איינער זאגט מיר אז עס איז געווען דארט 40 חאלאקעס, איז טאקע דא אין קרית יואל יעדן חודש 20 ברית'ן ביי די קהלת מהר"א? אויב אזוי מאך איך א חשבות אז יעדן חודש קומט צו א כיתה אין חדר וואס דאס מיינט 160 א יאר, לויטן חשבון דארף אין 20 יאר ארום זיין וויפיל מענטשן ביי די הדלקה אין קרית יואל?

סאיז געווען אסאך חאלאקע קינדער פון וומ"ס ב"פ מאנסי אויכעט מילא קושיא מעיקרא ליתא

אגב אין וומ"ס מהר"א ת"ת איז געווען 22 האניג לעקן נעכטן ל"ג בעומר כמנין כ"ב אותיות לתורה

קען איינער מסביר זיין וואס האט די איסור פון שערן אין ספירה צוטאן מיט גיין אין חדר לעקן האניג ביי די דריי יאר? פארוואס גייט מען נישט ביי די דריי אין חדר יא פאות נישט פיאות און ל״ג בעומר זיך שערן?
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12507
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

ללמוד וללמד האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:
חכמהלאג האט געשריבן: איינער זאגט מיר אז עס איז געווען דארט 40 חאלאקעס, איז טאקע דא אין קרית יואל יעדן חודש 20 ברית'ן ביי די קהלת מהר"א? אויב אזוי מאך איך א חשבות אז יעדן חודש קומט צו א כיתה אין חדר וואס דאס מיינט 160 א יאר, לויטן חשבון דארף אין 20 יאר ארום זיין וויפיל מענטשן ביי די הדלקה אין קרית יואל?

סאיז געווען אסאך חאלאקע קינדער פון וומ"ס ב"פ מאנסי אויכעט מילא קושיא מעיקרא ליתא

אגב אין וומ"ס מהר"א ת"ת איז געווען 22 האניג לעקן נעכטן ל"ג בעומר כמנין כ"ב אותיות לתורה

קען איינער מסביר זיין וואס האט די איסור פון שערן אין ספירה צוטאן מיט גיין אין חדר לעקן האניג ביי די דריי יאר? פארוואס גייט מען נישט ביי די דריי אין חדר יא פאות נישט פיאות און ל״ג בעומר זיך שערן?


לייען די די ארטיקל פון שאץ מאץ ווי ער ברענגט נאך פון בעלזער רב א טעם.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ללמוד וללמד »

עשיתי מה שצויתני. אבער איך האב נישט געטראפן א לעזונג צו מיין פראגע. שאץ מאץ איז מדמה א מעשה פון בעלזא רב מיט א מאדערנע איד אן פאות צו א דריי יעריג קינד. נו דרס איז זייער א שיינע דמיון אויף מסביר זיין פארוואס מען גייט נישט אין חדר די טאג פון דריי יאר און נאכדעם זאל מען שערן נאר קודם שערט מען און דערנאך גייט מען אין חדר. אדער אפשר קען מען עס אויך מדמה זיין אז מען זאל נישט אפשטופן די שערן על לא דבר חאטש וואס מעיקרא דמנהגא האט שערן גארנישט מיט דריי יאר עיי״ש. אבער בימי ספירה פארוואס זאל מען נישט אנהייבן לערנען מיטן קינד ביי די דריי יאר? נאר וועגען א געפיל פון א דמיון צו א מעשה פון בעלזא רב מיט א מאדערנא איד טוט מען דאס? ועדיין צריך עיון לפענ״ד
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

הרב ללמוד וללמד,

איר שרייבט אזוי "יא פיאות, נישט פיאות"... מען רעדט דא פון די צאן קדשים, די נכסי צאן ברזל פון עם ישראל קדושים, ביים אנהויב פון זייער לעבן, ביים שטעלן די ערשטע טריט פון תורה צוה לנו משה מורשה קהלת יעקב, עס זאל זיין "ללמוד וללמד" כל ימי חייו און עד סוף כל הדורות. איז עס דען א שפיל פון "יא פיאות נישט פיאות"?

אלעס פון "אפשערן" פארשטייט איר שוין? אלעס פון "לעקן האניג"? די עבודת הקודש פון רבי עקיבא'לע שליט"א, פון קניפן די בעקעלע ביז שרייבן דעם פסוק אויפ'ן איי מיט א נאדל, און נאכדעם אויפ'ן האניג קעיק? די געוואלדיגע שמירת עינים פונעם קינד, אפילו פון נשים ובתולות אין די אייגענע משפחה (! עס איז זייער שווער, אבער פאר איין טאג לוינט זיך די אינוועסטמענט אויפ'ן גאנצן לעבן), אויף וואס צדיקים האבן געזאגט דברים נוראים?

