Re: תורת היחסות - רעלעטיוו טעאריע
איר מישט אביסל, עס איז פארהאן צוויי סארטן טיים טרעוול.איינס האט געשריבן:שיינע שמועס פון פנחס גלויבער איבער ״צייט״
כ׳האב נישט קיין ״צייט״ - פנחס גלויבער
זייער געשמאק אראפ געלייגט און אינפארמאטיוו.
בתוך הדברים ברענגט ער ארויס א שאלה
פארוואס אין ספעיס - מקום קען מען זיך ריקן אין ארידענע ריכטונגען, מה שאין כן אין צייט, וואס דאס איז דאך די צווייטע זייט פון די מטבע, קען מען זיך ריקן נאר אין איין ריכטונג.
ער ברענגט עטליכע תשובות און אז סאיז אבער זייער נישט קלאר.
לויט ווי מהאט געשמועסט אין די אשכול מיין איך אז מקען דאס פארשטיין.
די ערשטע סארט איז ווען איינער טוט זיך אן זיין היט און רעקל און שפאצירט אריבער 200 יאר צום עבר און ער טרעפט זיך מיט זיינע עלטער זיידעס און ער פארציילט זיי אז ער איז זייער אור אייניקעל וואס גייט געבוירן ווערן צוויי הונדערט יאר ארום,
דאס וועלט ווען טעארעטיש געקענט פאסירן אויב וואלט מען ווען געקענט טרעוועלען שנעלער ווי די ספיד אף לייט.
אונזער שאלה איז אינגאנצן עפעס אנדערש,
מיר ווילן פארשטיין פארוואס די עצם מציאות הזמן לויפט בלויז אין איין דירעקציע, ער וועט אייביג לויפן צום עתיד, פארוואס לויפט ער נישט צום עבר? פארוואס וועט מיין זייגער קיינמאל נישט טיקן אויף צוריק? אפילו דער מענטש וואס טיים טרעוולט זיך צו טרעפן מיט זיינע זיידעס וועט אבער זיין אייגענע זייגער נאך אלס טיקן צום עתיד, בלויז די וועלט זייגער וועט לויט זיין פערספעקטיוו לויפן אויף צוריק, אבער זיין אייגענע זייגער וועט נאך אלס לויפן צום עתיד.
עס זענען פארהאן צוויי תירוצים אויף די שאלה.
די ערשטע תירוץ איז, אז אויב וואלט זמן געלאפן אויף צוריק וואלט אויסגעקומען אז א געקראכטע איי וואלט צוריק גאנץ געווארן, און דאס איז קעגן די חק הטבע, ווייל די טבע איז אז זאכן וועלן אייביג גיין פון סדר צו חורבן און נישט פארקערט.
די צווייטע ענטפער איז, ווייל במשך הזמן נעמט די מוח א גאנצע צייט אריין פרישע אינפארמאציע אין די מוח וואקסט פיזיש, קומט אויס אז אויב וואלט די זמן געלאפן אויף צוריק וואלט די מוח צירוק איינגעשרינקן און אלע זיכרונות וואלטן פארגעסן געווארן. לויט דעם קען טאקע זיין אז זמן לויפט אויף צוריק, נאר קיינער געדענקט פּשוט נישט וואס איז פארגעקומען ביים עתיד ווייל אלע זיכרונות זענען פארגעסן געווארן.