טראפקעלעך פון אידישע און וועלטליכע היסטאריע פונעם טאג

אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
טראפקעלע
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 27, 2023 5:45 pm
לאקאציע:צווישן די טראפנס

טראפקעלעך פון אידישע און וועלטליכע היסטאריע פונעם טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראפקעלע »

פון 1,000 טראפקעלעך ווערט א גרויסע ים!!

האלטנדיג בשעה טובה ביים טויזנסטע תגובה צום גיטן (כ'מיין אזוי...)
און ביי יאר שרייבן ליינען און פארברענגען אין דעם געשמאקן מקום,

עפן איך דעם אשכול מיט קורצע טראפקעלעך פון געשעענישן, ערפינדונגען וכדו' וואס האט פאסירט דעם טאג (למספרם).
הגם ס'איז שוין דא אזא סארט אשכול אבער דא וויל איך לייגן מער קרישקעלעך וכדו'

כ'האף עס צו אפדעיטן -מער ווייניגער- טעגליך, ביז איך אדער ענק פלאצן...




Aug 8

1899: איז ערפונדן געווארן דער פרידזשידער.

1945: ביים צווייטן וועלט קריג, האט דער סאוועטן פארבאנד דערקלערט קריג קעגן יאפאן (און דעם קומענדיגן טאג (לאז עס פאר מארגן...) אנגעהויבן אן אינוואזיע)
1945: האט די פאראייניגטע שטאטן פארמאל באשטעטיגט (אויף פאפיר) די גרינדונג פונעם UN אלס א חלק פונעם אונטערנעציאלן געזעץ.

1963: א גרויסער באן ראבעריי איז פארגעקומען אין ענגלאנד, וואו א באנדע רויבערס האבן געגנבעט 2.6 מיליאן פונט (ארום 66 מיליאן דאלער היינטיגע צייט) פון א רויאל מעיל באן.

1974: דער אמעריקאאנער פּרעזידענט ריטשארד ניקסאאן האט געמאלדן זיין רעזיגנאציע צוליב די וואטערגעיט סקאנדאל.
ער איז געווען דער ערשטער (און 'דערווייל...' לעצטער) אמעריקאנער פרעזידענט וואס האט רעזיגנירט פון אמט.

2022: קאנגרעס באשטעטיגט ביידן'ס א.ג. Inflation Reduction Act געבנדיג געלט פאר קליימעט טשענזשעס, העלטקעיר, און טעקס ריפארמען (וועגן דעם האט דער עולם געלט יעצט...)

צום ווידער זען מארגן אי"ה.
אוועטאר
שווארמאל
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 6:15 pm
לאקאציע:אומגעגנט

Re: טראפקעלעך פון אידישע און וועלטליכע היסטאריע פונעם טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארמאל »

נייס!! וואט עי סורפרייז!!
איינער איז נאך איינגעשריבן דא??

דער לעצטער זאל אויסלעשן די לעקטער.

נישט אקטיוו.
אוועטאר
על פי פשטות
שר האלף
תגובות: 1279
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: טראפקעלעך פון אידישע און וועלטליכע היסטאריע פונעם טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »



לאקינג פאוערעט!
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
אוועטאר
טראפקעלע
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 27, 2023 5:45 pm
לאקאציע:צווישן די טראפנס

Re: טראפקעלעך פון אידישע און וועלטליכע היסטאריע פונעם טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראפקעלע »

Aug 9

1945: די פאראייניגטע שטאטן האט אראפגעווארפן די צווייטע אטאם באמבע אויף נאגאסאקי, יאפאן, וואס האט געפירט צו די טויט פון ​​איבער 70,000 מענטשן. די געשעעניש האט געפירט יאפאן זיך אונטערצוגעבן און צו די סוף פון די צווייטע וועלט מלחמה.

1974: דער אמעריקאנער פרעזידענט ריטשארד ניקסאן האט רעזיגנירט פון אמט צוליב דעם וואטערגעיט סקאנדאל, וויצע פרעזידענט דזשעראל פארד איז איינגעשוואוירן געווארן אלס דער 38סטער פרעזידענט, און שפעטער געפארדענט ניקסאן.

