ר' יצחק עקשטיין אין מאמענט: "עמעזאן איז א חובות גרוב"

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , עמעזאן

ציטער
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 24, 2014 9:36 am

Re: ר' יצחק עקשטיין אין מאמענט: "עמעזאן איז א חובות גרוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציטער »

קען איינער ביטע ארויפלייגען די נעקסטע amazon ארטיקל פון פרשת בה"ב?
השמש
שר האלף
תגובות: 1063
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 18, 2015 11:23 am

Re: ר' יצחק עקשטיין אין מאמענט: "עמעזאן איז א חובות גרוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השמש »

איך האב אנגעהויבן עמעזאן בערך 10ַיאר צירוק,
דענמאלטס פלעג איך קויפן קלאזעוטס פאר זייער ביליג, זאכן וואס איך האב געזעהן אז מ'קען מאכן געלט האב איך באשטעלט פון די קאמפעני און פארקויפט אויף עמעזאן, ס'איז געווען גאנץ גרינג און ס'איז אריינגענומען שיינע רווחים,

בערך פלעג איך באשטעלן סחורה פאר 100 טויזענט דאלאר א חודש און עס פלעגט אריינקומען 150 טויזענט דאלאר א חודש

מיט די צייט האבן אסאך קאמפעניס אויפגעהערט צו פארקויפן (גערעכט זענען זיי) און ס'איז געווארן שווערער צו קויפן סחורה דו ביזנעס איז דעמאלסט געווארן אז מ'האט געדארפט טרעפן ווי צו קויפן סחורה, צו דורך אנדערע לענדער וכו'


איין אייטעם וואס איך האב געקויפט פון די קלאזעוטס האב איך בכלל נישט געקענט באקומען מער, אזוי ווי איך האב געזעהן אז ס'האט זיך גוט פארקויפט האב איך אליינס אנגעהויבן עס צו מאכן אין טשיינע מיט מיין אייגענע ברענד, די ביזנעס מהלך האט זיך געטוישט מ'האט געדארפט ווארטן בערך 7 חדשים צוריק צו מאכן די געלט , מ'האט געדארפט שיקען ווייערס פון פאראויס מהאט נאמאר געקענט קויפן מיט קרעדיט קארד, מ'האט געדארפט באשטעלן ריזיגע שיפמענטס, אויסער דעים , דעי אלע זאכן וואס קומט מיט עפענען א אייגענע ברענד, פעקעדש דעזיין , שיפמענטס, קאסטעמס , דילעיס, אינספעשענס, וכו' צוביסלעך האב איך שוין געהאט בערך 4 אייגענע אייטעמס, די געלט האב איך גענומען פון די רווחים וואס איך האב געמאכט ביז יעצט,
ביז
איין טאג האט עמעזאן פארמאכט מיין אקאונט, מיט די טענה אז איך פארקויף פאלטשע סחורה, צו צוריק אויף עפענען די אקאונט דארף איך זיי שיקן א אינוויאס פון ווי איך האב געקויפט די סחורה, למעשה אזוי ווי איך האב געדארפט קויפן אייטעמס נישט פון די קאמפעני אליינס אדער איינער וואס איז אויטאריזירט ביי די קאמפעני, האב איך זיי נישט געקענט פרוויידען מיט א לעגיטימע אינוויס מיין גאנצע אקאונט איז פארמאכט געווארן צוליב 2 אייטעמס, (צו ס'איז איז טאקע געווען פאלטש ווייס איך נישט, מיין סופלייער טענה'עט אז ס'איז לעגעטים ס"ה פון אן אנדער קאנטרי)

איך האב געזעהן אז דאס איז מער נישט קיין מהלך האב איך געעפנט א נייע אקאונט נאר פון מיין אייגענע ברענד, ברוך ה' סאיז געגאנגען בארג ארויף איך האב עס געקויפט פאר 10 דאלער פארקויפט פאר 30 , די ריוח איז געווען ס"ה 10 דאלער, אזויווי איך האב שוין נישט קיין סך געלט געהאט איך בין אויסגעלאפן פון סחורה פון צייט צו צייט און צו באקומען נייע האט געדויערט בערך 4 -5 חדשים, אבער מ'האט געמאכט פרנסה


