סאטמאר מהרי"י ישוב אין טבריה
*דראמאטישע היסטארישע הרחבת גבולי הקדושה אנטוויקלונג בקרב קהלתינו הקדושה בארה"ק, א נייע סאטמארע ישוב אין די שטאט טבריה*
אין די טעג ווערט געבראכן די *היסטארישע נייעס* איבער א נייע קאפיטל בקהלתינו הק' בארצינו הקדושה, *ווען בהורמנא דמלכא פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, וועט ממלכת סאטמאר אי"ה אויפבויען א הערליכע קהילה נאה לשם ולתפארת* אין עיה"ק טבריה ת"ו.
אין לויף פון די לעצטערע יארן האבן *דינאמישע עסקני הקהלה פון ירושלים גאר העפטיג געארבעט אונטער די קוליסן צושטאנד צוברענגען דעם פראיעקט*, בהתייעצות ובברכת הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א און באגלייטונג פון הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר ירושלים שליט"א.
*די פראבלעם פון מאנגל אין דירות אין נישט ניי בפרט פאר אחינו תושבי ארה"ק*, וואו ביז לעצטנס איז געווען די שטאט בית שמש א לעזונג, אבער היינט איז שוין בית שמש אויך זייער טייער.
*נאכן מטכס עצה זיין און איבערקוקן עטליכע געדאנקען פון נייע שטעטלעך,* און נאך באראטונגען מיט כ"ק מרן רבינו שליט"א און הגה"צ דער רב שליט"א *איז עיר הקודש טבריה אויסגעוועלט געווארן צו זיין דער נייער אכסניא פאר א פרישע נייע הערליכע סאטמארער קהילה בארה"ק.*
איינע פון די שטארקע מעלות פון דעם נייעם מקום איז אז *מ'קען האבן שטחים פאר בתי מדרשים אין מוסדות התורה על טהרת הקודש אן דארפן צוקומען צום שטאט ראט*, ווי מען מוז היינט צוטאגס אין בית שמש און אין אנדערע שטעט אין די היינטיגע תקופה.
*פאריגע וואך האט מען שוין אנגעהויבן איינצושרייבן יונגעלייט וואס זענען אינטערעסירט אין די דירות אין עיה"ק טבריה*, אין נאך די גאר פאזיטיווע רעזולטאטן, זעענדיג דעם צופרידנהייט און גרייטקייט פונעם ציבור פאר'ן נייעם פראיעקט. *די עסקנים האבן זיך באלד ווידער פארבינדן מיט כ"ק מרן רבינו שליט"א דעם פארגאנגענעם דינסטאג איבערצוגעבן א רעפארט פון די הרשמה*, און דערביי אויסגעשמועסט אלע דעטאלן וויאזוי ארויסצוקומען אין דער עפענטליכקייט מיט'ן פראיעקט, *דערנאך האט דער רבי שליט"א איבערגעגעבן ברכת קדשו אויפצובויען דער נייער קהלה*.
אין די טעג הייבט מען שוין גלייכצייטיג אן צו טון *די נויטיגע פעולות אויפצובויען די צרכי קהלה, א בית מדרש, מוסדות התורה, אין בפרט א מקוה טהרה, וואס אלעס וועט ווערן געבויעט על טהרת הקודש אויפ'ן הייליגן וועג פון רבינו הקדוש זי"ע*, נדיבים בעם וועלן זיך קענען אנרופן ברוח נדיבה און כאפן די ערשטע זכותים צו זיין די יסוד אין האבן די גרויסע זכותים פון די נייע קהילה וואס וועט ווערן געבויעט לשם ולתפארת.
אויספירליכע באריכט מיט מער פרטים וועט אי"ה נאכפאלגן.
*ויכוננו עיר מושב:*