אויף דעם זענען דא תילי תילי מנהגים, יסודתם בהררי קודש, און מען פאלגט ערליך די וועגן פון די עלטערן און רבי'ס, צי מען פארשטייט יא, צי מען פארשטייט נישט. אנשטאט "יא פיאות נישט פיאות," קומט צו זאגן "איך שמיך, וואס ווייס איך יא אדער נישט, איך פאלג מיין טאטע, מאמע, רבי, די הייליגע ספרים" און מען וויינט צום אבינו אב הרחמן, ונהי' אנחנו וצאצאינו וצאצאי צאצאינו כולנו יודעי שמך.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected] .
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ללמוד וללמד »

מזל מידיע האט געשריבן: בס"ד

הרב ללמוד וללמד,

איר שרייבט אזוי "יא פיאות, נישט פיאות"... מען רעדט דא פון די צאן קדשים, די נכסי צאן ברזל פון עם ישראל קדושים, ביים אנהויב פון זייער לעבן, ביים שטעלן די ערשטע טריט פון תורה צוה לנו משה מורשה קהלת יעקב, עס זאל זיין "ללמוד וללמד" כל ימי חייו און עד סוף כל הדורות. איז עס דען א שפיל פון "יא פיאות נישט פיאות"?

אלעס פון "אפשערן" פארשטייט איר שוין? אלעס פון "לעקן האניג"? די עבודת הקודש פון רבי עקיבא'לע שליט"א, פון קניפן די בעקעלע ביז שרייבן דעם פסוק אויפ'ן איי מיט א נאדל, און נאכדעם אויפ'ן האניג קעיק? די געוואלדיגע שמירת עינים פונעם קינד, אפילו פון נשים ובתולות אין די אייגענע משפחה (! עס איז זייער שווער, אבער פאר איין טאג לוינט זיך די אינוועסטמענט אויפ'ן גאנצן לעבן), אויף וואס צדיקים האבן געזאגט דברים נוראים?

אויף דעם זענען דא תילי תילי מנהגים, יסודתם בהררי קודש, און מען פאלגט ערליך די וועגן פון די עלטערן און רבי'ס, צי מען פארשטייט יא, צי מען פארשטייט נישט. אנשטאט "יא פיאות נישט פיאות," קומט צו זאגן "איך שמיך, וואס ווייס איך יא אדער נישט, איך פאלג מיין טאטע, מאמע, רבי, די הייליגע ספרים" און מען וויינט צום אבינו אב הרחמן, ונהי' אנחנו וצאצאינו וצאצאי צאצאינו כולנו יודעי שמך.

זייט מיר מוחל. איך נעם אן אייער ווערטער אז די ״אויסדרוק״ איז אפשר נישט ריכטיג געוועהן. עס קען זיך טאקע שלעכט קלונגען פאר איינער וואס פארשטייט נישט מיין כוונה און וואלט געדארפט זיין מער מיט אכט. קוקט נאר מיין טרעק רעקארד וועט איהר זעהן און די תגובות (עכ״פ די אומגעמעקטע...) ווי אני הקטן אמפער זיך כסדר מיט די ליידער אויפגעקלערטע דא וואס איך האלט מיט אן אמת אז צריך בדיקה אחריהם (ס׳איז ב״ה נישט דא קיין סאך אבער געציילטע גאר גיפטיגע ליידער) איך האב אין מיין באזיץ א העתקה פון א תגובה איבער עניני אמונה וואס איינער האט לעצטנס דא געשריבן וואס איז תסמר שערות אנוש און חאטש ער אליין האט דאס שפעטעק פארמעקט ווייסט ער אליין נישט וואס זיינע ווערטער האבען געוויזן זיין פארפוילטקייט צווישן די שורות. וה׳ הטוב יכפר
און יעצט צום ענין (חאטש ארויס פון נושא האשכול אביסל...)
איך האב סך הכל געמיינט צו פרעגן אז לויט אלע טעמים וואס עכ״פ אני הקטן האב געטראפן האב איך נישט קיין הסבר אויף דעם. יעצט אם קבלה הוא נקבל. און ח״ו, אויב עס איז א מנהג וואס מען ווייסט אז אזוי האט מען זיך געפירט און איהר ווייסט מיר נישט צו זאגן א הסבר דערויף איז דאס נאך אלץ פונקט אזוי חשוב און הייליג ביי אונז וסוד ה׳ ליראיו. אבער איך פרעג אולי קען מיר יעמאנד יא געפונען א הסבר אדער מקור דערויף. עס איז מיר זייער געפאלן די אויבנדערמאנטן לינק צו שאץ מאץ. אז איהר קוקט דארט איינערקענט ער אז ס׳דא מנהגים וואס ווערן איינגעפירט אלץ פראקטישקייט און קומט גאר פון א בעלבתי׳שער שטאנדפונקט. וממילא קען אמאל זיין אז וואס מען טוט היינט האט מען נישט געטוהן 20 יאר צוריק (א שטייגער ווי הדלקה.. שוין צוריק צום נושא...) עס איז זייער מעגליך אז די מנהג איז נשתרבב געווארן צוליב אן ענליכן מנהג און עס קומט באמת נישט דא למשל אז מ׳טראגט נאר אין חדר ביי די דריי נאכדעם וואס מ׳האט געשוירן וואס דארט איז שוין יא דא מלתא בטעמא ווייל מען שטופט דאך סוף כל סוף נישט אפ די הייליגע רמ״א וואס פסק׳ענו אנצוהייבן לערנען ביי די דריי. איך איהר פארשטייט מיין פראגע בעסער
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

