מיין לעבן אלס גט'ליך קינד

חיזוק ועידוד אין אלע מצבים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

על ההרים והגבעות
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 5:40 pm

Re: מיין לעבן אלס גט'ליך קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על ההרים והגבעות »

איך האב נאך געשוויסטער אבער איך בין יענע יארן שוין געווען די איינציגסטער אינדערהיים

נ"ב איך האב געוואלט שוין שרייבן ווייטער אבער איך בין ב"ה זייער פארנומען און די זומער וואכן העמער פורבירן מאכן צייט
אויב די טוסט היינט וואס אנדערע ווילן נישט טון וועסטו מארגן קענען טון וואס אנדערע קענען נישט טון
אוועטאר
האסט געמאכט מיין טאג
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 9:03 pm

Re: מיין לעבן אלס גט'ליך קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט געמאכט מיין טאג »

על ההרים והגבעות האט געשריבן: פרייטאג אפריל 19, 2024 3:16 am
גיימיר יעצט אביסל ווייטער

די פלאן איז אז איך וועל זאגן פאר מיין טאטע אז מאמי קומט פסחדיג מאכן ווען ער איז נישט אינדערהיים און פאר מאמי וועל איך זאגן אז טאטי מאכט פסחדיג און למעשה וועל איך פסחדיג מאכן די הויז, ווי אומראליסטיש עס האט זיך געהערט האב איך אין גרויס פארלעגנהייט אריין געשפרינגען אין דעם היים רעטונג אקציע ,
געזאגט און געטון איך האב מיך גענומען פסחדיג מאכן מיט ווייניג מוט אבער עס האט פאר מיר דאן אויסגעקוקט ווי די תנאי פאר מיין צוקומפט און עקזיסטענס,

אזוי האב אנגעהויבן קלינען צימער ביי צימער ווען יעדע שאפע אדער לעדל וואס איך עפען ברענגט מיר ארויף א ים פון זכרונות און געפילן פין די אלטע גוטע און שווערע צייטן ווען די היים וואס איך פורביר יעצט אנצוהאלטן איז נאך געשטאנען אויף אירע אייגענע יסודות ,

אבער גארנישט איז נישט צוגעקומען צו די שטורעם וואס האט זיך אנטוויקלט אין מיר ווען עס איז געקומען די רייע פון די שאפע פון די משפחה בילדער און אלבומס איך האב אנגעהויבן מישן די בלעטער אין די אלבוים פון מיין יוגנט אנפאנג זעט מען א זיסע בובעלע וואס שמייכלט און לאכט ארום אביסל שפעטער ווי די בעבי הייבט אן צו גיין אויף די פיסעלעך נאכדעם איז דא אפאר בילדער ווי די בעבי פארשמירט זיך מיט איבירגע טשאקאלאד פון א קוכן וואס די מאמע האלט אינמיטן באקן און דערנאך בילדער פון א שיינע אפשערן ווי ער קושט די ציצית און לעקט די האניג מיט א הימלישער זיסקייט שפטער זעט מען די יונגעלע ביים חומש סעודה נאכדעם איז דא בילדער ווי ער זינגט אין א טוי מייק ווי ער פארט מיט א קליינע בייק און אזוי ווייטער אלע זיסע יוגענט בילדער שפעטער ווערט די יונגל גרעסער גייט אין קעמפ וויזעטינג דעי בילדער, אביסעל ווייטער קומט ארויף בילדער פון א שיינע בר מצוה וכו , " און אט שטייט די יונגעלע ביי א פארניכטונגס פונקט " האט געיאמערט און מיין קעפעלע אין יענע מאמענט ,

בלעטרנדיג צווישן די בילדער האב איך געפינען בילדער פון וואקאציעס ווי מיין טאטע און מאמע שטייען ביי א טייכל און שטעלן זיך צום בילד שמייכלענדיג מיט ליבלכקייט איינער צום אנדערן, טאטי מאמי האט זיך די פראגע געשטעלט אין מיין קאפ , עכט האט עטס זיך יא ליב, אמת ? אויב אזוי פארוואס פירט איר זיך אזוי אויף איינער צום אנדערן, האב איך נישט געקענט פארשטיין,
און דאן האט זיך אנפלעקט פאר מיר א בילד וואס עס איז געווען דאס לעצטע אזא בילד וואס איך האב אין מיין לעבן די בילד וואס וועט שוין נישט קיינמאל קענען פאסירן די בילד פון מיין בר מצוה ווי איך שטיי מיט די תפילין בייטל אין די הענט און ביי מיינע צוויי זייטן שטייען מיין טאטע מאמע און שעפן צוזאמען די נחת פונעם קינד וואס זיי האבן נאך דאן צוזאמען געליבט אט די בילד וועט שוין קיינמאל נישט געשעהן , האב איך מיט צער געטראכט צו זיך, אבער! האט מיין קינד געפיל געשריגן אין מיר אויב וועל איך יעצט ווייטער פסחדיג מאכן איז אפשר יא דא אויסזיכטן אז דאס זאל נאכאמאל פאסירן
און מיט די מחשבה האב איך פארפאקט די בילדער און איך בין צוריק צו דער ארבעט ווייל אפשר אזוי וועט מאמי אהיים קומען


המשך יבוא (איך האף נאך בעפאר פסח) בעז"ה
עס רייסט מיין הארץ צו ליינען ווי א יונג קינד אין דעם עלטער וויל נעבעך אזוי שטארק ראטעווען זיין צוקונפט און האט אפילו נישט ווער ס'זאל אים זאגן א גוט ווארט אדער ראטעווען פון נעמען אויף זיך אזא שווערע אויפגאבע נישט נאר דאס מען לייגט זיך נאך אויף אים אן צו זיין פארמיטלער.

