קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שמעון ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 656
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 24, 2023 11:28 am

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעון ישראל »

אינטערסאנטע איד האט געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2024 10:37 am
פאר "וויפיל איך ווייס" איז דא ב"ה פאזיטיווע אנטוויקלונגען
1) עס איז ב"ה דא יעצט מוסדות אין זית רענן, פאר די גאר קליינע קינדער, און האפנטליך וועט דאס שוין אי"ה קענען בלייבן אפן פאר א גאנץ יאר, אונטער די פירערשאפט פון פראמינענטע מחנכים, און דיינים,
2) עס איז ב"ה דא מנין יעדן טאג אינדערוואכן שחרית מנחה מעריב, מיט א פיינע מקוה, וכדו'
3) עס איז דא ב"ה א חשובע דיין וואס איז דארט יעדן שבת, ווי אויך דורך די וואך כמעט יעדן טאג, פאר די רוחניות'דיגע געברויכן פון די פלאץ, א גאנץ יאר איז הרב קויפמאן דומ"ץ קראלי דארט געווען יעדן שבת, אבער יעצט זומער איז ער אין קעמפ, איז דארט הרב פינחס שלום ראטטענבערג דומ"ץ קאסאן ב"פ,
4) עס איז ב"ה דא גראסערי לעבן דאס ביהמ"ד, וואס מען קען שוין איינקויפן די וויכטיגע געברויכן וואס מען דארף,
5) עס ווערט אין די טעג פארענדיגט די מקוה טהרה מיט אייבערשטנס הילף וואס וועט זיין גרייט אין די קומענדיגע טעג פאר די באנוץ פון די חשובע ציבור,
און יעצט דארפן נאר אפאר אידן טון צו די זאך, זיך אויהייבן און אהינגיין הנאה האבן,

אוודאי איז נאך ערווארטעט דארט שוועריקייטן, אזויווי אין יעדע נייע פלאץ, אבער מען דארף טוהן צו די זאך.

אדרבה פאר דער וואס ווייסט נאך פרטים קען קומען צו לייגן לתועלת הציבור
פרייד מיר צו הערן!
א *לייק* איז געז. א *קאמענט* איז בענזין.
אינטערסאנטע איד
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 08, 2020 11:30 am

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטערסאנטע איד »

איך האב אפגענומען א גריס היינט פון איינער וואס איז געווען אויף שבת אין קרית זית רענן,
און ער איז מורא'דיג נתפעל געווארן, עס איז דא דארט א הערליך חסידישע עולם, מסלתה ומשמנה,
הערליכע תפילות זענען אפגעראכטן געווארן אויף א ווארעמען פארנעם, צוויי מנינים קבלת שבת (מפני ריבוי העם עס איז פשוט נישט געווען קיין פלאץ אין בית המדרש, האט מען פאר שבת מסדר געווען אז עס זאל זיין צוויי מנינים) איינס א האלבע שעה פאר הדלקת הנרות און איינס א האלבע שעה נאך הדלקת הנרות, עס זענען געווען פילע געסט אויף שבת,
פאר'ן דאווענען זענן געזעצן אידן און געלערנט אין ביהמ"ד בהתמדה רבה, א דאווענען מלא טעם, א הערליכע קידוש נאכ'ן דאווענען, א שיינע שיעור פרקי אבות פאר מנחה און דערנאך א ווארעמע שלש סעודות,
א! הלוואי זאל עס קענען ווערן אוועקגעשטעלט, אלס עיר ואם בישראל
זייצפריילעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 08, 2022 2:02 pm

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייצפריילעך »

any number to call if i want to come for a shabbes and see it myself?
ס֥וֹף דָּבָ֖ר הַכֹּ֣ל נִשְׁמָ֑ע אֶת־הָֽאֱ' יְרָא֙ וְאֶת־מִצְוֹתָ֣יו שְׁמ֔וֹר כִּי־זֶ֖ה כָּל־הָֽאָדָֽם
אינטערסאנטע איד
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 08, 2020 11:30 am

