וואס וואלט איר געטון מיט 50 מיליאן דאללער מעשר געלט?
צומאל קומט צו אן ארימאן וואס מיין הארץ גייט אויס פאר אים... און איך טראכט צו מיר הלואי האב איך יעצט א גלאטע הונדערטער אים צו שענקן. דאן הויבן די מח קעמערלעך אן דמיון'ען וואס מען וואלט געטון ווען מען האט אן איבערפלוס פון צדקה געלט. ס'איז א געשמאקע ענין צו שפילן-טראכטן עושר... (איז דער כינור קוקו)
אלנפאלס, איך וואלט עס צוטיילט אזוי.
20 מיליאן טאלער אוועקגעלייגט פאר פשוטע עניי העם וואס האבן נישט קיין מוסדות און מאסיווע פאנדרעיזינג אפאראטן זיי צו דעקן.
10 מיליאן דאללער א גמח צו לייען געלט.
5 מיליאן דאלער צו עפענען אן ארגעניזאציע וואס זאל זיך אפגעבן מיט די אלע פארגעסענע צעבראכענע האומלעס אידישע נשמות וואס דרייען זיך אויף די גאסן צושליסן, זיי געבן א פלאץ זיך צו וואשן, א שעלטער צו שלאפן, עסן צו דער זעט, א פסיכיאטער וואס זאל זיך אפגעבן מיט זיי און וויסן וואס צו געבן פאר וועם, אן עסקן זאל זיי טרעפן ארבעט אויב שייך וכו'.
5 מיליאן צו אפערירן אן ארגעניזאציע צו העלפן אידן וואס ברויכן טערעפי זאלן עס קענען באקומען בחינם.
די איבריגע 10 מיליאן וועט זיין צו אינוועסטירן. א קליין טייל אינוועסטירן אינעם מארקעט צו הנאה האבן פון קאמפאונד אינטרעסט און ס'איבריגע אין ריעל עסטעיט. פארשטייט זיך פאר די בענעפיט פון צדקה.
וואס וואלט איר געטון?
זאל די באשעפער זעהן די גוטע רצונות פון זיינע קינדער און טאקע משפיע זיין מאוצרו הטוב. בדרך שאדם רוצה לילך בה מוליכין אותו.