1999: דער רוסישער פרעזידענט באריס יעלצין האט ארויסגעווארפן זיין פרעמיער מיניסטער סערגיי סטעפאשין און גענומען וולאדימיר פוטין (איינער קען אים?...) אלס נייעם פרעמיער מיניסטער.
פוטין פירט די מאכט(?) נאך ביזן היינטיגן טאג, 25 יאר שפעטער.

2014: מייקל בראון, אן אומבאוואפנטער אפריקאנער-אמעריקאנער יוגנטליכער, איז געשאסן געווארן צום טויט דורך א פאליציי אפיציר אין פערגוסאן, מיזורי. די געשעעניש איז געווען פון די גורמים פאר די בלעק לייוו מעטער פראטעסטן.
אוועטאר
טראפקעלע
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 27, 2023 5:45 pm
לאקאציע:צווישן די טראפנס

Re: טראפקעלעך פון אידישע און וועלטליכע היסטאריע פונעם טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראפקעלע »

Aug 10

1861: ביי די אמעריקאנער ציווילע מלחמה, האבן די קאנפעדערעטס איינגענומען מיזארי (Missouri). דאס איז געווען איינע פון זייער ערשטע הויפט נצחונות ביז זיי האבן שפעטער געוואונען דעם קריג.

1944: ביי די צווייטע וועלט מלחמה, האבן די אמעריקאנע קרעפטן געלאנדעט אויפן יאפאנעזע אינזל גואם (Guam). די קאמף האט גורם געווען אז אמעריקע האבן פארכאפט דעם אינזל פון יאפאן.

2003: טעמפוטשער אין די UK האט דערגרייכט א רעקארד הויעך פון 101.3 ביי די אייראפישע היץ כוואליע, וואס איז געווען איינער פון די טויטליכסטע נאטירליכע דיסעסטערס אין אייראפע, פון וואס טויזנטער זענען געשטארבן אין דעם קאנטינענט.

2017: א שוועדישע זשורנאליסט קים וואל איז פארלוירן געווארן נאכן זיין אויף א סובמארין פאר א אינטערוויא מיט Peter Madsen פון דענמארק. נאך אויספארשונגען האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער האט אומגעברענגט קים אויף זיין סובמארין. מאדסען האט אויפגעשניטן איר קערפער און געװארפן די שטיקלעך אין ים. (נאכנישט קלאר וואס די מאטיוון איז געווען) ער האט דערנאך געזונקען דעם סובמארין צו באהאלטן וואס ער האט געטאן. מאדסען איז שפעטער געכאפט געווארן דורך די פּאליציי. ער איז געפונען געווארן שולדיק אויף מארד און איז יעצט אין טורמע.
אוועטאר
טראפקעלע
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 27, 2023 5:45 pm
לאקאציע:צווישן די טראפנס

Re: טראפקעלעך פון אידישע און וועלטליכע היסטאריע פונעם טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראפקעלע »

Aug 11

1858: היסטאריע אין טעכנעלאגיע! ערשטע אפציעלע טעלאגראם געשיקט געווארן פון צפון אמעריקא ביז אייראפע!

1972: די לעצטע אמעריקאנע ערד טרופן האבן פארלאזט וויעטנאם, וואס די מלחמה האט זיך געענדיגט מיט א וויסטן אמעריקאנעם דורכפאל מיט דריי יאר שפעטער.

1984: באקאנטע מעשה ווען פרעזידענט רעיגן האט ביי א סאונד טשעקאט פאר א רעדיא סטעישן געזאגט -פאר א ווערטל- אינעם מייק, "מיר גייען באמבאדירן (רוסלאנד) אין 5 מינוט!..." שיעור ברענגעדיג א וועלט מלחמה!

2006: די UN האט פארמירט א פייער אפשטעל צווישן מדינת ישראל און כיזבאלא ביים חודש-לאנגן קאנפליקט אין לבנון, וואס האט אפגעשטעלט די מלחמה, ביז.........