איין טאג האב איך אנגעהויבן צו זעהן שטערנס! מיין אייטעמס זענען שוין נישט נומער איינס, וואס איז ס'איז יעצט דא א נייע ליסטיג פון נעכטן מיט 600 פינף שטערנס ריוויאס, בעת איך האב נאר 4 שטערס
איך האב געקאנטאקט עמעזאן, קיין איינס איז נישט געווען וועריפייד, אסאך זענען געווען צעהן פון די זעלבע מענטש, וכו'
איך בין געווארן סופרייז וויל זיי האבן זיך כמעט נישט וויסענדיג געמאכט פון מיינע טענות ס'האט געדוירט בערך א חודש ביז זיי האבן עס אראפגענומען, אבער אזוי ווי די פרעש ס'איז אראפ גענומען איינס איז ארויף געקומען דריי , ס'איז אפשר געווען 20 פון די זעלבע אייטעם יעדע ליסטיג מיט אנ אנדערע ברענד אבער איקזעקט די זעלבע אייטעם, איך האב מיר פראבירט צו שלאגן ס'איז געווען זייער שווער,

דאס האט אנגעהאלטען פאר א שטיק צייט, מיינע אייטעמס זענען שוין נישט געווען אויף די ערשטע פעידזש , פארשטייט זיך אז מיינע סעילס האבן אנגעהויבן צו דראפן פון הונדערטער - צווי הונדערט א טאג צו בערך פיר פינף א טאג! ...


למעשה האב איך אנגעהויבן צו קויפן פי' פי' סי די סעילס האבן זיך אביסל געהויבן ,
און די ליסטינגס האבן אנגעהאלטן פאר בערך א חודש

ביז איינטאג איז ארויף געקומען א נייע ברענד מיט די זעלבע אייטעם, די פרייז וואס ער האט פארקויפט איז געווען צוואנציג דאלער, דאס הייסט קאסט פרייז , זיין ליסטיג איז געקומען מיט אסאך ריוויאס, אבער נישט אזוי ווי די אנדערע ברענד'ס
איך האב געמאכט א חשבון אז פאר 20 דאלער, מיך קאסט די אייטעם 10 דאלער, עמעזאן פי 6.7 , מיט שיפינג פון טשיינע , צו עמעזאן, סטארידש וכו' דערלייגן איך ביי צוואנציג דאלער, אבער די אנדערע ליסטיג איז געווען פון א קאמפעני אין טשיינע אליין ..


איך האב געטראכט אויך צו אראפ ריקן די פרייזער און צו דערלייגן אבי נישט ארויסצופאלן פון די געים, אבער למעשה האב איך מחליט געווען א דאס איז נישט קיין ביזנעס
און דא האט זיך עס געענדיקט, איך האב איינגעזעהן אז אפילו איז וועל עס דורך שוויצן קען איך נישט וויסן וואס וועט זיין מארגן, (צו די אלע סעללערס דא איך בין נייגעריג וואס עטס וואלטס גוטוהן און אזא צייט)

ברוך השם איך האב געהאט שיין פרנסה פון עמעזאן פאר בערך אכט יאר , חתונה געמאכט אפאר קינדער.

למעשה בין איך אריין אין א אנדערע ליין וואס סדוירט לאנגע ביז מ'זעהט עפעס רווחים, אבער מיטן אייבישטנס הילף איינמאל ס'ארבעט זיך אויס וועל איך אי"ה זעהן שיינע רווחים.

סא ווען איינער פרעגט מיר צו מ'קען מאכן פרנסה אויף עמעזאן זאג איך מ'קען מאכן געלט אבער צו בויען א ביזנעס דארפסטו האבן עפעס מער ווי סתם צו קויפן און פארקויפן.
We say Lechaim, and we’re so happy
And we serve Hashem with love,
We say Lechaim, and we’re so happy
And we do, we do, we do the Karahod
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3814
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: ר' יצחק עקשטיין אין מאמענט: "עמעזאן איז א חובות גרוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

wow wow זייער אינפארמאטיוו, זאלט איר מצליח זיין אין אייער נייע ביזנעס...

