גראמען אויף די לעצטיגע אטאקעס

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

גראמען אויף די לעצטיגע אטאקעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

[align=center][list=]מיין הארץ טוט שטעכן

ווען די גרויזאמע נייעס איך טו הערן

א פראגקאם טוט אויסברעכן

די אטעקעס טוט זיך מערן



ווי גרויס די שאק און ציטער

ווען מען האט זיך געטוען דערוויסען

אז בלויז פארן זיין א יוד און נישט מער

טוט מען שוין אויך אין אמריקע שיסן



יעדעמס הארץ האט א קלאפ פארפעלט

ווען דער מוח האט פארשטאנען

אז פאר א ציל האט מען אונז אויסגעוועלט

אין פארן ביקס זענען מיר געשטאנען



קיינער האט עס נישט פאראויס געזען

געמיינט אז מען איז פארזיכערט

ביז עס ליידער געשעהן

יעצט איז מען שוין דערציטערט



די אויגען הערט נישט אויף טרערען

אין איך הער נישט אויף וויינען

פון ווען איך האב דאס געטוען הערן

אוי זון ,ווי קענסטו נאך שיינען



ווער וואלט געקענט גלייבן

אין אמריקע די פרייען

צי אזא מדריגה זיך דארפן דערהייבן

אויף קידטש הד גייען



ווען די גוף האט נאך געצוטערט ווי אין פיבער

סאיז נאך אפען די לאך

פילט מען שוין ווידער

אין יעדעמס הארץ א שטאך



פארוואס האב איך געמיינט אז די קרייצוגלער

האבן שוין אוועגעלייגט די שווערד

אז איך זעה סשפילט זיך איבער

מאטאקירט אונז אויף יעדע חלק פון וועלטס ערד



ערד ערד נעם נישט אריין די בלוט סתם

סזאל זידן און קאכן

אוי נקום נקמת דם

און די וואס האבן אונז געשאסן און געשטאכן



די בראך איז געדאפלט אין געטריפלט

זיך באראיגן איז נישט מעגליך

אין א טרויער איינגעהילט

מען טוט אונז אטאקירן טעגליך



אבער ספרעגט זיך די שאלה

איך וויל פארשטיין

דאס קענען אלע זעהן

די ריכטונג וואס זאכן טוכן גייען



און די נישט לאנגע פארגאנגעהייט

זענען מיר דאך געשטאנען

פאר די וועלטס גרויזאמסטע איינהייט

עס,עס היטלערס אינטערטאנען



הייני ללעג וקלס לגוים

הפקר אוז געווען אינזער בלוט

א פחד נורא ואוים

ווען מיליאנען צום טויט געשיקט



יעצט ווען מען קיקט צוריק

טוט זיך די שאלה פרעגן

האבען זיי דען נישט געשמעקט די קריג

פארוואס נישט אנטלאפען פאר זייער לעבן



די תירוץ איז טרויער באקאנט

זיי האבען געטוען מיינען

די וועלט ווייזען וועט א ווידערשטאנד

און וועט דאס פארמיידן



אבער די שוידערליכע פאקטן

האבען אין פנים געשמיסען

אז מען קען זיך נישט פארלאזען אויף מענטשליכע אקטן

אין אפילו מיט די בעסטע גוי קען מען גארנישט וויסען



סאיז קוים פון דאן 80 יאר

וויאזוי טוט מען שוין פארגעסן

צי איז דען נישט די לימוד גענוג קלאר

פארוואס זוכט מען ווידערמאל שיץ ביי די מיט פאליטעשע אינטערעסן



יודן וועקטס ענק אויף זעהט,ס דעם ווארהייט

אז גאט פירט די וועלט

און די אטאקעס זענען זיינע רייד

מיר זאלן זיך פירן בעסער ווי עים געפעלט



מיר דארפן אנערקענען ווידער

אז אלעס האט א פשט

ווען נאר מיט די גוים געלעבט ווי ברידער

האבען זיי אונז פיינט געהאט



קוק צוריק די היסטריע פון אונזער עם

ווען מען האט דער גוי ליב געהאט און געשעצט

האט מען פארגאסן אונזער דם

און אויף אונז פיינטשאפט געהעצט



אין ווער עס קוקט מיט א בלוק א גראדען