2017: ביי א ווייסע סופּרעמאסיסט ראלי אין ווירזשיניע האט אויסגעבראכן היציגע שלעגערייען צווישן די ווייסע סופרעמאסיסטן און קאונטער-פראטעסטירער. ווען א קאר איז אריינגעפארן אין די קאונטער-פראטעסטירער, און איינער איז געשטארבן.

2020: ברעיקונג נייעס! ביידן מעלד אז ער נעמט פאר זיין מיטלויפער קאמעלע העריס, ווערנדיג די ערשטע (וואס רעד איין אז זי איז א) אפריקאנע אמעריקאנע פרוי ווייס פרעזידענט קאנדידאט!
אוועטאר
טראפקעלע
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 27, 2023 5:45 pm
לאקאציע:צווישן די טראפנס

Re: טראפקעלעך פון אידישע און וועלטליכע היסטאריע פונעם טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראפקעלע »

Aug 12

1492: קריסטאפער קאלאמבוס איז אנגעקומען צו די קאנארי אינזלען ביי זיין ערשטער רייזע צו די נייע וועלט. ס'איז געווען זיין לעצטע סטאנציע פון מעריב-אטלאנטיק.

1851: יצחק זינגער (Isaac Singer) איז אויפגעקומען מיט א פאטענט פאר א נייען מאשין (די Singer קאמפעני איז לשמו)

1914: ענגלאנד האט דערקלערט מלחמה קעגן עסטרייך-אונגארן - אין די ערשטע טעג פון דער ערשטער וועלט קריג, וואס האט פארברייטערט דעם קאנפליקט אין אייראפע.

1953: רוסלאנד האט סוקסעספול געטעסט זייער ערשטע hydrogen באמבע ביי די קאלטע מלחמה.

2023: שטארקע וואלדפייערן האט אויסגעבראכן אין מאוי, האוואי (Maui, Hawaii), בעיקר אין די שטאט לאהאינא (Lahaina), פירנדיג צו טויט פעלער און עוואקואציעס. די פייערן זענען געווען צווישן די טויטליכסטע אין אמעריקע אין די מאדערנע היסטאריע.
אוועטאר
טראפקעלע
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 27, 2023 5:45 pm
לאקאציע:צווישן די טראפנס

Re: טראפקעלעך פון אידישע און וועלטליכע היסטאריע פונעם טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראפקעלע »

צוליב וואס מארגן איז תשעה באב לייג איך עס יעצט.

Aug 13

1918: איז אריין א געזעץ אז פרויען קענען דינען אין די אמעריקאנע ארמיי.

1960: די סענטראל אפריקע ריפובליק האט זיך אפגעטיילט פון פראנקרייך און זיך דערקלערט פאר א אינדיפענדעט לאנד.

1961: די בערלינער וואנט איז אויפגעשטעלט געווארן, צעטיילנדיג מזרח און מערב בערלין ביי די קאלטע קריג. די וואנט האט סימבאלאזירט די אייזערנע פירהאנג צווישן מזרח און מערב אייראפע.

1969: נאך וואס די אפאללא 11 (Apollo 11) אסטראנאטן האבן זיך סוקסעספול אומגעקערט פון זייער היסטארישן באזיך צו די לבנה, זענען זיי געהאלטן געווארן אין קוואראטין פאר עטליכע וואכן צו מאַכן זיכער אז זיי האבן נישט צוריקגעברענגט שעדליכע דזשערמז. אום אויגוסט 13, האט מען זיי ענדליך דערקלערט געזונט און פריי פון דזשערמז, און זיי זענען ערלויבט געווארן צו ארויסגיין פריי. און ס'איז אפציעל פארצייכנט געווארן די הצלחה פון די מיסיע צו די לבנה.