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטערסאנטע איד »

זייצפריילעך האט געשריבן: זונטאג יולי 28, 2024 3:44 pm
any number to call if i want to come for a shabbes and see it myself?
די נאמבער איז געווען אין די גוט מארגן אין וויליאמסבורג, איך האף אז עס איז די ריכטיגע נאמבער 917-384-7098,
זייצפריילעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 08, 2022 2:02 pm

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייצפריילעך »

זייצפריילעך האט געשריבן: זונטאג יולי 28, 2024 3:44 pm
any number to call if i want to come for a shabbes and see it myself?
the "office" number for now is 917-384-7098
price $750 for the weekend including linen, option for up to 19 beds for a fee
$1200 for a week
$4000 for half summer
Last Shabbos was about 50 families
about 10 families are there for the whole summer
they plan to expand their office operations and marketing for the summer rental)s)
ס֥וֹף דָּבָ֖ר הַכֹּ֣ל נִשְׁמָ֑ע אֶת־הָֽאֱ' יְרָא֙ וְאֶת־מִצְוֹתָ֣יו שְׁמ֔וֹר כִּי־זֶ֖ה כָּל־הָֽאָדָֽם
חכם וצדיק
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 08, 2023 3:10 pm

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם וצדיק »

איינער מיט קראנטע אינפארמאציע לגבי קויפן? וויפיל איז א דירה? איז אמת אז ער געט 100 אלפים הלוואה? איוב יא אויף ווי לאנג?

ביטע נאר ענטפערן אויב איר ווייסט, שכח
בעזרת החונן לאדם דעת
אוועטאר
געגאנגען
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4045
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

חכם וצדיק האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 1:20 am
איינער מיט קראנטע אינפארמאציע לגבי קויפן? וויפיל איז א דירה? איז אמת אז ער געט 100 אלפים הלוואה? איוב יא אויף ווי לאנג?

ביטע נאר ענטפערן אויב איר ווייסט, שכח
איך האב נישט די נומבער.

אבער דא וועסטו זיכער נישט באקומען קיין קראנטע אינפארמאציע... רוף אריין אין די אפיס.
אינטערסאנטע איד
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 08, 2020 11:30 am

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטערסאנטע איד »

ווי איך הער קומט אריין די נייעס אז אין די קומענדיגע טעג ווער ארויסגעלייגט ווערן פרטים איבער א כולל וואס ווערן צוגעשטעלט אין קרית זית רענן, וואס וועט ערמעגליכן פאר כולל אינגערלייט ארויס צוקומען וואוינען דארט, ווי עס וועט ווערן צוגעשטעלט דירות פאר כולל אינגערלייט, ווי אויך ארבייט געלעגנהייטן פאר די בני בית, מיט גאר גוטע בענעפיטן, בנוגע אויב דער אינגערמאן וויל שפעטער קויפן א הויז, מיט די געלט וואס גייט פאר די רענט פון זיין דירה, לויט ווי איך הער וועט עס זיין גאר א געוואלדיגע געלעגנהייט פאר אינגערלייט מיט די קאפ אויפ'ן פלאץ, פארשטייט זיך נישט יעדער קען דאס באווייזן, אבער פאר די וואס קענען איז עס געוואלדיג, די מטרה פון די כולל לויט ווי איך פארשטיי איז אוועקצושטעלן די יסוד פון די פלאץ מיט א ערנסטע קבוצה, איז אדרבה ווער עס שטויסט זיך אן אין די פרטים אין די קומענדיגע טעג ערגעץ ווי, זאל עס ביטע דא ארויפלייגן לתועלת הרבים,

ווי אויך וועט ווערן ארויסגעלייגט אפדעיט איבער קויפן הייזער פאר כאטש ווער עס וויל קויפן,
נא! הלואי! עס קען נאר ארויסהעלפן!
ישיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 6:18 pm

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיש »

Screenshot_20240815_081129_Xodo.jpg
Screenshot_20240815_081129_Xodo.jpg (384.62 KiB) געזען 20449 מאל
אין די היינטיגע אויסגאבעס
הרבני הנגיד
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 22, 2022 1:22 pm

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבני הנגיד »

בסייעתא דשמיא
העלפער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 369
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:36 am
לאקאציע:ביהמ"ד

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלפער »

???
אטעטשמענטס
Screenshot 2024-08-15 155624.jpg
Screenshot 2024-08-15 155624.jpg (133.96 KiB) געזען 19826 מאל
נאר מיט שמחה קען מען פועל'ן
אוועטאר
קאווע באנדל
שר חמש מאות
תגובות: 881
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 29, 2015 2:43 pm

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאווע באנדל »

העלפער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 3:57 pm
???
Screenshot 2024-08-15 155624.jpg
Screenshot 2024-08-15 155624.jpg (134.92 KiB) געזען 20212 מאל
קוה אל השם רבותי
צולייגער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4047
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

קאווע באנדל האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 4:13 pm
העלפער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 3:57 pm
???
Screenshot 2024-08-15 155624.jpg
איך ווייס נישט וואס זיין שאלה איז געווען, אבער מיר וואונדערט אויך - אויב דער שטעטל איז שוין געבויט מיט דירות וואס איז דער פשט פון ווארטן צוויי יאר?
געשטימט פאר ראשעק הול
העלפער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 369
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:36 am
לאקאציע:ביהמ"ד

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלפער »

העלפער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 3:57 pm
???
תשפ"ז ????
נאר מיט שמחה קען מען פועל'ן
אוועטאר
קאווע באנדל
שר חמש מאות
תגובות: 881
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 29, 2015 2:43 pm

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאווע באנדל »

צולייגער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 4:15 pm
קאווע באנדל האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 4:13 pm
העלפער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 3:57 pm
???
Screenshot 2024-08-15 155624.jpg
איך ווייס נישט וואס זיין שאלה איז געווען, אבער מיר וואונדערט אויך - אויב דער שטעטל איז שוין געבויט מיט דירות וואס איז דער פשט פון ווארטן צוויי יאר?

ווי איך פארשטיי, האלטן זיך מענטשן צוריק פון מופן וועגן מוסדות. ס'איז די איינציגסטע אפהאלט, אלעס איז דא, מוסדות איז זייער שווער צו בויען אויף איין מאל פאר אלע עידשעס אינגלעך און מיידלעך.

מאכט מען אויף יעצט נאר פאר יונגע פארפעלקער, אזוי ווי ס'איז אנגעגאנגען גאנץ זומער. ס'שטייט טאקע אויפ'ן צעטל תשפ"ה קינדערגארטן און תשפ"ו כתה א'.
זיי האפן אז במשך די צוויי יאר וועט מען אפקויפן מער און מער, און דערווייל וועלן די אינגערלייט אויסטרעטן די וועג. זיי צאלן נאר רענט און די געלט וועט גיין פאר דאון פעימענט.

נ.ב. איך בין נישט אינוואלווד, איך האב א שוואגער וואס האט געפלאנט צו מופן און ער האט זיך אויך ארויסגעצויגן צוליב מוסדות
קוה אל השם רבותי
צולייגער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4047
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

קאווע באנדל האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 4:25 pm
צולייגער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 4:15 pm
קאווע באנדל האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 4:13 pm
העלפער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 3:57 pm
???
Screenshot 2024-08-15 155624.jpg
איך ווייס נישט וואס זיין שאלה איז געווען, אבער מיר וואונדערט אויך - אויב דער שטעטל איז שוין געבויט מיט דירות וואס איז דער פשט פון ווארטן צוויי יאר?

ווי איך פארשטיי, האלטן זיך מענטשן צוריק פון מופן וועגן מוסדות. ס'איז די איינציגסטע אפהאלט, אלעס איז דא, מוסדות איז זייער שווער צו בויען אויף איין מאל פאר אלע עידשעס אינגלעך און מיידלעך.