אין ספר "הררים התלוים בשערה" ברענגט ער אז הרה"ק מסאמאר זי"ע האט געהייסען אנהייבען חדר הערשט ווען מ'שערט אפ,
ער ברענגט דארט נאך מקורות אז מ'זאל אזוי טון,
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1924
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע:אינעם עולם הליין מאטריאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליינער »

פייווישעל האט געשריבן: איך האב געהערט פין איינעם וואס האט געפרעגט זיין רבי, ווען מדארף אנטוהן די קאפעל, אין ציצית, אין וועגן נישט קוקן אויף גוים די טאג וואס דאס קינד ווערט 3. אין די רבי האט געזאגט אז סהאט מיט די טאג וואס מגייט און חדר מיטן קינד.

כיהודה ועוד קרא
האב מיר נעכטען געפרעגט מיין רבי שליט"א און ער האט מיר געזאגט די זעלבע זאך אז די טאג ווען מ'שערט אים אפ זאל מען אים אנטוהן א קאפעל און ציצית און היטען פון גוים נישט פארדעם
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

Untitled.gif
Untitled.gif (137.54 KiB) געזען 2109 מאל
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

איז פארהאן א ענין נישט צו זעהן גוים אין טאג וואס מען ווערט 3 יאר אפילו מען שערט אפ ל"ג בעומר??
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע:שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

די ענין פון נישט זען קיין גוי אדער א דבר שאינו טהור איז נאר די טאג ווען מ'פירט אים אין חדר, אויב געדענק איך גוט האט עס ניטאמאל מיט אפשערן, דאס מיינט אויב שערסטו אפ איין טאג אין טראגסט אים אין חדר א צווייטע טאג דארפסטו נאר אכט געבן דעם טאג וואס ער גייט אין חדר
זוכט איר דוי?
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: אפשערן אין די דריי וואכן - ספירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

הגאון ר' ישראל דוד הארפענעס שליט“א זאגט (שו“ת מקדש ישראל סע“ו) אז די מנהג איז צי מחמיר זיין ספירה ער זאגט אז חוץ די אפשערן מאכט מען דאך יענע טאג פאר א יום שמחה און דאס אליין איז א פראבלעם
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
זבולון חיים הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 7:08 pm

Re: אפשערן אין די דריי וואכן - ספירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון חיים הלוי »

מען מעג זיך שערן די שנאלצן (וואנצעס) אין די 3 וואכן?
זבולון חיים הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 7:08 pm

Re: אפשערן אין די דריי וואכן - ספירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון חיים הלוי »

רבנים ת״ח קומטס ענטפערן עס איז וויכטיג

יש״כ
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: אפשערן אין די דריי וואכן - ספירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

וואס איז אזוי וויכטיג אז די דריי וואכן זיינען שוין אריבער?
איך שיהי' אין שולחן ערוך סימן תקנא סעיף יג שטייט
ובזקן, כל שמעכב את האכילה, מותר:

בנוגע נושא האשכול האט דער ליובאוויטשער רבי געשריבן טאהן נאך די ניין טעג
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... &pgnum=298
און אזוי האט מען געטאהן מיט מיר.
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”