ווער האט אוועקגעשטעלט די יהדות החרדית אין ירושלים?! די ישיבה אויף רחוב יפו! היסטאריע פון ירושלים - חלק ו'
ירושלים חלק ו'
איינע פון די וויכטיגסטע זאכן וואס האבן אוועקגעשטעלט און אנגעהאלטן די יהדות החרדית - ישוב הישן אין אלטשטאט ירושלים און שפעטער אין די נייע שטאט: איז געווען די ישיבות וואס זענען אוועקגעשטעלט און נתייסד געווארן דורך די גדולי ומאורי העיר הקודש והמקדש.
דריי הויפט ישיבות האבן זיך געפינען אינעם אלטשטאט.
א) די ישיבה 'עץ חיים', פאר די פרושים ואשכנזים.
ב) די ישיבה 'חיי עולם', פאר די חסידי'שע עולם.
ג) די ישיבה 'פורת יוסף', פאר די ספרד'ישע געמיינדע.
וואס דאס איז אויסער די פילע 'ישיבות למקובלים', וואס האבן זיך געפינען לרחצה אינעם אלטשטאט און שפעטער אין די נייע געגנטער.
לאמיר אנהייבן מיט די נאסטאלגישן ישיבה 'עץ חיים'.
בשנת תר"א איז עס נתייסד געווארן דורך הגאון הקדוש רבי שמואל סאלאנט זצ"ל, דער לידוש פון די ישיבה איז געווען אז אין קאנטראסט צו ביז דאן - וואס מען פלעגט דינגען פריוואטע מלמדים, ווער עס האט זיך געקענט ערלויבן... - איז 'עץ חיים' געווען דער ערשטער מוסד וואס האט צוגעשטעלט א מסלול הלימודים פון לימוד האלף בית מיט קליינע קינדערלעך ביז משניות גמרא און ישיבה קטנה און ישיבה גדולה, און אזוי אויך כוללים וואו אברכים ת"ח האבן באקומען תמיכה.
אנהייב האבן זיי זיך ארום געוואלגערט איבער פארשידענע ערטער און חורבות איבער די רובע היהודי, אבער שפעטער האבן זיי זיך אריינגעזעצט אין א רחבות'דיגן בנין בחצר 'ביהכנ"ס החורבה'.
אלץ ראש ישיבה האט געדינט הגאון רבי ישעיה ברדקי (וואס האט געשווימען... און אפגעלאזט זיין טאכטער...), און רבי יחיאל מיכל טיקוצינסקי (אן אייניקל פון ר' שמואל סאלאנטער/דער בעל הזמנים/ער האט געלייענט מגילה י"ד אדר אין ירושלים).
און שפעטער אין יאר תרפ"ה האט דארט געווען ראש ישיבה הגאון רבי איסר זלמן מלצר זצ"ל (ער האט זיך נישט אזוי גוט אויסגעקומען מיט די ירושלים'ע שארפקייט...)
אויך האט חתנו הגאון רבי אהרון קאטלער זצ"ל, פארגעזאגט דארטן שיעורים, בשעת ווען ער האט זיך געפונען אין ירושלים, אויפן וועג צו אמעריקא - אויפצובויען די עולם התורה 'ישיבה בית מדרש גבוה'.
בשעת ווען דער היימישע עולם האט זיך ארויסגעצויגן פון אלטשטאט - צום נייעם שטאט, האט די ישיבה זיך אריבערגעצויגן צו א נייעם לאקאל 'אויף רחוב יפו', און דארט אנגעגאנגען לאנגע יארן, [ביז לעצטנס האט מען עס פארקויפט (פארשטייט זיך פאר גרויס געלט... זייענדיג די פריים שאפינג לאקאציע...) און עס האט זיך געטון א ריזיגע מערכה אויף די בעלות פונעם בנין... ווייל כהיום איז די ישיבה שוין נישט ממש אקטיוו...... ודו"ק].
די ישיבה שטייט מער נישט בפועל - אבער די רוח הישיבה איז אין די בלוט פון רוב (אמת'ע) ירושלימ'ע אידן...

For professional Web design & development, reach out to: - [email protected]
זייטיגע נאטיץ