אויב איך פארשטיי גוט פון דיינע ווערטער איז די סיבה פארוואס עמעזאן איז געווארן אזוי שווער, צוליב וואס די כינעזע האבן זיך אליין אויסגעלערנט וויאזוי צו פארקויפן אויף עמעזאן, ריכטיג?
השמש
שר האלף
תגובות: 1063
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 18, 2015 11:23 am

Re: ר' יצחק עקשטיין אין מאמענט: "עמעזאן איז א חובות גרוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השמש »

פאסט טרעגער האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 11, 2023 11:12 pm
wow wow זייער אינפארמאטיוו, זאלט איר מצליח זיין אין אייער נייע ביזנעס...

אויב איך פארשטיי גוט פון דיינע ווערטער איז די סיבה פארוואס עמעזאן איז געווארן אזוי שווער, צוליב וואס די כינעזע האבן זיך אליין אויסגעלערנט וויאזוי צו פארקויפן אויף עמעזאן, ריכטיג?

איך גלייב סאיז דא נאך סיבות, אבער דאס איז זיכער אויך איינער הויפט פון די סיבות.

עמעזאן טוט עס בדווקא זיי זוכן די טשיינע סעלעערס גלייך
We say Lechaim, and we’re so happy
And we serve Hashem with love,
We say Lechaim, and we’re so happy
And we do, we do, we do the Karahod
השמש
שר האלף
תגובות: 1063
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 18, 2015 11:23 am

Re: ר' יצחק עקשטיין אין מאמענט: "עמעזאן איז א חובות גרוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השמש »

.
We say Lechaim, and we’re so happy
And we serve Hashem with love,
We say Lechaim, and we’re so happy
And we do, we do, we do the Karahod
טיפער מח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 14, 2021 8:47 pm

Re: ר' יצחק עקשטיין אין מאמענט: "עמעזאן איז א חובות גרוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיפער מח »

איך האב געהאט אן אפפער אפצוקויפן איינעמס עמזאן אקאונט. נישטערנדיג אויף גוגל אויב עס לוינט צו עפענען אן עמעזאן ביזנעס איז מיר דאס ארויפגעקומען. קוקט אויס אז עס לוינט טאקע נישט.
די פראגע איז, ווער איז אן אויסנאם? וועלכע סארט קענען יא מצליח זיין?


Amazon FBA is dead in 2024. The business has changed substantially over the years. It reached a point where it’s not worth the effort or investment for most people. New e-commerce sellers face high competition, account suspensions, and increasing Amazon fees. It's almost impossible for them to start and scale an Amazon FBA business. They also need to tackle counterfeit products and fake customer reviews. Plus, stricter Amazon policies and higher fulfillment costs.
After selling retail arbitrage for nearly a decade, an Amazon FBA seller on Reddit admits that his days with Amazon are numbered. This is due to decreasing profit margins. The seller notes that it’s only worth it for those who make over $500K in revenue yearly. However, only around 7% of Amazon sellers actually achieve this milestone, according to Jungle Scout's 2024 State of the Amazon Seller report.
yoel2124441100
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

Re: ר' יצחק עקשטיין אין מאמענט: "עמעזאן איז א חובות גרוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoel2124441100 »

טיפער מח האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 18, 2024 9:56 pm
איך האב געהאט אן אפפער אפצוקויפן איינעמס עמזאן אקאונט. נישטערנדיג אויף גוגל אויב עס לוינט צו עפענען אן עמעזאן ביזנעס איז מיר דאס ארויפגעקומען. קוקט אויס אז עס לוינט טאקע נישט.
די פראגע איז, ווער איז אן אויסנאם? וועלכע סארט קענען יא מצליח זיין?


Amazon FBA is dead in 2024. The business has changed substantially over the years. It reached a point where it’s not worth the effort or investment for most people. New e-commerce sellers face high competition, account suspensions, and increasing Amazon fees. It's almost impossible for them to start and scale an Amazon FBA business. They also need to tackle counterfeit products and fake customer reviews. Plus, stricter Amazon policies and higher fulfillment costs.
After selling retail arbitrage for nearly a decade, an Amazon FBA seller on Reddit admits that his days with Amazon are numbered. This is due to decreasing profit margins. The seller notes that it’s only worth it for those who make over $500K in revenue yearly. However, only around 7% of Amazon sellers actually achieve this milestone, according to Jungle Scout's 2024 State of the Amazon Seller report.
You tried asking google if its worth to open a pizza shop? Its all nonsenses info

But its true that its hard to make money on amazon this days, But still lots of opportunities and nobody will share you this info

Buying a amazon business if you don't know amazon is 99% chance you will loose your pants
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”