קען עס זעהן אפען

אז ווי די יוד האט זיך פארגוישעט ,אויף סיי וועליכע באדען

האט אונז שטענדיג רציחות געטראפען



?צי איז די לאך נישט גענוג טיף אין ברייט

!אפשר זאלן מיר זיך אויפוועקען

פון די גויעשקייט שטיין ווייט

אין פון עבירות זיך שרעקן



אפשר זאלן מיר צוריק אנהייבן זיכן די גליק

דארט ווי עס טוט זיך געפונען

אין די תורה אינזער לעבנס שטריק

און חיות נאר פון אידשקייט באקומען



און אנערקענען אז שיין איז וואס די תורה זאגט סאיז שיין

און גוט איז וואס די תורה זאגט סאיז גוט

און אפשר וועלן מיר זוכה זיין צי ווערן ריין

און זוכה זיין צי די גליקליכע מינוט



די מינוט פון הד אחד ושמו אחד

ווען יעדער וועט זעהן און פארשטיין

אז סאיז נאר דא די מציאות פון גאט

און גארנישט אנדערשט טוט נישט זיין



און מיר וועלן זעהן און גוים די נקמה

און אין ווער סהאט אונז געהאט פיינט

און פאר אונז וועט זיין די נחמה

טרייסט זיך! ס"קען נאך זיין היינט[/list][/align]
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה


מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע


ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק


[email protected]
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19689
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

נישט געליינט...
ווייל מיינע אויגן שווינדלען

זעה איך ביסט נאך א נייער סא צוויי טיפס צום לעבן (נישט מצד קריטיק נאר עצה טובה)

לאז די שורות רעכטס און איינס נאךכן צווייטן
לעצט פארראכטן דורך איינס אום מיטוואך יאנואר 08, 2020 4:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19689
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

אזוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

מיין הארץ טוט שטעכן
ווען די גרויזאמע נייעס איך טו הערן
א פראגקאם טוט אויסברעכן
די אטעקעס טוט זיך מערן

ווי גרויס די שאק און ציטער
ווען מען האט זיך געטוען דערוויסען
אז בלויז פארן זיין א יוד און נישט מער
טוט מען שוין אויך אין אמריקע שיסן

יעדעמס הארץ האט א קלאפ פארפעלט
ווען דער מוח האט פארשטאנען
אז פאר א ציל האט מען אונז אויסגעוועלט
אין פארן ביקס זענען מיר געשטאנען

קיינער האט עס נישט פאראויס געזען
געמיינט אז מען איז פארזיכערט
ביז עס ליידער געשעהן
יעצט איז מען שוין דערציטערט

די אויגען הערט נישט אויף טרערען
אין איך הער נישט אויף וויינען
פון ווען איך האב דאס געטוען הערן
אוי זון ,ווי קענסטו נאך שיינען

ווער וואלט געקענט גלייבן
אין אמריקע די פרייען
צי אזא מדריגה זיך דארפן דערהייבן
אויף קידטש הד גייען

ווען די גוף האט נאך געצוטערט ווי אין פיבער
סאיז נאך אפען די לאך
פילט מען שוין ווידער
אין יעדעמס הארץ א שטאך

פארוואס האב איך געמיינט אז די קרייצוגלער
האבן שוין אוועגעלייגט די שווערד
אז איך זעה סשפילט זיך איבער
מאטאקירט אונז אויף יעדע חלק פון וועלטס ערד

ערד ערד נעם נישט אריין די בלוט סתם
סזאל זידן און קאכן
אוי נקום נקמת דם
און די וואס האבן אונז געשאסן און געשטאכן

די בראך איז געדאפלט אין געטריפלט
זיך באראיגן איז נישט מעגליך
אין א טרויער איינגעהילט
מען טוט אונז אטאקירן טעגליך

