אנולירן דעם אויסוואל אינעם עלעוועיטאר נאך 76 יאר

אלע סארט פראפערטי מענעדזשמענט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
גרויסע בחור
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 10, 2023 9:40 pm

Re: אנולירן דעם אויסוואל אינעם עלעוועיטאר נאך 76 יאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע בחור »

שטויביג האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 8:52 am
בס"ד


נעכטן אוונט, ארויפפארנדיג אינעם עלעוועיטאר, האב איך געדרוקט דעם קנעפל צום פערטן שטאק, און און צוגאב דערצו, האב איך מיט א גרייז (בטעות) אויך א דרוק געטאן אויפן קנאָפּ וואס פירט צום צווייטן שטאק.


דער עלעוועיטאר האט אנגעהויבן ארויפפארן, און ווי ערווארטעט זיך געעפנט ביים צווייטן שטאק. איך האב גלייך א דרוק געטון אויפן קנעפל וואס פאראורזאכט דעם טיר צו זיך גיך פארמאכן, און מיר זענען ווייטער געפארן צום ענדגילטיגן מקום, דעם פערטן שטאק.



בייוואוינענדיג דאס, איז מיר בייגעפאלן גאר א הארבע פראגע.

די ערשטע עלעוועיטאר פאר פריוואטע באנוץ איז אריין אין קראפט אין יאר 1853 וואס דאס איז 171 יאר צוריק. דעמאלט איז געווען אינעם עלעוועיטאר א דרייווער - אפערעיטאר.
אין יאר 1948, 76 יאר צוריק, איז אריין אין קראפט דער ערשטער עלעוועיטאר אָן א אפערעיטאר, דאס הייסט מיט קנעפלעך פון אויסוואלן, און מען האט אליינס אויסגעקליבן וואו מען וויל פארן.

מיר שטייען היינט אין יארע 2024, טעכנאָלאָגיע איז אין א הייעך ווי קיינמאל פריער, מענטשליך-פארבריצירטע (ארטיפישל) אינטעליגענץ נעמט איין די וועלט. פארוואס איז נישט שייך צו מאכן א נייע טעכנאלאגישע פארשריט אין די הינזיכט פון עלעוועיטאר באשלוסן, אז ווען איינער דרוקט בטעות א אומריכטיגע קנעפל זאל זיין שייך עס צו אנולירן (קענסלען)?


מען קען עס טון אויף צוויי מהלכים:
איינס: אויסער אלע אויסוואלן פון שטאקן, זאל זיין א קנעפל "קענסל אָלל" וואס דערמיט קען מען אנהייבן פון פריש.
צוויי: מען קען איינשטעלן, אז ווען מען דרוקט א קנעפל צום צווייטן מאל ווערט די אויסוואל אנולירט.



אויב איינער ווייסט מער דעטאלן איבער מיינע ווערטער, אדער א וויסנשאפט (ידיעה) אויב עס איז שוין פארהאן אזאנס, ביטע קאמענטירן.
און, א דרוק אויפן "לייק קנעפל" וועט נאר צוגעבן.


הצלחה!
געהאט די זעלבע מחשבה די וואך, משום מעשה שהיה...
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4595
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: אנולירן דעם אויסוואל אינעם עלעוועיטאר נאך 76 יאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

הבוחר בטוב האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 12:17 am
שטויביג האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 8:52 am
בס"ד


נעכטן אוונט, ארויפפארנדיג אינעם עלעוועיטאר, האב איך געדרוקט דעם קנעפל צום פערטן שטאק, און און צוגאב דערצו, האב איך מיט א גרייז (בטעות) אויך א דרוק געטאן אויפן קנאָפּ וואס פירט צום צווייטן שטאק.


דער עלעוועיטאר האט אנגעהויבן ארויפפארן, און ווי ערווארטעט זיך געעפנט ביים צווייטן שטאק. איך האב גלייך א דרוק געטון אויפן קנעפל וואס פאראורזאכט דעם טיר צו זיך גיך פארמאכן, און מיר זענען ווייטער געפארן צום ענדגילטיגן מקום, דעם פערטן שטאק.



בייוואוינענדיג דאס, איז מיר בייגעפאלן גאר א הארבע פראגע.

די ערשטע עלעוועיטאר פאר פריוואטע באנוץ איז אריין אין קראפט אין יאר 1853 וואס דאס איז 171 יאר צוריק. דעמאלט איז געווען אינעם עלעוועיטאר א דרייווער - אפערעיטאר.
אין יאר 1948, 76 יאר צוריק, איז אריין אין קראפט דער ערשטער עלעוועיטאר אָן א אפערעיטאר, דאס הייסט מיט קנעפלעך פון אויסוואלן, און מען האט אליינס אויסגעקליבן וואו מען וויל פארן.

מיר שטייען היינט אין יארע 2024, טעכנאָלאָגיע איז אין א הייעך ווי קיינמאל פריער, מענטשליך-פארבריצירטע (ארטיפישל) אינטעליגענץ נעמט איין די וועלט. פארוואס איז נישט שייך צו מאכן א נייע טעכנאלאגישע פארשריט אין די הינזיכט פון עלעוועיטאר באשלוסן, אז ווען איינער דרוקט בטעות א אומריכטיגע קנעפל זאל זיין שייך עס צו אנולירן (קענסלען)?