מאכט מען אויף יעצט נאר פאר יונגע פארפעלקער, אזוי ווי ס'איז אנגעגאנגען גאנץ זומער. ס'שטייט טאקע אויפ'ן צעטל תשפ"ה קינדערגארטן און תשפ"ו כתה א'.
זיי האפן אז במשך די צוויי יאר וועט מען אפקויפן מער און מער, און דערווייל וועלן די אינגערלייט אויסטרעטן די וועג. זיי צאלן נאר רענט און די געלט וועט גיין פאר דאון פעימענט.

נ.ב. איך בין נישט אינוואלווד, איך האב א שוואגער וואס האט געפלאנט צו מופן און ער האט זיך אויך ארויסגעצויגן צוליב מוסדות
יישר כח, א סענסיבל ענטפער.
געשטימט פאר ראשעק הול
to be continued
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 12:33 pm

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך to be continued »

העלפער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 4:20 pm
העלפער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 3:57 pm
???
תשפ"ז ????
מיינסט אז ס'איז לאנג ארום?
תשפ"ז איז אראונד די קארנער
אינטערסאנטע איד
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 08, 2020 11:30 am

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטערסאנטע איד »

קאווע באנדל האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 4:25 pm
צולייגער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 4:15 pm
קאווע באנדל האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 4:13 pm
העלפער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 3:57 pm
???
Screenshot 2024-08-15 155624.jpg
איך ווייס נישט וואס זיין שאלה איז געווען, אבער מיר וואונדערט אויך - אויב דער שטעטל איז שוין געבויט מיט דירות וואס איז דער פשט פון ווארטן צוויי יאר?

ווי איך פארשטיי, האלטן זיך מענטשן צוריק פון מופן וועגן מוסדות. ס'איז די איינציגסטע אפהאלט, אלעס איז דא, מוסדות איז זייער שווער צו בויען אויף איין מאל פאר אלע עידשעס אינגלעך און מיידלעך.

מאכט מען אויף יעצט נאר פאר יונגע פארפעלקער, אזוי ווי ס'איז אנגעגאנגען גאנץ זומער. ס'שטייט טאקע אויפ'ן צעטל תשפ"ה קינדערגארטן און תשפ"ו כתה א'.
זיי האפן אז במשך די צוויי יאר וועט מען אפקויפן מער און מער, און דערווייל וועלן די אינגערלייט אויסטרעטן די וועג. זיי צאלן נאר רענט און די געלט וועט גיין פאר דאון פעימענט.

נ.ב. איך בין נישט אינוואלווד, איך האב א שוואגער וואס האט געפלאנט צו מופן און ער האט זיך אויך ארויסגעצויגן צוליב מוסדות
אויף וויפיל איך ווייס האב איך אויך אזוי געהערט פון איינע פון די יונגעלייט וואס זענען שוין יעצט דארט, אזוי ווי דו האסט געשריבן, די דיינים וועלן אי"ה שוין פון יעצט שטיין גרייט פאר די צרכים פון די פלאץ, און האפנטליך תשפ"ז וועלן זיי קענען זיך ארויסציען, אבער אזוי ווי יעצט זומער איז יעדע שבת [וויאויך אפאר מאל דורך די וואך] כאטש איין פון די דיינים דארט, וועלן זיי אזוי ווייטער טוהן, און אי"ה שטיין בראש פון די ענינים רוחניים פון די פלאץ, מוסדות, מקוה, עירוב, וכו', [וואס אגב, די אלע זאכן זענען שוין דא],
אוועטאר
געגאנגען
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4045
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

ישיש האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 8:12 am
Screenshot_20240815_081129_Xodo.jpg

אין די היינטיגע אויסגאבעס
מיר וואונדערט מער די טיטל וואס מ'האט געגעבן פאר דומ"ץ קאסאן בארא פארק.
ygp
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 19, 2024 4:24 pm

