איך בייג מיינע הענט

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

ותן ברכה
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 12:25 pm

איך בייג מיינע הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ותן ברכה »

עס איז פארוואלקנט אינדרויסן, אבער אויך אינעוויניג.
אינדרויסן איז נאר א משל, דער נמשל איז אינעווייניג.
געפילן דארפן האבן ווערטער און בילדער.

אז איך האב אמאל געזעהן די סצענע פון פרימארגן זון אויפשיין,
די אויסקוק אין א פעלד פון שיינע גרינע גראז,
די שיינקייט פון זומערדיגע הימל, ווינטערדיגע שניי,
הערבסט בלעטלעך, פרילינג ווידערשפראצונג,
קען איך פארטייטשן די געפילן ווען זיי זענען געהייטערט.



אבער יעצט זעה איך נאר א גרויען הימל,
קיין שום בלוי קאליר.
אויסגעטריקענטע ביימער, דינע לאנגע צווייגן,
שטייען אן קיין לעבנסלוסט,
קיין שום גרינע קאליר.
נאסקייט שאטנס פון די נעכטיגע רעגן,
אויף געוויסע דעכער מער אויף געוויסע ווייניגער.
די נאסע רעדער פון די קאר גרידזשעט אין די אויער,
אבער דער רעגן אליינס איז נישטא,
אים געפעלט אויך נישט דער וועטער.

עס דרוקט פון אינעווייניג,
דער הארץ מיט'ן מח,
עס לאזט נישט קיין מנוחה,
עס האט נישט קיין סוף.

גרוי, טרוקן, נאס,
עס איז מער פון דעם,
אבער די ווערטער זענען נאכנישט באשאפן.


טאטע,
איך וויל דיך פילן אנשטאט,
עס וועט זיין בעסער, מער אנגאנעם,
דו ביסט באהאלטן, פארדעקט, פארהוילן,
פון מיין הארץ, פון מיינע געפילן,
פון מיין מח, פון מיינע געדאנקען.
נישטא.

פלוצלינג, מיינע פינגער געבן א בייג,
ארויף אראפ, אראפ ארויף,
אריין ארויס, ארויס אריין,
א וואונדער, פון יאר הונדערט,
א פלא, א גבורה,
ווער איז די כח, ווער איז די נשמה,
דאס ביסטו דאך אליין!

די הענט א דריי,
די פיס א ריק,
דאס ביסטו אליין!
מבשרי אחזה אלקי!

איך פיל דיך נישט,
איך פארשטיי דיך נישט,
אבער איך זעה דיך!

ווען די צייט וועט קומען,
די הימל בלוי,
די בלעטער גרין,
די הארץ אפען,
אוי וועט מען שפירן,
שמחנו כימות עניתנו
ותן ברכה
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 12:25 pm

Re: איך בייג מיינע הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ותן ברכה »

כ'האב געמיינט אז עס איז אינטערעסאנט, נעווער מיינד. יישר כח פאר'ן באדאנקען.
אוועטאר
טינט
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: איך בייג מיינע הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

ותן ברכה האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 4:19 pm

קען איך פארטייטשן די געפילן ווען זיי זענען געהייטערט.



אבער יעצט זעה איך נאר א גרויען הימל,
קיין שום בלוי קאליר.
אויסגעטריקענטע ביימער, דינע לאנגע צווייגן,
שטייען אן קיין לעבנסלוסט,
קיין שום גרינע קאליר.
נאסקייט שאטנס פון די נעכטיגע רעגן,
אויף געוויסע דעכער מער אויף געוויסע ווייניגער.
די נאסע רעדער פון די קאר גרידזשעט אין די אויער,
אבער דער רעגן אליינס איז נישטא,
אים געפעלט אויך נישט דער וועטער.
זייער זייער ארטיסטיש.

אינטערסאנטע פלאו, נייס יוז אוו ווערטער און קאליר פעטערנס.

נייס, נייס, זייער נייס
אין מיין וועלט, בין איך קעניג.
דאקטער רפאל
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 21, 2021 4:37 pm

Re: איך בייג מיינע הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאקטער רפאל »

זייער שיין און א שטארקע געדאנק!
When I is replaced by "WE", Illness becomes Wellness
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8279
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: איך בייג מיינע הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

טינט האט געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2024 8:51 pm
ותן ברכה האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 4:19 pm

קען איך פארטייטשן די געפילן ווען זיי זענען געהייטערט.



אבער יעצט זעה איך נאר א גרויען הימל,
קיין שום בלוי קאליר.
אויסגעטריקענטע ביימער, דינע לאנגע צווייגן,
שטייען אן קיין לעבנסלוסט,
קיין שום גרינע קאליר.
נאסקייט שאטנס פון די נעכטיגע רעגן,
אויף געוויסע דעכער מער אויף געוויסע ווייניגער.
די נאסע רעדער פון די קאר גרידזשעט אין די אויער,
אבער דער רעגן אליינס איז נישטא,
אים געפעלט אויך נישט דער וועטער.
זייער זייער ארטיסטיש.

אינטערסאנטע פלאו, נייס יוז אוו ווערטער און קאליר פעטערנס.

נייס, נייס, זייער נייס
טינט, מיר ארויסגעכאפט די ווערטער פון מויל. צוקאש די שטיקל! טאטעלי ניי און גוט.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
ותן ברכה
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 12:25 pm

Re: איך בייג מיינע הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ותן ברכה »

יישר כח פאר די חיזוק.
איך האב דאס נישט געשריבן פאר פאעזיע, און איך מיינט אז עס גראמט נישט. איך האב נאר געוואלט מיטטיילן מיינע מחשבות.
קעו מיר איינער מסביר זיין אויב דאס הייסט פאעזיע?
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5230
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע:אויפן שעלף אין גראסערי

Re: איך בייג מיינע הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

דו רייסט שטיקער! גיי אן! שרייב נאך!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

ומי שהיה אצלי על ראש השנה, ראוי לו לשמוח כל השנה!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”