מען קען עס טון אויף צוויי מהלכים:
איינס: אויסער אלע אויסוואלן פון שטאקן, זאל זיין א קנעפל "קענסל אָלל" וואס דערמיט קען מען אנהייבן פון פריש.
צוויי: מען קען איינשטעלן, אז ווען מען דרוקט א קנעפל צום צווייטן מאל ווערט די אויסוואל אנולירט.



אויב איינער ווייסט מער דעטאלן איבער מיינע ווערטער, אדער א וויסנשאפט (ידיעה) אויב עס איז שוין פארהאן אזאנס, ביטע קאמענטירן.
און, א דרוק אויפן "לייק קנעפל" וועט נאר צוגעבן.


הצלחה!
נעקסט טיים געב א שלעפ ארויס די רויטע עמערזענסי קנעפל פאר א סקונדע און צוריק אריין דעס קענסעלד אלע אויסוויילען. בדוק ומנוסה.
וכן אנו נוהגין
אוועטאר
רעגענדיגע זונטאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 22, 2023 6:14 pm
לאקאציע:אין מיין קאר.

Re: אנולירן דעם אויסוואל אינעם עלעוועיטאר נאך 76 יאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגענדיגע זונטאג »

אין איין וועגס מאך שוין אויך, אז ווען מ' דריקט Close Door, זאל זיך די טיר צומאכן.
לעצט פארראכטן דורך רעגענדיגע זונטאג אום זונטאג פעברואר 25, 2024 12:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שמעלקעלע
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 12:58 am
לאקאציע:224 shepherded rd

Re: אנולירן דעם אויסוואל אינעם עלעוועיטאר נאך 76 יאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקעלע »

איינמאל דאס ווערט געפיקסט קומט שלום אין מיין בנין.

נאך איין און צוואנציג יאר וואס מיין רעכטע זייט שכן רעדט נישט מיט מיין לינקע זייט שכן, ווייל פאר איין און צוואנציג יאר מיט א טאג צוריק האט דער דריי יעריגער זון פון מיין לינקע זייט שכן געדריקט אלע קנעפלעך פונעם עלעוועיטאר, און מיין רעכטע זייט שכן האט געמוזט ווארטן פיר און ניינציג סקונדעס לענגער ווי א געווענדליכער טאג ווען די פערטע שטאק וואס בויט יעצט איבער און איז יעצט נישט אינדערהיים, ממילא ווען נישט דער דריי יעריגער וואלט דער עלעוועיטאר ווען איבערגעהיפט די פערטע שטאק.

אז מרעדט שוין יא ׳לעט מי פיל יו אין וויט די רעסט אף די סטארי׳

ס׳האט נישט געהאלפן אז מיין לינקער שכן האט צוגעזאגט אז דער קליינער גייט כאפן מכות אין מער וועט דאס נישט פאסירן, ער האט מסכים געווען מוחל צו זיין אויב ער בייגט אים די פינגער געניג שטארק אז ער זאל מוזן גיין מיט די בלויע זילבערנע אייזן אויף די פינגער.

ער פארלאנגט עס ווייל ער געדענקט נאך ווען ער איז געווען א קינד האט זיין שכן אינגעלע געשפילט מיט פייער און די טאטע האט אים געגעבן אזא ציפ, אז די ׳ממשות הציפ׳ איז מיטגעקומען.

למעשה קען איך ארויסלייגן מיין גארביטש נעבן ביידע טירן ווייל זיי זענען זיך חושד איינער דעם צווייטן עניוועי און רעדן נישט צווישן זיך געוואר צו ווערן דעם אמת.
שפילקעס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3226
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: אנולירן דעם אויסוואל אינעם עלעוועיטאר נאך 76 יאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

טאקע אינטרעסאנט אז ס'איז נאכנישטא דא די אויסוואל.
אוועטאר
עפעס ווייסעך
שר האלף
תגובות: 1284
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 05, 2020 2:49 am

Re: אנולירן דעם אויסוואל אינעם עלעוועיטאר נאך 76 יאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס ווייסעך »

א ליסט פון קאמפאניס וואס סופארטן די פיטשער
https://elevation.fandom.com/wiki/Eleva ... ncellation
אוועטאר
אפגעגאלט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4585
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: אנולירן דעם אויסוואל אינעם עלעוועיטאר נאך 76 יאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

ס'קען ל"ע גענוצט ווערן דורך אינשי דלא מעלי
שפילקעס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3226
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: אנולירן דעם אויסוואל אינעם עלעוועיטאר נאך 76 יאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

אפגעגאלט האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 9:12 am
ס'קען ל"ע גענוצט ווערן דורך אינשי דלא מעלי
אויב איינער וויל דוקא ער קען סייווי ארויסשלעפען די סטאפ באטן.
אוועטאר
שטויביג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3045
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: אנולירן דעם אויסוואל אינעם עלעוועיטאר נאך 76 יאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

שפילקעס האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 9:16 am
אפגעגאלט האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 9:12 am
ס'קען ל"ע גענוצט ווערן דורך אינשי דלא מעלי
אויב איינער וויל דוקא ער קען סייווי ארויסשלעפען די סטאפ באטן.
די סטאפ באטן פאראורזאכט עס זאל קלינגען די אלארם אינעם גאנצן בנין ווילאנג עס איז ארויסגעשלעפט
שרייב תגובה

צוריק צו “מענעדזשמענט”