רבותי, כ'האב פאר אייך גוטע נייעס!
איך קען זיך מיט א אינגערמאן א גרוש א כהן, איך פלעג רופן א שדכן און אנדערע פון צייט צו צייט, זיך אינטרעסירן אויב מ'קען עפעס מאכן, אבער גארנישט האט זיך נישט גערוקט.
די וואך האב איך באקומען א שטארקע תשוקה נאכאמאל צו טוהן פאר אים, (אפשר אלס ט"ו אב?) איך האב אנגעקאלט א שדכן וואס טוט אין זיווג שני דינסטאג אז מ'זאל אפשר דאך נאכאמאל אריינקוקן אין דעם, (זי ארבעט פאר איינע פון די אפיסעס לשדך וכדו' כ'ווייס נישט וועלכע) זי האט מיר געזאגט זי וועט טאקע נאכאמאל פרובירן, און צוגעלייגט מיט א קרעכץ: "מיר האבן א גאנצע בוך מיט כהנים גרושים ה"י!! ס'איז אזוי ווייטאגליך צוצוקוקן!"
שמועסנדיג נאכדעם מיט מיין חבר אים דערציילנדיג אז כ'פרוביר כאטש עפעס, זאגט ער מיר אז פונקט איז עפעס אויפן טיש נאר ער וויל נישט רעדן ס'זאל זיין ברכה אין די זאך,
רבותי!! נעכטן א טאג נאך חמשה עשר באב איז ער א חתן געווארן בשעה טובה!!!!
ער איז שוין (געווען) אליינס בערך 7 יאר!
רבותי, טוט צו דער זאך הייבט אויף א פאון, פרובירט וואס איר קענט, מ'קען קיינמאל נישט וויסן וואס וועט ברענגען די ישועה, איך דארף נאך רופן די שדכן זאגן אז זיין נאמען קען ב"ה אראפגיין פון די בוך,
מיינע געדאנקען האבן טאקע נישט געברענגט די עצם שידוך, אבער וואס'א חילוק? ס'האט זיכער געברענגט נענטער, און יא, אפילו די השתדלות די וואך ווען ער האט שוין עניוועי געהאלטן ממש פארן ווערן א חתן, אלעס אלעס ווערט אריינגערעכנט,
אז די שער איז שוין אפן, זאל די שמחה ברענגען נאך אסאאאך שמחות בקרוב ממש, בפרט ביי כהנים, און ביי אלע אידן!