2008: נאך א 5 טאג'יגע מלחמה וואס האט אויסגעבראכן צווישן רוסלאנד און זשארזשיע איבער צוויי ראיאנען South Ossetia און Abkhazia ווען זיי האבן זיך געוואלט אפרייסן פון זשארזשיע און זענען געשטיצט געווארן דורך רוסלאנד, וואס האט אפגעקאסט גרויסע פארלוסטן פון ביידע זייטן, איז אויסגעארבעט געווארן א פייער אפשטעל דורך דער פראנצויזישער פרעזידענט ניקולאס סארקאזי האט געהאלפן פארהאנדלען א פייער אפשטעל, ביז היינט איז עס אנערקענט דורך זשארזשיע און מערב וועלט אלס חלק פון זשארזשיע, ווען רוסלאנד אנערקענט איר אלס אומאפהעניג.

2015: א גרויסע עקספלאשן אין א סטאריטש אין טשיינע האט געקאסט די לעבן פון איבער 170 מענטשן ל"ע.
.
אוועטאר
טראפקעלע
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 27, 2023 5:45 pm
לאקאציע:צווישן די טראפנס

Re: טראפקעלעך פון אידישע און וועלטליכע היסטאריע פונעם טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראפקעלע »

Aug 14

1935: פרעזידענט רועוועלט האט אונטערגעשריבן די -גאר באקאנטע- סאשעל סקיורעטי געזעץ וואס נעמט געלט פון יונגע און גיט עס פאר עלטערע (צו העלפן נאך די Great Depression)

1945: יאפאן איז אפציעל געפאלן צו די אליאירטע סוף פונעם צווייטן וועלט קריג, די טאג ווערט גערופן די V-J Day (ר"ת Victory over Japan Day)

2003: א מאסיווע בלעקאוט אין אמעריקא און קענעדע, לאזנדיג ארום 50 מיליאן בירגער אן לעקטער. (ס'איז געקומען פון א סאפטווער באג אויף די אלארם סיסטעם אין א ענערגיע פירמע אין אהייאו)

2021: א מאסיווע 7.2 ערדציטערניש האט באטראפן האיטי (Haiti), פון וואסטויזענטער זענען אומגעקומען און פארוואנדערט געווארן.
לעצט פארראכטן דורך טראפקעלע אום דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 2:18 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
טראפקעלע
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 27, 2023 5:45 pm
לאקאציע:צווישן די טראפנס

Re: טראפקעלעך פון אידישע און וועלטליכע היסטאריע פונעם טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראפקעלע »

Aug 15

1877: טאמאס עדיסאן האט פראדאצירט דעם ערשטן רעקארד פלעיער ווי מ'האט געקענט רעקארדירן און איבערהערן סאונדס.

1914: יאפאן האט זיך אריינגעמישט אין דעם ערשטן וועלט מלחמה דערקלערנדיג קריג קעגן דייטשלאנד, א יאר שפעטער אום
1915: האט דייטשלאנד געזינקען אבריטישע שיף קאסטענדיג דאס לעבן פון 44 מענטשן.

1947: אינדיע האט זיך דערקלערט פאר א זעבסשטענדיגע לאנד אפטיילענדיג פון די בריטישע אימפעריע אונטער וועם זי איז געווען פאר ארום 200 יאר, דער טאג ווערט ביז היינט געפייערט אלס זייער Independence Day. אין דעם טאג האט זיך פאקיסטאן אפגעטיילט און זיך געגרינדערט פאר די מוזלים'ס.

1971: פרעזידענט ניקסאן האט אונטערגעשריבן א געזעץ, אז ס'דארף שוין נישט זיין אוועקגעלייגט גאלד קעגן יעדע דאללער, די באשלוס איז געקומען צוליב אינפלעישן, פאנדינג פאר די וויעטנאם קריג און נאך.