אבער ספרעגט זיך די שאלה
איך וויל פארשטיין
דאס קענען אלע זעהן
די ריכטונג וואס זאכן טוכן גייען

און די נישט לאנגע פארגאנגעהייט
זענען מיר דאך געשטאנען
פאר די וועלטס גרויזאמסטע איינהייט
עס,עס היטלערס אינטערטאנען

הייני ללעג וקלס לגוים
הפקר אוז געווען אינזער בלוט
א פחד נורא ואוים
ווען מיליאנען צום טויט געשיקט

יעצט ווען מען קיקט צוריק
טוט זיך די שאלה פרעגן
האבן זיי דען נישט געשמעקט די קריג
פארוואס נישט אנטלאפען פאר זייער לעבן

די תירוץ איז טרויער באקאנט
זיי האבען געטוען מיינען
די וועלט ווייזען וועט א ווידערשטאנד
און וועט דאס פארמיידן

אבער די שוידערליכע פאקטן
האבען אין פנים געשמיסען
אז מען קען זיך נישט פארלאזען אויף מענטשליכע אקטן
אין אפילו מיט די בעסטע גוי קען מען גארנישט וויסען

סאיז קוים פון דאן 80 יאר
וויאזוי טוט מען שוין פארגעסן
צי איז דען נישט די לימוד גענוג קלאר
פארוואס זוכט מען ווידערמאל שיץ ביי די מיט פאליטעשע אינטערעסן

יודן וועקטס ענק אויף זעהט,ס דעם ווארהייט
אז גאט פירט די וועלט
און די אטאקעס זענען זיינע רייד
מיר זאלן זיך פירן בעסער ווי עים געפעלט

מיר דארפן אנערקענען ווידער
אז אלעס האט א פשט
ווען נאר מיט די גוים געלעבט ווי ברידער
האבען זיי אונז פיינט געהאט

קוק צוריק די היסטריע פון אונזער עם
ווען מען האט דער גוי ליב געהאט און געשעצט
האט מען פארגאסן אונזער דם
און אויף אונז פיינטשאפט געהעצט

אין ווער עס קוקט מיט א בלוק א גראדען
קען עס זעהן אפען
אז ווי די יוד האט זיך פארגוישעט ,אויף סיי וועליכע באדען
האט אונז שטענדיג רציחות געטראפען

צי איז די לאך נישט גענוג טיף אין ברייט?
אפשר זאלן מיר זיך אויפוועקען!
פון די גויעשקייט שטיין ווייט
אין פון עבירות זיך שרעקן

אפשר זאלן מיר צוריק אנהייבן זיכן די גליק
דארט ווי עס טוט זיך געפונען
אין די תורה אינזער לעבנס שטריק
און חיות נאר פון אידשקייט באקומען

און אנערקענען אז שיין איז וואס די תורה זאגט סאיז שיין
און גוט איז וואס די תורה זאגט סאיז גוט
און אפשר וועלן מיר זוכה זיין צי ווערן ריין
און זוכה זיין צי די גליקליכע מינוט

די מינוט פון הד אחד ושמו אחד
ווען יעדער וועט זעהן און פארשטיין
אז סאיז נאר דא די מציאות פון גאט
און גארנישט אנדערשט טוט נישט זיין

און מיר וועלן זעהן און גוים די נקמה
און אין ווער סהאט אונז געהאט פיינט
און פאר אונז וועט זיין די נחמה
טרייסט זיך! ס"קען נאך זיין היינט
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
dinrap
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2016 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dinrap »

נישט "ניין און יא"
נאר יא און יא און נאכאמאל יא!

מורא'דיג
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4181
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

ערשט יעצט אנגעקומען צו ליינען. זייער הארציג און הערליך ארויסגעברענגט!
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5492
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

חוח בין השושנים האט געשריבן: ערשט יעצט אנגעקומען צו ליינען. זייער הארציג און הערליך ארויסגעברענגט!
שויתי ה' לנגדי תמיד
קאניאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 21, 2008 9:15 pm
לאקאציע:ביים געלעזל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאניאק »

dinrap האט געשריבן: נישט "ניין און יא"
נאר יא און יא און נאכאמאל יא!

