ט' באב מנהגים וענינים

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

יוד
שר האלף
תגובות: 1680
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 08, 2020 3:11 pm

Re: ט' באב מנהגים וענינים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד »

דער משנ"ב שרייבט "נכון יותר להתנות בפירוש"... וואס דאס מיינט ס'איז בעסער ארויסצוזאגן. ווען מ'שרייבט דער משנ"ב זאגט "לכתחלה" קען משמע זיין אז נישט טון אזוי איז א "בדיעבד" משא"כ ווען מ'זאגט ס'איז בעסער
רבן גמליאל
שר האלף
תגובות: 1078
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 3:13 pm

Re: ט' באב מנהגים וענינים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבן גמליאל »

מען מעג שוין הערן מוזיק?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29626
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: ט' באב מנהגים וענינים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

רבן גמליאל האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 1:54 am
מען מעג שוין הערן מוזיק?
ניין
(און אויך א גאנץ יאר איז נישט אזוי גלאטיג...)
בר חכמה
שר חמש מאות
תגובות: 515
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 23, 2022 2:22 pm

Re: ט' באב מנהגים וענינים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר חכמה »

לכאורה האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 1:56 am
רבן גמליאל האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 1:54 am
מען מעג שוין הערן מוזיק?
ניין
(און אויך א גאנץ יאר איז נישט אזוי גלאטיג...)
ס׳מער נישט גלאטיג ווי אגאנץ יאר?
ישתבח שמו!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29626
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: ט' באב מנהגים וענינים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

לכאורה, אלס עשירי באב
לאנטש טיים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5512
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: ט' באב מנהגים וענינים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

בר חכמה האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 1:59 am
לכאורה האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 1:56 am
רבן גמליאל האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 1:54 am
מען מעג שוין הערן מוזיק?
ניין
(און אויך א גאנץ יאר איז נישט אזוי גלאטיג...)
ס׳מער נישט גלאטיג ווי אגאנץ יאר?
יא, זיכער נישט בעסער ווי די דריי וואכן
ייחוס זוכער
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 19, 2018 5:59 am

סעודה המפסקת ערב ת"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ייחוס זוכער »

האט מיר אויפגערעגט היינט, זעענדיג עפעס א לקטן שרייבט און פאסקענט אז אויב מען עסט ערב תשעה באב צוויי סעודות, איין גרויסע סעודה פאר מנחה, און נאך מנחה נאר די סעודה המפסקת [אן איי זיצענדיג אויף דר'ערד], מעג מען ביי די ערשטע סעודה אויך נאר עסן איין תבשיל, ווייל אויב מ'איז זאט פון די ערשטע סעודה , און די סעודה המפסקת עסט מען נאר וועגן דעם ענין, הייסט די סעודה המפסקת א סעודת עראי, איז וועגן דעם באקומט די ערשטע סעודה אלע הלכות פון סעודה המפסקת, אז מען מעג עסן נאר איין תבשיל, און אז מען מעג נישט עסן דערביי קיין פיש,
אבער סיי ביי מיין טאטע און סיי ביי מיין שווער האט מען זעך אזוי געפיהרט, צו עסן פאר מנחה א גרויסע סעודה, און אויך פיש און עטליכע תבשילים [אזוי ווי ברייטע לאקשען מיט מילעך כמנהג בעלזא], איז א סימן אז אזוי האבען זעך געפיהרט שלומי אמוני ישראל אלע דורות, און קיינמאל נישט געהערט קיין פקפוקים אויף דעם, וואס האט דער עולם צו זאגען אויף דעם?
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17833
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ט' באב מנהגים וענינים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

דער משנ"ב (סי' תקנ"ב סקכ"ב) ברענגט שוין דעם שמועס.

דער רמ"א ברענגט פון מהרי"ל 'ומנהג בכל גלילות אשכנז לאכול סעודה קבועה קודם מנחה, ואחר כך מתפללין מנחה ואוכלים סעודה מפסקת'.

זאגט דער משנ"ב 'ורבים מאחרונים אין דעתם נוחה בזה, להרבות מתחילה בכמה מיני תבשילין ולהתענג בהם, וזהו עיקר סעודתו; ואחר מנחה, שאינו רעב ואינו צמא כלל, אוכל לזכר סעודה מפסקת, והוא רק כעין סעודת עראי.

ועל כן יש מהם שאומר (דאס איז דער מג"א), שלא יאכל קודם מנחה רק תבשיל אחד, ואחר מנחה יאכל עדשים או ביצים, וכנזכר לעיל. ואף שגם זה בכלל תבשיל הוא, לא מצטרפי אהדדי.