צער השכונה במלוא מובן המלה
לאמיר זיך מחזק זיין
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 12:14 am

Re: מיין לעבן אלס גט'ליך קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמיר זיך מחזק זיין »

עס איז שוין אריבער א גאנצע יאר [אפי' א איבער יאר]
אין איך געדענק נאך ווי אין געווען ווען כהאב געזעהן א אשכול מיטן נאמען "מיין לעבן אלס גט'ליך קינד"עפעס האט גערעדט צי מיר אין כגעב נאר א קוק אין כטרעף מיך מיט מיינע ליבע ברידער בבחינת עמי אנכי בצרה
@איין טראפ איז אריין געקומען מיט זיינע האר אויפשטעלדע מעשוית אין נאכפאלגעדיג מיט @על ההרים והגבעות און @עגלה און נאך, יא עס האט אויפגעשטוירעמט מיינע אלטע באהאלטענע טיפע ווייטאגן

אבער אונז ווייסן דאך אז מען דארף זיך שטארקן אין נישט בלייבן אין די בלאטע [פארשטייט זיך אויב מען קען, אין אויב נישט דארף מען גיין זיכן וויאזוי סיך צי שטארקן] און דאס האט מען טאקע מיט געהאלטן מיט די אשכול עס איז ממש איינגעשלאפן אבער מיט א טיפע שלאף... שלאפזע גיטע ליבע ברידער.....


אבער צום יארצייט איז כדי זיך צירוק טרעפן מיט די נייע געטראפענע ברידער און האלטן קשר וויפיל מען קען

איז שלום צי אייך מיינע ליבע ברידער ענק זענען נאנט צי מיין הארץ ווייל נאר ענק קענען מיר פארשטיין
וואס מאכן ענק ?
וויאזוי איז אדורך די יאר ?
איך ווארט צוריק צי הערן פין ענק
ענקער ברידער @לאמיר זיך מחזק זיין
בנציון
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 22, 2022 7:21 pm

Re: מיין לעבן אלס גט'ליך קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנציון »

מנשה רייך האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 3:34 pm
בית שמאי האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 12:04 am
דרך החיים האט געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 18, 2023 11:57 pm
יקר מאוד האט געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 18, 2023 11:48 pm
צוויי גילדען האט געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 18, 2023 11:18 pm
@איין טראפ יאפ א שיינע אינטערוויו אין דער מאמענט פרישע דעטאלן.
היות איך האב נישט די מאמענט אבער איך האב געליינט ביז אהער פון איין טראפ אפשר קען מען עס אהער ברענגן די אינטערוויו ?
גא”מ
@מנשה רייך
העלא.
די ארטיקל באלאנגט נישט צו מיר, נאר צום מאמענט אפיס
אפשר היינט קען מען שוין ברענגען דעם אינטערוויא?
איינס, ווייל ס'איז שוין דורך א שיינע תקופה פון דעמאלטס, והשנית, ווייל די מענעזשמענט פון מאמענט האט זיך שוין געטוישט און אפשר זענען די אלטע עס גרייט ארויסצוגעבן?
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 13792
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: מיין לעבן אלס גט'ליך קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

בנציון האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 6:58 pm
מנשה רייך האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 3:34 pm
בית שמאי האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 12:04 am
דרך החיים האט געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 18, 2023 11:57 pm
יקר מאוד האט געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 18, 2023 11:48 pm


היות איך האב נישט די מאמענט אבער איך האב געליינט ביז אהער פון איין טראפ אפשר קען מען עס אהער ברענגן די אינטערוויו ?
גא”מ
@מנשה רייך
העלא.
די ארטיקל באלאנגט נישט צו מיר, נאר צום מאמענט אפיס
אפשר היינט קען מען שוין ברענגען דעם אינטערוויא?
איינס, ווייל ס'איז שוין דורך א שיינע תקופה פון דעמאלטס, והשנית, ווייל די מענעזשמענט פון מאמענט האט זיך שוין געטוישט און אפשר זענען די אלטע עס גרייט ארויסצוגעבן?
קענסט קויפן יענע אויסגאבע

רוף אריין מאמענט זיי וועלן דיר עס שיקן.
אוועטאר
זיכער יא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 11, 2016 3:37 pm

Re: מיין לעבן אלס גט'ליך קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיכער יא »

איך האב דורכגעליינט די גאנצע אשכול אין איין צו.🤔🤫🫢
אין איין ווארט, איך ווייס אפי' נישט וואס מ'קען זאגן אלס איינער וואס איז דעיס נישט דורכגעגאנגן.😭😭😭
אבער אשריכם גיבורי חיל פארן נעמען די שטארקייט אין דעיס שעירן מיטן עולם💪💪💪
פאר מיר, האבן מיר גענימען את קבלה זיך מחזק צי זיין אין די ענין, אז ס'זאל זיין לזכות די אלע וואס זענען נאך אינמיטן די דורכגאנג🔥🔥🔥

נ. ב. איז דא א אפדעיטעד פדף???
שרייב תגובה

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”