מורא'דיג

אין יא
הכל הבל
ווען די וועסט ווערן עלטער וועסטו שוין פארשטיין
אוועטאר
אייוועלט שרייבער
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:23 pm
לאקאציע:אויפ'ן בענקל

Re: גראמען אויף די לעצטיגע אטאקעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט שרייבער »

ערשט יעצט געליינט זייער הארציג
איך טריי צו זיין א אייוועלט שרייבער
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: גראמען אויף די לעצטיגע אטאקעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

אייוועלט שרייבער האט געשריבן: ערשט יעצט געליינט זייער הארציג

איך זעה די גייסט ארום אויפזיכן מיינע אשכולות
שכוח
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה


מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע


ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק


[email protected]
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

dinrap האט געשריבן: נישט "ניין און יא"
נאר יא און יא און נאכאמאל יא!

מורא'דיג
אוועטאר
אייוועלט שרייבער
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:23 pm
לאקאציע:אויפ'ן בענקל

Re: גראמען אויף די לעצטיגע אטאקעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט שרייבער »

ניין און יא האט געשריבן:
אייוועלט שרייבער האט געשריבן: ערשט יעצט געליינט זייער הארציג

איך זעה די גייסט ארום אויפזיכן מיינע אשכולות
שכוח

איך האב געוואלט זעהן וויפיל ארטיקלען די האסט שוין געשריבן
איך טריי צו זיין א אייוועלט שרייבער
אוועטאר
על פי פשטות
שר האלף
תגובות: 1331
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: גראמען אויף די לעצטיגע אטאקעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

זכרונות תש"פ

עס הערשט א גרויס געוויינעריי
מען הערט וואס קומט פאר אין מאמביי
אזא מערדעליכן ברוטאלן שיסעריי
דאס הארץ רייסט און טוט אזוי וויי

אידן צום באשעפער מען געט א געשריי
מחל לנו על כל חטאתי
קרבנות פון אלע ערליי
אויסגעשאסן אין א ריי

קוים וואס מען געט זיך א דריי
און יעצט נאכאמאל פון דאסניי
מקריב געווען פון אחיי ורעי
ארויף אין הימל קדושים נאך צוויי

און א קליינעם גראסעריי
און א שטעטל א ניי
קיינער פון זיי - קיין חיי ארוכי
אוי באשעפער אמאי

אין מאנסי און אין פארשעי א שטעכעריי
פאריז א האקענקרייץ פארשן פאליציי
ארץ ישראל אן אויפרייס אויפן שאסיי
אוי באשעפער עד מתי

וויליאמסבורג א שלעגעריי
קראון הייטץ א ראבעריי
לאנדאן אנגעריסן א ראביי
ווער וואלט דאס דעגלייבט אויף תש"פ

רבונו של עולם עז איז שוין כדי
אהיים צו נעמען דיין ארמיי
פון גלות שוין צו ווערן פריי
יאמר לצרותינו דיי

באשעפער ובנה
רפאנו ה' ונרפא
עס זאל שוין זיין בריך שמיה
יתברך שמך בפי כל חי

נעשה על ידי
...
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
אוועטאר
האמפטי דאמפטי
שר האלף
תגובות: 1519
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2024 12:59 pm

Re: גראמען אויף די לעצטיגע אטאקעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האמפטי דאמפטי »

לעצט פארראכטן דורך האמפטי דאמפטי אום מיטוואך אוגוסט 21, 2024 8:05 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
האמפטי דאמפטי
שר האלף
תגובות: 1519
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2024 12:59 pm

Re: גראמען אויף די לעצטיגע אטאקעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האמפטי דאמפטי »

@על פי פשטות

WOW WOW WOW

33 ליינס מיט די זעלבע גראם! סאם טעלענט
אוועטאר
מיינע געדאנקען
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2024 9:54 pm
לאקאציע:איבערן פאפיר

Re: גראמען אויף די לעצטיגע אטאקעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיינע געדאנקען »

@על פי פשטות
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”