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ygp »

איך בין געווען פאר שבת סאיז נעקסט לעוול
אוועטאר
Hershy21
שר חמשת אלפים
תגובות: 5709
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:02 pm

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Hershy21 »

לאמיר הערן א באריכט
אוועטאר
פלארידע
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 24, 2024 3:48 am

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלארידע »

וואס איז "קרית זית רענן"?
"קרית זית רענן" איז א הערליכע שטעטל אין ניו דזשערסי, וואו עס איז געבויט געווארן שיינע רחבות׳דיגע הייזער בערך 15 יאר צוריק. מיט א קורצע תקופה צוריק האבן היימישע אידן געלייגט אן אויג אויף דעם פלאץ, אלץ א מקום ווי הונדערטער אידן קענען זיך באזעצן און פירן אן ערליכע שטוב, עס איז אינדערויסן פון דער רוישיגע שטאטישע גאסן, און א פלאץ וואו א אינגערמאן קען קויפן א הויז פאר א צוגענגליכע פרייז און האבן אן אייגענע עתיד.
ווי איז "קרית זית רענן"?
עס איז אין 08740NJ ,MOUNT OLIVE , בערך א שעה פון מאנסי און לינדען.
ווי האלט מען יעצט מיט די פלאן?
די ערשטע פאזע פון הייזער האבן זיך שוין אינגאנצען אויספארקויפט ב״ה, און עטליכע פון די קונים האבן זיך שוין באזעצט אין זייערע הייזער. די צווייטע פאזע פון הייזער גייט יעצט ארויף אויף די מארקעט, און מען קען זיך שוין איינשרייבן ארויפצוגיין אויפן ליסטע צו געמאלדן ווערן ווי נאר די אפליקאציעס זענען אוועילעבל.
ווען פלאנירט מען אז די שטעטל זאל זיין געענדיגט און די גאנצע עולם זאל ארויסמופען?
בשנת תשפ"ז לפ"ק בעזה"י.
ווי גרויס זענען די הייזער?
יעדע הויז איז א פריוואטע אייגענע הויז פון צוויי שטאק, מיט א באזונדערע בעיסמענט שטאק וואס האט אין זיך א גאראדזש און נאך פיל פלאץ צו ניצן אלס א שפיל שטוב, געסט וכדו׳. די הייזער האבן שיינע גראז און ביימער ארום זיך און זענען נישט ווייט אפגעריקט איינס פונעם צווייטן, שטארק געאייגנט פאר היימישע אידן. די הייזער האבן צווישן דריי און פיר גרויסע בעדרומס, און א שיינע ברייטע דיינונג רום, קיך, און ליווינג רום וואס מאכט עס באקוועם צו וואוינען און מגדל זיין א משפחה מיט רחבות.
איז דא א שול און א מקוה אויפ'ן פלאץ?
יא, עס איז יעצט דא א בית המדרש, מיט מנין דריי מאל א טאג, און א מקוה. אויף ימים נוראים תשפ"ה לפ"ק וועט פולקאם געענדיגט ווערן א פראכטפולע בית המדרש מיט שטיבלעך, א שיינער גרויסע מקוה, ווי אויך א מקוה טהרה.
איז שוין דא א חדר און א סקול פאר די קינדער?
עס איז יעצט שוין דא א חדר און א מיידל שולע פאר נורסערי און קינדערגארטן, און בעז״ה אין תשפ"ו לפ"ק וועט אויך זיין א כיתה א', און אין תשפ"ז לפ"ק וועט זיין פולע מוסדות מיט די העכערע קלאסן בעזה"י. די מנהל רוחני פאר די מוסדות איז הרה"ג ר' ישראל קויפמאן שליט"א.
ווי קען מען קויפן כשר'ע עסן?
אויפ'ן פלאץ איז דא א שיינע גראסערי מיט א ברייטע אויסוואל פון אלע וויכטיגע כשר'ע באדערפענישן. עס איז אויך דא א גרויסע כשר'ע סופערמארקעט בערך 45 מינוט אוועק, וואס דעליווערט איינמאל א וואך פאר גרעסערע
ארדערס.
וואו גייט מען פאר מעדיקל איינגעלעגנהייטן?
עס איז דא א זייער גוטע און געטרייע שפיטאל 10 מינוט אוועק, Center Medical Hackettstown. די עסקנים זענען געזעצן מיט זיי, און זיי קוקן ארויס צו סערווירן אונזער היימישע ציבור. ווי אויך איז דא א WALK-IN URGENT CARE עטליכע מינוט אוועק פאר גרינגערע געברויכן. צו יעדע צייט איז דא א היימישע אינגערמאן EMT, על כל צרה שלא תבוא.
זענען פארהאן געשעפטן ארום "קרית זית רענן"?
זיכער! אין די 10-15 מינוט דרייוו, קענט איר אנקומען צו אלע גרעסערע געשעפטן און בענק, ווי למשל, TARGETWALMART, HOME DEPOT, LOWE'S, TJ MAXX, MARSHALLS, HOME GOODS, CHASE, BANK OF AMERICA TD BANK,. וכדומה
אינטערסאנטע איד
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 08, 2020 11:30 am