2021: מיט גרויס בושה פאר אמעריקא האבן די טאליבאנע איבערגענומען קאנטראל אויף אפגאניסטאן ווי אמעריקא האט אינוועסטירט 20 יאר מיט מיליאנען דאלארן געווער און טויזנטער סאלדאטן.
אוועטאר
טראפקעלע
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 27, 2023 5:45 pm
לאקאציע:צווישן די טראפנס

Re: טראפקעלעך פון אידישע און וועלטליכע היסטאריע פונעם טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראפקעלע »

Aug 16

1975: די ערשטע פרעזידענט פון בענגלאדאש ( א לאנד וואס איז לעצטנס אין די נייעס) איז געהארגעט געווארן צוזאמען מיט רוב פון זיין פאמיליע, די לאנד איז נאך ביז היינט אומסטאביל.
עיין כאן פנחס גלויבער- קול מבשר

1987: א נארטוועסט עירליין (נישט באאונג...) האט געקראכט גלייך נאכן זיך הייבן הארגענדיג 154 מענטשן פון די 155 פאסאנזשירן און נאך 2 פון די ערד, די איינציגסטע איבערלעבער איז געווען א פיר יעריג מיידל וואס מ'האט איר וואונדערליך געפינען לעבעדיג צוגעבינדן צום זיץ.

1991: א פריוו צו הרגענען דעם רוסישן פרעזידענט גראבאטשאוו איז דורכגעפאלן, ס'איז אבער געווען א אנהייב פון די צוזאמפאל פון די קאמאניסטישע רעזשים.

2020: א.ג. געוואונס פון לוקאשענקא פון בעלארוס, ברענגט גרויסע פראטעסטן איבער געפעלטשטע וואלן.
אוועטאר
טראפקעלע
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 27, 2023 5:45 pm
לאקאציע:צווישן די טראפנס

Re: טראפקעלעך פון אידישע און וועלטליכע היסטאריע פונעם טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראפקעלע »

אנטשולדיגט פארן זיין שפעט.

Aug 17

1915: א טראגישע געשיכטע האט פאסירט, ווען אין א פעקטארי האט מען געטראפן א 13 יעריגע מיידל טויט, און -אן א טרייל און- אן געהעריגע עדות און ראיות האט מען געווארפן די שולד אויף די פעקטארי מענעזשער, א איד, אין דעם היינטיגן טאג האט מען אים געהאנגען אויף א בוים הי"ד. לויט היסטאריקער איז עס געווען א ריין אנטי-סעמיט'ישע אקט.

1988: די פאקיסטאנע פרעזידענט איז געשטארבן אין א עראפלאן קראך, די אורזאך פונעם קראך איז נאך א מיסטעריע.

1896: מ'האט אנדעקט גאלד אין יאקאן קאנאדא, פירנדיג צו טויזנטער וואס זענען געקומען גראבן און זוכן פאר נאך גאלד.

1969: א מאכטפולע האריקעין -קאמילע- האט באטראפן אמעריקא, בעיקר אין מיסיסיפי, וואס האט אומגעברענגט איבער 250 מענטשן ל"ע.

2021: נאך די דורכגעפאלענע ארויסצוג פון אפגאניסטאן, האבו די אפגאנער דערקלערט דעם לאנד the Islamic Emirate of Afghanistan. ברענגענדיג צו א שאנדפולע ענדע צו די 20 יעריגע קריג.
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4723
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

Re: טראפקעלעך פון אידישע און וועלטליכע היסטאריע פונעם טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

סאו קאמילע איז נישט קיין נייע ווארט..
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
אוועטאר
טראפקעלע
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 27, 2023 5:45 pm
לאקאציע:צווישן די טראפנס

Re: טראפקעלעך פון אידישע און וועלטליכע היסטאריע פונעם טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראפקעלע »

Aug 18

1920: די 19'סטע אמענדמענט פון די אמעריקאנע קאנסעטאציע, איז אריין אין קראפט, גיבנדיג די רעכטן פאר פרויען צו שטומען אין די וואלן. (היינט האלט מען שוין אז א פרוי לויפט...)

1945: נאך די צווייטע וועלט מלחמה איז קאריע געווארן צוטיילט אין צוויי, צפון איז געגאנגן צו די סאוויעט יאניאן און דרום צו די אמעריקאנע, די צוויי זענען אויף מעסער שטעך ביזן היינטיגן טאג. 31 יאר שפעטער,
1976: האט צפון קאריע גע'הרג'עט צוויי אמעריקאנע סאלדאטן אינמין שניידן א בוים אין די DMZ (Demilitarized Zone) זאנע.

