קען זיין כ'האב שוין געשריבן די מעשה, געווען א על תשובה ביי מיינעם א קרוב, און נאך די סעודה פרייטאג צו נאכטס האט ער אים געזוכט צו גיין פארברענגען ביים פירות טיש, און… ער האט אים געטראפן…. רייכערן אינדרויסן אין די בעק פון הויז.
- רחמים, ס'איז דאך שבת היינט? מה קרה לך? מ'טאר נישט? - נא, האליילא כורבאן…

אני מודה. מיין נקודה איז אז אינטערנעט איז פיל ארגער פון גליונות ׳אין באציג צו עפענען א אשכול דערויף׳. די שלעכטע שקלא וטריא פון גליונות איז אין שאטן צו בלאגס למיניהם. ווען מען איז דן איבער א שלעכטע השפעה פון א פאמפלעט איז דא פיל מער צו דיסקוטירן איבער די ענדלאזע שרעק וואס די בלאגס וכו׳ ברענגן בשוגג אדער בלא יודעים אויפן מענטש ווי א אומשילדיגער גליון. (איך מיין אז זאכן וואס ווערן געשריבן אויף בלאגס קען מען נישט שרייבן אויף א גליון אפילו מיטן בעסטן ווילן צו מכשיל זיין)
נו, דו רעדסט דאך דא פון מענטשן (לכה"פ געוויסע פון זיי) וואס די בלאגס למיניהם איז נישט קיין ארט וואו זיי גייען, ביי אסאך איז עס פארשפארט מיטן פילטער, ווילן זיי וויסן צו גליונות איז אנדערש פון ספרים אין דער נושא פון הסכמות.
משל למה הדבר דומה, איינער - וואס האט נישט קיין אינטערנעט - וועט דן זיין איבער דער נושא פון הסכמות אין ספרים בכלל, וועט אים איינער קומען זאגן: "דו רעדסט פון ספרים? אין דיין שכינות איז דא א גוי'שע לייבערי און דארט איז דא אסאך ערגערע זאכן".
וואס כ'מיין צו זאגן אז פארוואס זאל א מענטש, וואס האט אינטערנעט בהיתר פון זיין רב מיט די תנאים וואס זיין מוסד פארלאנגט, און גייט נישט אויף קיין בלאגס און צו ספרים וואס האבן אין זיך נישט גוטע זאכן, נישט זיין בארעכטיגט צו זאגן: "פארוואס האבן די גליונות נישט קיין הסכמה?".
קנאפער ידען האט געשריבן:

משל למה הדבר דומה, עמיצער וואס וואונט אין א ארט וואס העכער אים איז דא א לייבערי, און די טיר איז הערמאטיש פארשלאסן. אבער ההכרח לא יגונה אז דא און דארט פאלט ארויס א בוך, דא און דארט טרעפט ער א בלעטל ארויסגעריסן פון א בוך וואס אנטבלאנגט א לייבערי. און עמיצער וועט קומען און רעדן איבער די שעדליכקייט פון לייבעריס, וועט דער חכם זאגן, וואס דארפסט מער פון דער מענטש וואס וואונט הינטער א לייבערי און איז אויסגעשטעלט צו בשוגג׳דיגע הסתכלות פון ביכער. דער מענטש קען זען בין תנור לכריים ערגערע זאכן. הכלל, רעד פון יענע ארט ממש וואס דארפסטו קריכן אזוי ווייט, שם מנוחתו, און יא! מיט א שלאס און ריגל.
שמעתי מהרה"ח ר' סאניש וואקס ז"ל שסיפר לו רבו הרה"ק מקלויזענבורג זי"ע, שאחר ימות מלחמת העולם הראשונה, התאכסן בבית הגה"צ רבי חנוך צבי הכהן לוין אב"ד בענדין, [גיסו של האמרי אמת מגער] וראה איך שבכל לילה מביאים לו את הצייטונג של היום המחרת, והוא עובר על כולו ומה שלא מצא חן בעיניו היו משמיטים, והרבי התאונן על זה שהיום כל אחד מה שהוא רוצה הוא מדפיס.
ועל דרך אגב, לפעמים גם הר[ע]בנים שמסכימים על הספרים צריכים הסכמה לדבריהם! רח"ל וד"ל.
ראיתי בספר משנה זכרון לר' יהושע העשיל סינגער (ירושלים, תרע"ג) וז"ל: גם על ספרים חדשים מלאים אמרי הבל יש הסכמות, על זה אמר הגאון ר' מאיר שמחה שליט"א אנו מסכימים והם מסכימים אנו מסכימים לדברי תורה כו'.