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטערסאנטע איד »

יישר כח פאר'ן שרייבן אזוי קלאר,
אבער קודם כל אויב איר קענט אויך צושרייבן די נאמבער צו רופן פאר ווער עס וויל ארויפגיין אויף די ליסט צו קויפן א הויז אין די צווייטע פאזע, ווי אויך שרייבן א נאמבער פאר דער וואס וויל זיך איינשרייבן אין די כולל פראגראם יעצט,
ווי אויך האט איר נישט געשריבן ווער עס וועט זיין/אדער איז אחראי אויף ענינים רוחניים פון די פלאץ, דהיינו מקוה טהרה, עירוב, מוסדות, א מנהל רוחני איז זייער וויכטיג, אבער ווער איז די רוחני איבערבליק אויף די מוסד ווען עס פעלט אויס א החלטה בעניני רוחניות, ווי אויך אפילו עס איז דא א מקוה טהרה געבויעט דורך די מהודר'דיגסטע מקוה בויער, פעלט אויס איינער זאל שטיין איבער די טאג טעגליכע ענינים צו מאןכ זיכער אז עס פירט זיך עפ"י הלכה ועפ"י תורה, וה"ה לגבי די עירוב,
ממילא אויב איר קענט אויסקלארן ווער איז ממונה אויף דעם,
יישר כח
אוועטאר
מהודר
שר חמש מאות
תגובות: 622
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 12, 2023 1:49 am

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מהודר »

שכוח @פלארידע פאר די באריכט! מיר האבן שטארק ארויסגעקוקט אויף אזאנס!

איין שאלה האב איך נאר, איז דא א מקום אין די שטעטעל פאר א פשוטע איד וואס איז נישט סאטמער געשטימט? ד"מ א פאפאנער, באבובער, סקווירא, וויזניצער, יונגערמאן וכדומה?
אינטערסאנטע איד
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 08, 2020 11:30 am

Re: קרית זית רענן - מאונט אליוו ניו דזשערסי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטערסאנטע איד »

יא לויט ווי עס הייסט האט ער פארדעם גענומען אלס איין פון די צוויי דייניםהרב פינחס שלום ראטטענבערג דומ"ץ קאסאן ב"פ כדי עס זאל זיין נוטראל און עס זאל ציען אויך פרעמדע, צו עס וועט געלונגען איין באשעפער ווייסט, אדרבה ברענג אפאר פרעמדע וועט דאס געשען,
דערפאר טאקע האב איך פריער געפרעגט ווער עס וועט זיין ממונה אויף די רוחניות איך וויל וואוסן צו עס איז אמת אז ער קומט, און צו ער וועט טאקע זיין ממונה אויף די דברים רוחניים
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”