איך בייג מיינע הענט
עס איז פארוואלקנט אינדרויסן, אבער אויך אינעוויניג.
אינדרויסן איז נאר א משל, דער נמשל איז אינעווייניג.
געפילן דארפן האבן ווערטער און בילדער.
אז איך האב אמאל געזעהן די סצענע פון פרימארגן זון אויפשיין,
די אויסקוק אין א פעלד פון שיינע גרינע גראז,
די שיינקייט פון זומערדיגע הימל, ווינטערדיגע שניי,
הערבסט בלעטלעך, פרילינג ווידערשפראצונג,
קען איך פארטייטשן די געפילן ווען זיי זענען געהייטערט.
אבער יעצט זעה איך נאר א גרויען הימל,
קיין שום בלוי קאליר.
אויסגעטריקענטע ביימער, דינע לאנגע צווייגן,
שטייען אן קיין לעבנסלוסט,
קיין שום גרינע קאליר.
נאסקייט שאטנס פון די נעכטיגע רעגן,
אויף געוויסע דעכער מער אויף געוויסע ווייניגער.
די נאסע רעדער פון די קאר גרידזשעט אין די אויער,
אבער דער רעגן אליינס איז נישטא,
אים געפעלט אויך נישט דער וועטער.
עס דרוקט פון אינעווייניג,
דער הארץ מיט'ן מח,
עס לאזט נישט קיין מנוחה,
עס האט נישט קיין סוף.
גרוי, טרוקן, נאס,
עס איז מער פון דעם,
אבער די ווערטער זענען נאכנישט באשאפן.
טאטע,
איך וויל דיך פילן אנשטאט,
עס וועט זיין בעסער, מער אנגאנעם,
דו ביסט באהאלטן, פארדעקט, פארהוילן,
פון מיין הארץ, פון מיינע געפילן,
פון מיין מח, פון מיינע געדאנקען.
נישטא.
פלוצלינג, מיינע פינגער געבן א בייג,
ארויף אראפ, אראפ ארויף,
אריין ארויס, ארויס אריין,
א וואונדער, פון יאר הונדערט,
א פלא, א גבורה,
ווער איז די כח, ווער איז די נשמה,
דאס ביסטו דאך אליין!
די הענט א דריי,
די פיס א ריק,
דאס ביסטו אליין!
מבשרי אחזה אלקי!
איך פיל דיך נישט,
איך פארשטיי דיך נישט,
אבער איך זעה דיך!
ווען די צייט וועט קומען,
די הימל בלוי,
די בלעטער גרין,
די הארץ אפען,
אוי וועט מען שפירן,
שמחנו כימות עניתנו
אינדרויסן איז נאר א משל, דער נמשל איז אינעווייניג.
געפילן דארפן האבן ווערטער און בילדער.
אז איך האב אמאל געזעהן די סצענע פון פרימארגן זון אויפשיין,
די אויסקוק אין א פעלד פון שיינע גרינע גראז,
די שיינקייט פון זומערדיגע הימל, ווינטערדיגע שניי,
הערבסט בלעטלעך, פרילינג ווידערשפראצונג,
קען איך פארטייטשן די געפילן ווען זיי זענען געהייטערט.
אבער יעצט זעה איך נאר א גרויען הימל,
קיין שום בלוי קאליר.
אויסגעטריקענטע ביימער, דינע לאנגע צווייגן,
שטייען אן קיין לעבנסלוסט,
קיין שום גרינע קאליר.
נאסקייט שאטנס פון די נעכטיגע רעגן,
אויף געוויסע דעכער מער אויף געוויסע ווייניגער.
די נאסע רעדער פון די קאר גרידזשעט אין די אויער,
אבער דער רעגן אליינס איז נישטא,
אים געפעלט אויך נישט דער וועטער.
עס דרוקט פון אינעווייניג,
דער הארץ מיט'ן מח,
עס לאזט נישט קיין מנוחה,
עס האט נישט קיין סוף.
גרוי, טרוקן, נאס,
עס איז מער פון דעם,
אבער די ווערטער זענען נאכנישט באשאפן.
טאטע,
איך וויל דיך פילן אנשטאט,
עס וועט זיין בעסער, מער אנגאנעם,
דו ביסט באהאלטן, פארדעקט, פארהוילן,
פון מיין הארץ, פון מיינע געפילן,
פון מיין מח, פון מיינע געדאנקען.
נישטא.
פלוצלינג, מיינע פינגער געבן א בייג,
ארויף אראפ, אראפ ארויף,
אריין ארויס, ארויס אריין,
א וואונדער, פון יאר הונדערט,
א פלא, א גבורה,
ווער איז די כח, ווער איז די נשמה,
דאס ביסטו דאך אליין!
די הענט א דריי,
די פיס א ריק,
דאס ביסטו אליין!
מבשרי אחזה אלקי!
איך פיל דיך נישט,
איך פארשטיי דיך נישט,
אבער איך זעה דיך!
ווען די צייט וועט קומען,
די הימל בלוי,
די בלעטער גרין,
די הארץ אפען,
אוי וועט מען שפירן,
שמחנו כימות עניתנו