והאליהו רבא כתב להצדיק קצת את המנהג, וזה לשונו: אומר אני דכל זמן שהוא מכוין לשם שמים בכוונתו הנ"ל [דהיינו שלא יזיק לו התענית], הרשות בידו. אבל על כל פנים יראה כל אדם שלא ישביע עצמו יותר מדאי. והחכם עיניו בראשו, כדי שיוכל לאכול אחר המנחה סעודה המפסקת, שלא יהא כאכילה גסה ועראי, עד כאן לשונו'.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
ייחוס זוכער
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 19, 2018 5:59 am

Re: ט' באב מנהגים וענינים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ייחוס זוכער »

אוראייניקל האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 9:10 am
דער משנ"ב (סי' תקנ"ב סקכ"ב) ברענגט שוין דעם שמועס.

דער רמ"א ברענגט פון מהרי"ל 'ומנהג בכל גלילות אשכנז לאכול סעודה קבועה קודם מנחה, ואחר כך מתפללין מנחה ואוכלים סעודה מפסקת'.

זאגט דער משנ"ב 'ורבים מאחרונים אין דעתם נוחה בזה, להרבות מתחילה בכמה מיני תבשילין ולהתענג בהם, וזהו עיקר סעודתו; ואחר מנחה, שאינו רעב ואינו צמא כלל, אוכל לזכר סעודה מפסקת, והוא רק כעין סעודת עראי.

ועל כן יש מהם שאומר (דאס איז דער מג"א), שלא יאכל קודם מנחה רק תבשיל אחד, ואחר מנחה יאכל עדשים או ביצים, וכנזכר לעיל. ואף שגם זה בכלל תבשיל הוא, לא מצטרפי אהדדי.

והאליהו רבא כתב להצדיק קצת את המנהג, וזה לשונו: אומר אני דכל זמן שהוא מכוין לשם שמים בכוונתו הנ"ל [דהיינו שלא יזיק לו התענית], הרשות בידו. אבל על כל פנים יראה כל אדם שלא ישביע עצמו יותר מדאי. והחכם עיניו בראשו, כדי שיוכל לאכול אחר המנחה סעודה המפסקת, שלא יהא כאכילה גסה ועראי, עד כאן לשונו'.
ברענג מיר נישט אראפ אלע דיעות, כ'פרעג ווי אזוי האט מען זיך געפיהרט אלע יאהרן, כ'מיין אז רוב יודן האבען זיך אזוי געפיהרט.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36556
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ט' באב מנהגים וענינים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ס'איז נישט קיין חידוש, ס'שטייט שוין פון פריערדיגע, אידן בעלי נפש ובעלי השגה האבן זיך אייביג אזוי געפיהרט, אבער ס'איז נישט קיין הוראה פארן אלגעמיינעם ציבור.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 21180
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: ט' באב מנהגים וענינים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

ייש''כ
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36556
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ט' באב מנהגים וענינים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

farshlufen האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 10:18 am
ס'איז נישט קיין חידוש, ס'שטייט שוין פון פריערדיגע, אידן בעלי נפש ובעלי השגה האבן זיך אייביג אזוי געפיהרט, אבער ס'איז נישט קיין הוראה פארן אלגעמיינעם ציבור.
סי' תקנב, סעיף ט' רמ"א
מ'דארף לערנען יעדע ווארט:
מיהו [תנאי #1] מי שיוכל לסגף עצמו [תנאי #2] ויודע בעצמו שאין התענית מזיק לו [תנאי #3] ומחמיר על עצמו, נקרא קדוש כנ"ל:
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ייחוס זוכער
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 19, 2018 5:59 am

Re: ט' באב מנהגים וענינים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ייחוס זוכער »

האט מיר א מורה הוראה געזאגט, אז די וואס עסן נישט א געהעריגע סעודה פאר מנחה, עסן זיי בדרך כלל בשעת'ן סעודה המפסקת היפש מאכלים [ירקות, פירות וכדו'], און ממילא עסן זיי נאר דאס איי סוף סעודה אויף א נידריגן בענקל, א זאך וואס איז ווייט נישט לכתחילה, דאגעגן די וואס עסן א געהעריגע סעודה פאר מנחה, עסן בשעת'ן סעודה המפסקת נאר ברויט מיט איי, איז די גאנצע סעודה אויפ'ן נידריגע בענקל וואס דאס איז דער לכתחילה אז די גאנצע סעודה זאל זיין אויף א נידריגן בענקל, נישט נאר די איי , וואס דעמאלטס זעהט עס אויס ווי א חוכא וטלולא, ודו"ק.
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”