2019: א געשאצטע ארום מיליאן בירגער אין האנג קאנג זענען ארויסגעקומען פראטעסטירן קעגן א געוויסע קאמאניסטישע ביל, פארלאנגענדיג מער פרייהייט.

2020: אלעסקיי נאוואלני (איינער געדענגט אים?...) דער אפאזיציע צו פרעזידענט פוטין, איז פאר'סמ'ט געווארן, פליענדיג אויף א עראפלאן, ער האט עס למעשה איבערגעלעבט (נישט אויף צו לאנג...)
אוועטאר
טראפקעלע
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 27, 2023 5:45 pm
לאקאציע:צווישן די טראפנס

Re: טראפקעלעך פון אידישע און וועלטליכע היסטאריע פונעם טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראפקעלע »

פער בריסטאו האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 2:42 am
סאו קאמילע איז נישט קיין נייע ווארט..
און צו די נעגאטיווע זייט....
אוועטאר
טראפקעלע
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 27, 2023 5:45 pm
לאקאציע:צווישן די טראפנס

Re: טראפקעלעך פון אידישע און וועלטליכע היסטאריע פונעם טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראפקעלע »

Aug 19

1934: אדאלף היטלער ימח שמו, איז אפציעל דערקלערט געווארן אלס דער פירער פון דייטשלאנד, אנהייבנדיג פון די טרויערדיגסטע קאפיטלעך אין די וועלטס היסטאריע, וואס האט גורם געווען ארום 7-8 מיליאנען אידישע קרבנות און -להבדיל- צענדליגע מיליאנען אין די וועלט צום טויט.

1960: רוסלאנד האט סוקסעספיל ארויפגעשיקט צוויי הינט קיין ספעיס, און זיי דערנאך צוריקגעברענגט לעבעדיג! זייענדיג די ערשטע בעל חי אין ספעיס.

1964: קאנגרעס האט באשטימט א געזעץ, וואס האט געגעבן די מאכט פאר פרעזידענט זשאנסאן, צו ניצן מיליטערישע כוחות און שריט אין וויעטנאם, אן צו דארפן ניצן די פארמאלע מלחמה דעלאקראציע.

2003: א באמבע האט אויפגעריסן אין די UN הויפקווארטיר אין באגדאד, איראק, אומברענגנדיג 22 מענטשן אריינגערעכנט די הויפט דיפלימאט צו איראק.
אוועטאר
טראפקעלע
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 27, 2023 5:45 pm
לאקאציע:צווישן די טראפנס

Re: טראפקעלעך פון אידישע און וועלטליכע היסטאריע פונעם טאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראפקעלע »

Aug 20

1866: דער אמעריקאנער פרעזידענט זשאנסאן האט פארמאל דערקלערט די ענדע פון די אמעריקאנע ציווילע קריג.

1913: די ערשטע מאל וואס פאסט איז געליפערט געווארן דורך א עראפלאן אין אמעריקע.

1914: עס איז געעפנט געווארן די פענאמא קאנאל וואס קאנעקט די אטלענטיק און פאסיפיק אושען.

1940: ליאן (לייבל) טרוסקי דער גרינדער פון קאמאניזם, איז אטאקירט געווארן אין מעקסיקא דורך א סאוויטעט אגענט, און איז געשטארבן דעם קומענדיגן טאג.

1975: נאסא האט ארויפגעשיקט דעם וויקונג 1 ראקעט, וואס איז געווען די ערשטע סוקסעספילע מיסיע צו שפעטער לאנדן אויף מארס.

1989: ערשטע טעקס מעסעזש געשיקט געווארן אין ענגלאנד.

1991: עסטאניע האט זיך דערקלערט זעלבסשטענדיג אפטיילנדיג פונעם רוסישן פארבאנד (ס'איז געווען א חלק פון דעם סאוויעטישן צוזאמפאל)

2023: עס איז געעפנט געווארן די וועלטס ערשטע בריק געבויעט מיט 3D פרינטערס אין אמסטערדאם.
שרייב תגובה

צוריק צו “היסטאריע”